היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » זאליס גיסן מיסט אויף די ק"י גאסן

זאליס גיסן מיסט אויף די ק"י גאסן

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2819546

שלמהווייס » 18/8/2010 21:58

יעצט געהערט פון איינעם אז ווען די ארונים לייגן די בילדער פון די אינגעלייט וואס האבן חתונה אין בנ"י זאל, ווארפן די זאליס ארום מיסט אין די גאסן...
קען דאס איינער באשטעטיגן, אפלייקענען אדער מסביר זיין

פריינדליך » 18/8/2010 22:02

באקומען א זיסע בילד אויף אימעיל און איך ווייס נישט וויאזוי עס ארויפצולייגן. ווער עס קען זאל שיקן אן אימעיל צו Tzeedreiter@gmail.com שכוח

וואלןסח » 18/8/2010 22:13

יא ס'איז הונדערט פראצענט אמת

זיי האבן געגאסן מיסט אין פראנט פון אייזיק גליק'ס הויז, אין פראנט פון סאסמאן, אויסצוגיסן די כעס אויף די פאשקעווילן וואס באדערט נישט....

 

ווי אזוי גייט נאר דאס ווארט: הא לן והא להו

ווען זיי האבן אנעפירקלט אלע סטאפ סיינס מיט פאשקעוויל קעגן דוד עקשטיין האט קיינער נישט רעאגירט, און זיי מעגן דאך

דעמאלטס הייסט עס מחאה

יעצט הייסט טעראר

משה_גאבע » 18/8/2010 22:28

באקומען אין אישית - ס'איז א גוטע איידיע און יעדער זאל דאס טוהן.


[בילד – נישט אפגעהיט]

היראים » 18/8/2010 22:30

עס שטייט אויס פין זיי
קוקט אויס ווי יצחק ווייס אין נחום כ''ץ אין אנדערע סיקרוקים ארבעטן אין קרית יואל

מנחם_מענדל » 18/8/2010 22:31

גוט איז גוט..

Ziskeit » 18/8/2010 22:54

אנטשולדיגט פאר מיין תמימות.

וואס הייסט מאיר צבי?

מנחם_מענדל » 18/8/2010 23:11

די זאל וואו עס קומען פאר די פסולע חתונות הייסט "עטרת מאיר צבי".

(א רחמנות אויף די נשמה)

פריינדליך » 18/8/2010 23:34

איך מיין אז זייער באס הייסט אויך דרך מאיר צבי

הולך_לבגץ » 19/8/2010 01:03


איך האב שוין ארויס געפרינט אפאר 100 צעטלעך ווער עס דארף זאל מיר שיקן א אישי מיט זיין אימעיל

barmitzvah » 19/8/2010 06:54

די בני יואלע קווינס צדיקים האבן יעצט ריליעסט אזא מעסעזדש.... SatmarKJ: PASHKEVILEN now throwen by KJPS BUSES! CODE 'G' in EFECT! Everyone should throw GARBIDGE on the strets I זיי רופן עס קאוד G....

פריינדליך » 19/8/2010 08:38

געהערט א גוט ווארט. רביה"ק בעל דבר"י ז"ל האט געזאגט אז ק"י האט א קדושת א"י. היינט זעהט מען עס בחוש... די סיקריקים אין ק"י פירן זיך אויף ווי זייערע ברודער אין מאה שערים... ווי גוט האט דער זאלי געעפנט אן אשכול אויפן געדאנק אז "ק"י קוקט אויס פונקט ווי מאה שערים". יא יא די זעלבע רשעים אן קיין שום אחריות אויפן חשבון פון טויזענטער איינוואוינער בליעה"ר אריינגערעכנט זייער צד

שלמהווייס » 19/8/2010 15:09

למען האמת, די מיסט ווארפער זענען די וואלנערס פון בנ"י
אויב אזוי דארף מען שרייבן "זבל וואלנער" ס'איז א עולה צו פארשעמען א נשמה וואס איז שוין נישט אויף דעם עולם

