"אתרא קדישא" ווערט געפירט דורך עמרם טייטלבוים און נחום עתיק און נאך עטליכע טעראריסטן (איך וויל נישט זאגן נעמען, נאר די וועלכע זענען שוין ממילא אין די נייעס), וועלכע האבן אין לעבן זייער אסאך ציהלן, אויסער איין זאך: כבוד שמים.
יעדער ווייסט וואספארא שמוציגער פנים די חרדישע אידן טראגן ליידער היינט צוטאג אין ירושלים. אין די צייטן פון ר' עמרם בלוי זי"ע, ווען מען האט אויך לוחם געווען אן קיין פשרות קעגן יעדע פירצה, איז נישט געווען קיין שמוץ! עס איז געווען "איידעלע אבער שטורמישע מערכות!" דער מושג פון ברעכן פענסטער און שלאגן פאליציי און אפילו נאכשרייען "נאצי", דאס איז אמאל נישט געווען.
די אלע מעשים פון די חברה, האט איין ציהל: פאן! נישט אלע, עס זענען דא מיטגלידער וועלכע העלפן זיי ארויס און מיינען עס נעבעך ערנסט, אבער עפ"י רוב די מערכות וואס ווערן אנגעפירט דורך זיי זענען אויף דעם שטייגער און זיען אן א חילול שם שמים איום ונורא.
אבער, נישט דאס איז אונזער נושא דא, עס איז נאר גוט דאס צו וויסן, און אויך ברויך מען וויסן אז די "עדה" ווערט היינט ליידער געפירט דורך זיי. נישט אז די רבנים שעצן זיי, רוב רבנים פון די עדה האבן זיי פיינט שנאת מות, נאר, יעדער האט מורא צו זאגן א ווארט! יא, אזוי ווי איר הערט. אלעס ציטערט פון די טעראריסטישע גרופע, וואס ווער עס וואגט זיך נאר צו טראכטן אנדערש ווי זיי איז "אחת דתו להמית" בלי גוזמא! (דער גאבד איז יא מיט זיי, זיי האבן אין אפגעקויפט און זיי זענען זיינע בני בית.
צום ענין.
שוין זייער אסאך מאל האט זיך געמאכט אז מען האט זיך איבערצייגט אין די קראנטקייט פון די מערכות פון אתרא קדישא בראשות ר' דוד שמידל שליט"א.
עס געדענקט יעדער ווען דער ברך משה האט זיך געבייזערט אויף זיי ביי זייער מערכה מיט קדמונינו.
דער ברך משה האט דעמאלס געזאגט אזא ווארט: עס איז דא א נוסח וואס מען זאגט "ויה"ר שיתקדש שם שמים על ידינו", האט ער געזאגט, ביי אתרא קדישא איז דער "על ידינו" פריער ווי די "שיתקדש שם שמים"... ודפח"ח.
און דאס דארף מען קיינעם נישט דערציילן, יעדער האט מיטגעהאלטן וואס עס האט זיך אפגעטוהן ביי שפאניע, ווען מען האט געהאט דערגרייכט אן אפמאך מיט די דארטיגע רעגירונג צו צוריק באגראבן די ביינער, און שוין נאכן באגראבן, זענען געגאנגען די חברה און אנגעפירט א מערכה מיט די שפאנישע רעגירונג. א שרעקליכע התגרות באומות אן קיין שום תירוץ, נאר די איינע: אויב נישט איך בין דער מציל, איז עס טריף.
אבער, וואס נישט יעדער ווייסט איז, אז דאס זענען נאך פון זייערע מצוות.
עס איז דא א פיל טיפערע קארופציע ווי דאס אז מען לאזט נישט א צווייטן טוהן. ווייל דאס אליינס, אויב טוען זיי ווען יא ריכטיג, וואלט געווען א האלבע צרה.
די מעשה איז אבער אז ווי איר וועט באלד הערן איז דא דא א מיסיע צו מאכן "מהומות". ווייזן אז מען לעבט. מען קען דאס אנרופן אז זיי ווילן ווייזן אז די חרדישע אידן לעבן, און מען קען זאגן אז זיי ווילן ווייזן אז אתרא קידשא לעבט. אבער איך שיהיה, איז דא אזא באגריף, אז אפילו ווען אליבא דאמת וואלט מען זיך געקענט דורכקומען מיט די ציונים איבער א געווייסע גזירה אדער פראבלעים, אז זיי זאלן אפשטעלן זייערע מעשים, וועט מען ענדערשט לאזן קראכן די פארהאנדלונגען, אזוי ארום וועט זיין "לעבעדיג"...
איז דאס דער דעת תורה? איז דאס דער דרך פון רביה"ק זי"ע? איז דאס דער דרך פון אלע פריערדיגע לוחמי מלחמות השם? אוודאי נישט!.
יעצט צו אונזער ענין מיט די חילולי קברים.
אשקלון:
די סדר איז געווען ביז היינט, אז דער הויפט פון די ארכילאגן (די רשות העתיקות), ווען זיי ווערן אראפגערופן צו א פלאץ צוליב וואס דארט זענען פאראן אלטע זאכן, שיקן זיי א פאקס פאר אתרא קדישא, און אתרא קדישא שיקט אהין א משגיח וועלכע מאכט זיכער אז ס'איז נישטא קיין קברים, און אויב אז מען זאל נישט גראבן נאר לויט די הלכה.