מלך_מלכים » 19/8/2010 17:42

לענ"ד ווארפן פאשקעווילן אקעגן פריוואטע מענטשן איז נישט קיין איין ברעקל מער איינשטענדיג ווי ווארפן גארבעדש

היראים » 19/8/2010 20:17

ביזט גערעכט מלך
ווען די זאלי'ס האבען געווארפן טעגליכע פאשקעווילן קעגן ר' דוד עקשטיין פארן חטא פין געווינען א קארט ווי זיי האבען אים גערופן
איז פאר די ארונים אויך נישט בייגעפאלן צו גיסען גארבעזש
טראץ וואס דעמאלטס האבען זיי אנגעקלעבט אלע סטאפ סיין'ס
זעהט אויס אז די ארוינים זענען נישט אזוי קליג ווי די מתנחלישע סקריקים אין קרית יואל

דאס זענען די פירות פין א''ג חינעך האטאהער פין די זאלי'ס מיט בני יואל, נעכטן האבען זיי אינטערגעצינדן א דאמסטער אויף אפטע רד' אין געשיקט א טראק אין גאנץ ק''י אויסצוגיסען גארבעטש - א זאך וואס איז פאר די סיקרוקים אין מאה שערים נאכנישט בייגעפאלן

שוין צו זעהן ענקער אימצווילירטע התנהגות (פאר ווער עס האט עס נאכנישט געזעהן)

די סיקרוקים איז שוין פאר זיי א טיטול, זייער אימצוויליזירטע התנהגות באגלייט מיט חילול ש''ש שטייגט איבער אלעם, איין מיניט שרייט מען נרדף אין מען גיסט גארבעזש - פאר סעלף פראטעקשאן (גיי פארשטיי וואס פאר א סעלפ פראטעקשאן דאס איז, דו חלה דעקל) נאכדעם שרייט מען מ'גייט מאכען סדר אין מ'פראבירט צו מסר'ן אין ארעסטירן, ווען עס גייט נישט מאכט מען פראטעסטן מיט די קליינע קינדער אא''וו
מען האט ציריקגעטראגען מסירה אין הירוס מיט חילול ש''ש צו ''יושנה''


תוקן על ידי היראים ב- 19/08/2010 20:37:15

barmitzvah » 19/8/2010 21:37

יעצט באקומען אין אימעיל: פאלגענד איז א ליסט פון ארגענעזאציעס און מערכות וואס די בני יואלע רבי האט שוין אלס געגרינדעד זינט ער האט פורים געמאכט פון זיין הייליגן טאטע'ן ז"ל מיט'ן ידו כידי לצנות בריוו (א פארט פון די הנהגת התורה פארטיי...). • אויפגעשטעלט א מיידל סקול אין אפאר טרעילער'ס.... פון די שוואכסטע מיידלעך וואס כלל ישראל פארמאגט!.... • אויפגעשטעלט א ריזן טורעם מיט ברייטע סטעפס וואס האט אויפן שפיץ אויבען א גרינע 1200 סקווער פיס שטיבל אינמיטן שטעטל וואס איז מ'כלומערשט א שול.... און ווערט טאקע אנגערופן ווי באקאנט ביים עולם על שמו ולזכרו פון זייער חשובע לויער.... • אויפגעשטעלט א חדר פאר יונגלעך אונטער דעם אויבן דערמאנטן גרינעם שטיבל און די מלמדים לויפן אהיים יעדע צוויי טאג אז מ'באצאלט נישט... • אויפגעשטעלט א חתונה זאל ביי זיינע חסידים אין מוסד (זיין טאטן'ס גרעסטע שונאים) וועלכע זאל פראדאסען נישט כשר'ע חתונות אצינד קומט די פרייליכע ידיעה לשמחת לב פון אלע בני יואל אז מ'האט עררייכט אויפצושטעלן די ארגענעזאציע וואס וועט זיך אפגעבן מיט ווארפן גארביזדש אויף די גאסן.... נו אוודאי, פרעגסט נאך פארוואס ס'פעלט אזוי אויס צו האבן די ארגענעזאציע...????..... נישט קיין אייגענע הצלה, נישט קיין אייגענע פאליציי, נישט קיין אייגענע חבירים, נו, מיט עפעס מוז מען דאך ווייזען אז מ'איז א יש דא אין שטעטל.... פון סתם האבן א טורעם מיט סטעפס וואס איז נקראת על שמו ועל זכרו פון סאסמאן ווערט מען נאכנישט קיין בעל בית... פון האבן א צובראכענע מוסד קעגן איבער וואל מארט ווערט מען נאכנישט בעל בית.... און ווען מ'עפענט א בית החיים אין א בעק יארד אויף רעיוואד פאר מאנגאליענס ל"ע ווערט מען נאך אלץ נישט בעל בית...... האט דער בני יואלע רבי איינגעזען פאר וויכטיג אז פאר די וואוילזיין פונעם עקזיסטענץ פון זיין עולם מלכות בני יואל פעלט זיך אויס א מוראדיגע ארגענעזאציע וואס גייט ברענגן פאבליק ריעלעישאנס וואו קיינמאל בעפאר.... האט מען מיט גרויס פארזיכטיגקייט געגרינדעט די ארגענעזאציע וואס גייט אויסגיסן גארביזדש אויף די גאסן...... ווי זאגט נאר די בני יואלע רבי נאך מפי קדשו פון זיין רבי מובהק ר' שימעלע?... די הינט בילט און........ מ'גיסט גארביזדש.......

מלך_מלכים » 20/8/2010 01:26

מלך_מלכים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לענ"ד ווארפן פאשקעווילן אקעגן פריוואטע מענטשן איז נישט קיין איין ברעקל מער איינשטענדיג ווי ווארפן גארבעדש



היראים » 20/8/2010 01:49

מלך_מלכים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לענ"ד ווארפן פאשקעווילן אקעגן פריוואטע מענטשן איז נישט קיין איין ברעקל מער איינשטענדיג ווי ווארפן גארבעדש


מלך חזר איבער די חכמה'דיגע סטעיטמענט
די ווייסט זייער גיט מען רעדט נישט דא פין אימשילדיגע פריוואטע מענטשן
מען רעדט פין פורצי גדר וועלכע שפילן זיך פאר פאליטיק מיט טהרת המשפחה
אין האבען געניצט זייער יום החופה פאר א געווער, נעבעך
-------------

דאס האב איך באקומען אין אישי

 
איך האב נישט קיין רשות כתיבה
ביטע ענטפער ביים קעפל פון די מיסט אין ק"י

לדעתי צו מאכן פראטעסטן קעגן פריוואטע מענשטן ובפרט קעגן א מנהיג ישרא-ל איז לא נשמע כמוהו, ובפרט ווען סאיז דורך זקנים עם נערים (גראדע די זעלבע ווי די גארביטש ווארפערס)
משא"כ ווען בלויז יונגעלייט ווארפן פארשקעווילן ובפרט ווען סאיז מיט מענשטן וואס האבן זיך געוואגט אריינצוגיין אין מלחמה מיט אזאנע הארבע ענינים וואס רבינו הק' שרייבט ( איגרת מהרי"ט) מזאל אויסרופן אין אלע גאסן זייערע פריוואטע  נעמען זיך פון זיי אפצושיידן פון זיי און געבן אלע מינע קנסות וכפיות ביז זיי טוען תשובה און מאכן איבער די קידושין כדת משה וישראל (וואס דער רבי זי"ע איז געווען וויט פון א עקסרעמיסט פאר ווער סהאט אים אמתדיג געקענט נישט ווי די בני המן מאלען אים אראפ) ממילא קען איך פארשטיין די יונגעלייט, און אויב טוט עס אויף אפי' אויף 1 מענטש זאל נישט וואוינען באיסור קומט זיך זיי קרעדיט.

שלמהווייס » 20/8/2010 12:35

דא קען מען אביסל דערקענען די חילוק פון די זאליס און בנ"י
די זאליס זענען בייז אויף די בנ"י ווייל עס איז זיי פונקט אזוי אומבאקוועם צו וואוינען אין שמוץ
אבער די בנ"י וועלן זיך ווייקן אין שמוץ אזש ביז די לענדן אבי אפצוטוהן דעם ראט

צום_ענין » 20/8/2010 17:20

הרב שלמה עס איז באמת א שאד צו פארבירן מאכן א חילוק צווישן בנ"י און זאליס עס וועט ממילא נישט ארבעטן יעדער ווייסט זייער גוט סאיז איין קאמפאני מיט איין ציל, ספינקט גיט ווען א זאלי/בנ"י טוט א בהמה שטיק זאל א צווייטער זאלי/בנ"י וואס שעמט זיך דערמיט קענען שרייען עה סאיז א זאלי, עה סאיז א בנ"י,
נ,ב, יעצט ענטפער מיטן מעורר זיין אויף ספעלינג מיסטעקס א,ד,ג, ............... 

וואדרידש1 » 21/8/2010 00:48

KOL GARBAGE קןל גארבידטש 1-206-984-7153

13Hooper » 22/8/2010 11:36

בני זבל ווילען שוין מאכען א הסכם צי זבל'א מיט א תנאי זבל"א אהן די "א"

שלמהווייס » 22/8/2010 19:04

צום ענין
בלויז איין זאך פאראייניגט די צוויי פראקציעס -די זעלבע זאך וואס האט פאראייניגט עמון ומואב- נעמליך די שנאה צו מהר"א, אבער דא ביי די מיסט ווען מ'דארף מען אוועקגעבן פון די אייגענע באקוועמליכקייט צו וואוינען און זיך דרייען אין שמוציגע גאסן, זענען די אלגעמיינע זאליס נישט מסכים דערצו, ווארום די מענטאליטעט פון די זאליס און די בנ"י זענען בכלל נישט די זעלבע, די בנ"י זענען אויפגעצויגן אלס דזשיהאדעס און עקסטרעם פארביסן שוין פאר לאנגע יארן, און די זאליס זענען אין אלגעמיין מענטשן וואס ווילן בלויז נישט האבן קיין עול און ווילן לעבן אן די אז"ג "טעראר" פון מהר"א און ר' דוד עקשטיין, אבער זיין באקוועמליכקייט קומט ביי אים בעפאר די מצוה פון אויסרייסן די אהרונים
(זיכער איז דא אויסנאמען ביי ביידע, אבער דער רוב איז אזוי ביי ביידע)

Ahroiny » 22/8/2010 22:38

געסט אין שטעטל
די סטעיט פאליס האט אריינגעופן בעקאפ, די גרעסטע רשעים און ניו יארק סטעיט
די נ.י. ענוויראנמענטאל פאליס. די לעצטע שווערן זיך אז סגייט דא זיין פיינס פון שווערע טויזנטער.

זיי גייט נישט אן קיין פאפירן אויף דער ערד, אבער גארביטש קען פארשפרייטן מחלות.

א סטאק בילד פון די חברה

[בילד – נישט אפגעהיט]
http://www.police-dog.net/images/newsPics/nysdec008_07-11-09.JPG

Ahroiny » 22/8/2010 22:50

איך שרייב אין אידיש, איך בין נישט מקנא די זאליס אויב די חברה לייגן א האנט אויף די צעטלעך וואס האבן געהאנגען דעם שבת אין זייערע שולן

nys10952 » 22/8/2010 23:27

איך ווייס נישט אויב ד בוסט גערעכט מיט דעם איך זע אז די קעגענערס האלטן אין איין שרייבן אין ארום טעק'סן אז מזאל קאלן די אוויירעמעטעל פאליס וועגן די שמעק ביי די סוער אין בית השחיטה (איך נעם נישט קיין שטעלונג איך זאג נאר וואס זיי שרייבן) נא יעדער קען זעען אז זיי זענען נישט אנגעקימען אין ערגעץ אפי' מיט דע שטרענגע פאליס די בית השחיטה גייט אן אין איך גלייב אויב וואלט געווען א שטראף וואלטן די חברה עס אויפגעבלאן אויף 1000 ממילא טרייב נישט איבער דערוועגן


תוקן על ידי nys10952 ב- 22/08/2010 23:29:20

היראים » 23/8/2010 00:38

שלמה
איך פארשטיי די שעמסט דיך מיט ענקער פירער, וועסט פראבירן צו מאכען אלע נפקא מינא'ס אבער עס איז א שאד
געב א קוק וועם די סטעיט פאליס האט געכאפט נעכטן ''רעד הענדעט'' ווארפן מיסט פין סאסאמאן שול

----------------
די הינט איז די בעסטע אין איינציגסטע וועג וויאזוי מ'באהאנדעלט די משוגעים ווי די עבר האט געוויזען, צו הינט קען מער נאר מיט הינט

-----------------
ווייסט איינער פארוואס זיי האבען פארמאכט די קול גארביטש האטלייין, עס איז דאך געווען צוקער זיס, א סעמפל פין א זאלי'ס

יקרבו » 23/8/2010 06:50

איך האב געסערטשט "הארלעם" אויף גאגל. דאס זענען די רעזאלטס וואס זענען ארויסגעקומען

http://news.google.com/news/more?pz=1&cf=all&cf=all&ncl=d5RFQZri_wNTNnMZ9ryAMFArK34tM

יקרבו » 23/8/2010 07:07

די שווארצע מאכן חרוב זייער שטאט הארלעם אין 1964 נקמה צו נעמען אין די ווייסע

פריינדליך » 23/8/2010 16:15

שלמהווייס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דא קען מען אביסל דערקענען די חילוק פון די זאליס און בנ"י
די זאליס זענען בייז אויף די בנ"י ווייל עס איז זיי פונקט אזוי אומבאקוועם צו וואוינען אין שמוץ
אבער די בנ"י וועלן זיך ווייקן אין שמוץ אזש ביז די לענדן אבי אפצוטוהן דעם ראט
איך ווייס נישט וואס דו ווילסט. אבער איך בין די וואך שבת דורכגעגאנגען זייער ביהמ"ד אויף גארפילד ראוד. און געזען אפאר קינדער שלעפן גארביטש. האט א בחור(פון זיי!!!!) געשריגן אויף זיי אז זיי זאלן אויפהערן. האט איינער צוריקגעשריגן אז עס איז א "מצוה" צו ווארפן גארביטש! דאס זענען זאליס נישט בנ"י! פארדריי נישט קיין פאקטן

היראים » 25/8/2010 01:00

ווייסט איינער וואס איז געשעהן אז די משוגעים האבען זיך בארואיגט

באמת א שאד
ווען זיי זאלען וויסען ווי גיט זיי האבען זיך מסדר געווען דערמיט וואלטן זיי זיך באגראבען

ישר כח, יאשקע
דאס מאל איז עס געווען א גיטע זשאב
דו רוף נאר די פרעסע, אין עפן אשכולות אז מען זאל דיך מער אינוואלווען אין די מערכה

פארשינקענע גארביזש געווארפן אין פין שטאט געפלויגן (פשוטו כמשמעו)

ראפאגאש » 25/8/2010 05:18

 

יא! מיר גייען איינעמען די ווילידש און נא טיים, מיר גייען איינמאל פאר אלעמאל ווייזען אז מיר זענען רוב איינוואוינער פונעם שטעטל,  

ר' אברהם ווידער וועט ארויס פליען בשן ועיין, און מענדל שווימער – יעקב יואל באנדא ע''ה, וועלן איבער נעמען די לייצעס, און די פירערשאפט פון די ווילדש וועט אריבער גיין צו מענדל שווימער – יעקב יואל באנדא ע''ה   

מען לאזט דריקען ספעציעלע סדורים לכבוד דעם ערשטן שבת מיט מענדל שווימער / יעקב יואל באנדא ע''ה אלס מעיאר, און בן פראדל ברענגט רבינו הקוה''ט בעל ברך משה זי''ע אויף קרית יואל אויף שבת,  וכו' וכו'

אויף יעקב מאיר פערענץ'עס האנד פלאך וואקסט א גאנצע גארטן מיט שיינע פרישע גרינע גראז!

און וע''כ רבינו שליט''א מיז אנטלויפן און מיטן נאכט וואו א פאלנער גנב, און ציעט זיך אריין און א בונקער ערגץ וואו און קווינס,  און גאנץ קרית יואל גייט אריבער אונער דער פירערשאפט פון מענדל שווימער, מיט זיין טשיף ראביי ר' זלמן,

און ר' זלמן מיט זיינע אנהענגר זענען זענען און פולע קאנטראל פון די ווילדידש מיט אירע פולע פיליאלס, וואו, שטייערן, זיכערהייטס, הצלה, סענעטאציע,טראנספעטאציע,וואסער, סוער, סקול דיסטריקט, בית השחיטה, אד''ג

ופני אנ''ש חפו!!!  

דאס איז דער בילד, וואס בן פראדל מיטן מלשין דמתא דער משומד הדור האבן אראפ געגבן תשס''א לפ''ק

למעשה תש''ע!

די קרעשמע די די הויפט קוואטיר פון די מהרסים,מוסרים,פורצי גדר,מניוולים, איז פארקנאקט מיט שלאס און ריגל,  דער שופט הי''ה לאזט נישט צו דארט קיין סאציאלע צוזאמקומפן,  און אירע באזיצער וואנדערן נעבאך ארום און די שטאט צו זיכן א מקום מנוחה, ולכל בני ישראל היה אור במושבותם,

די בני המן מיט די זאליבאנער שפירן זיך נישט זיכער  אונעם שטאט, און ארגאנעזירן זיך, פארשידענע זיכערהייטס ארגענעזאציעס, וואס זענען ווערט א קדחת, און ריפט ארויס געלעכטער ביי די איינוואוינער,  און זיי שפירן זיך נעבאך וואו צווייט קלאסיגע בירגער, יעדער נאר מאלער תושב שעהמט זיך מיט זיי צו שטיין און ווארט,

גיסען זיי  נעבאך אויס זייער ביטערע  כעס און צארן, מיטן באמיסטיגן די שטאטישע גאסן, נעבאך, נעבאך, וואס א משוגענער קען נאר טאן פאר יאוש, און צוזאם ברוך, ג-ט ברוך הוא זאל אונז אוודאי באהיטען,

נאר צילוב דעם, וואס זייערע חלומות, דימיונות, אמביציעס,איז צורינען וואו א בייזער חלום, און זייער אמת'ע פרצוף ווערט אלס מער און מער אויפגעדעקט, יעדער נארמאלער בר נש זעט איין אז מיר האבן דא צוטאן מיט א באנדע משוגענע הינט, וואס זענען ניטאמאל ווערט א שפיי,

קיין גרעסער סימן פון דעמאלעזאציע  און דיסטראקציע און דיפרעסיע און נישט נישט פארהאן כן יעזר השם להלאה, ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין צו וכל קרני רשעים אגדע.  

 

 

 

פריינדליך » 25/8/2010 05:50

בכלל פארשטיי איך נישט זייער חשבון מיט זייער ווארפן גארביטש. זיי זענען דאך רוב(מיר געוואונען מיט פאלשע וואלן...) טא פראצענטועל ליידן זיי דאך60-40 פראצענט מער...

elmonsey » 25/8/2010 18:00

[quote] יעצט און ווען מ'עפענט א בית החיים אין א בעק יארד אויף רעיוואד פאר מאנגאליענס ל"ע quote]

איך בין נישט קיין סאטמאר חסיד אבער עס רייסט מיר דאס הארץ ווען איך זעה מענטשען ריפן די טייערע נשמות "מאנגאליענס"

Ziskeit » 25/8/2010 18:55

Ziskeit » 25/8/2010 18:56

apnews » 25/8/2010 19:17

למעשה האט זיך אפגעשטעלט די פאשקווילן געווארפריי

פריינדליך » 25/8/2010 23:16

APNEWS דו האלטסט וועגן די גארביטש?? אדער מען איז אויסגעלאפן דערפון??