דער הויפט פון די ארכילאגן אין ירושלים איז איינער אופמאן (שר"י!). ווען מען האט אנגעהויבן גראבן אין אשקלון, האט דער אופמאן געזאגט פאר ר' דוד שמידל אז מען גייט דארט גראבן, אבער דא קען ער אים נישט העלפן, ווייל די רעגירונג איז אנטשלאסן צו גראבן. נו, אוודאי עפנט מען א מערכה כבידה קעגן די רשעים.
איז אבער אתרא קדישא (סיקריקים בלע"ז) געגאנגען, און אנגעזייט פריוואטע חורבנות פאר דעם אופמאן. איבראל ווי ער ארבעט אין א פלאץ, וואס אייגנטליך וויסט אתרא קדישא דערפון נאר צוליב אופמאן'ס וויליגקייט אריינצורופן משגיחים אויפן פלאץ, און אתרא קדישא גייט אהין איבערדרייען! מען מאכט שריפות, מען צושטערט זייערע גראבונגען (נישט ביי מקום קברים).
דער אופמאן בעט זיך צו זיי: וואס ווילט עטס פון מיר? גייטס צו די רעגירונג, גייטס קיין אשכלון, גייטס וואו עטס ווילטס, אבער איך האב דאך ענק נאר גוטס געטוהן, (נישט אז ער איז א צדיק. ער איז א רשע אז ער גראבט קברים, אבער ווען ער טוט עס ווייל ער מוז און די רעגירונג לאזט אים נישט פארהאנדלען, איז נישט די וועג צו טעראריזירן אים פריוואט!).
וואס איז די תוצאה פון אזא נארישע טעראריסטישע אויפפירונג? אז דער אופמאן וועט מער נישט וועלן פארציילן ווען ער גראבט ערגעץ אנדערש, און וועט אויפהערן שיקן די פאקסן, וועלנדיג אפהאקן מיט די משוגעים. נישט אזוי?
וכך הוה!.
די לעצטע דריי חדשים האט ער אויפגעהערט איינצומעלדן וואו מען גראבט און קיינער ווייסט נישט צו מען גראבט יעצט ערגעץ קברים! יעצט זאגט איר: איז אתרא קדישא מציל קברי ישראל? אדער מחלל.
אבער, איר האט נאך געהערט נאר די פארשפייז.
יפו
דא קומט דער עיקר.
יעדער האט מיטגעהאטלן, און האלט ווייטער מיט, די שטורמישע מערכה אין יפו. אויך האט מען מיטגעהאלטן ווי א עסקן נמרץ לש"ש הרב אהרלע יאקטער האט זיך אריינגעלייגט אין די מערכה. ער האט נישט גערוהט א רגע, ער האט אויפגענומען איינעם פאר טייער געלט צו פירן זיין ביזנעס (קאנסטראקשן), ער איז יעדן טאג געגאנגען נעמען פערמיטס פאר די פראטעסטן כדי די פאליציי זאלן זיין עטוואס רואיגער, ער איז יעדן טאג געווען אין יאפו און פרובירט צו בארואיגן די פאליציי ביי די שווערע סיטואציעס, זאגנדיג אז ער וועט ושין מאכן סדר, ער האט געברענגט פאר די מוחים וואסער מיט אייז יעדן טאג, ער איז ארומגעלאפן צו רבנים ארלעדיגן חתימות אויפן חרם קעגן אלקטרה, (ער האט שוין אפילו געהאט א צוזאג פון עטליכע פרעמדע רבנים פון נישט היימישע קרייזן, ווי הרב אלישיב, אז אויב הייבט מען צוריק אן גראבן שרייבן זיי אויך אונטער, נאך וואס ער האט זיי פארגעהאלטן פארוואס די חילול קברים באדערט נאר פאר די ערליכע קרייזן אין די צייט וואס דאס האט נישט מיט קנאות צוטוהן), ווען עס איז געווען די פראטעסט אין אנטווערפן און איין קהילה האט דאס פרובירט צו צושטערן האט ער געמאכט טעלעפאן קאלס צו זיי און זיך הארציג געבעטן און מסביר געווען אז מען קען נישט פירן קיין חשבונות ווען מען גראבט אויס אונזערע עלטערן, און אזוי ווייטער און ווייטער.
ער האט ווי פארשטענדליך געארבעט צוזאמען מיט אתרא קדישא, הגם ער האט זיך צוהאנקערט מיט זיי דא-דארט, למשל, ער איז אריין צו די פאליציי סטאנציע אין יאפו, און איבערגעגעבן א שיינע בריוו ווי ער איז מסביר אז מען מיינט נישט זייער שלעכטס נאר מיר קענען נישט איינרוען ווען מען גראבט קברים, און האט זיי מסביר געווען אז עס איז זייער מעגליך אז מען גראבט זייער אייגענע עלטערן און די עלטערןו אויף יענע וועלט קוקן זיך צו ווי מען שלאגט די וואס נעמען זיך אן פאר זייער כבוד. עטליכע פאליציי אפיצירן האבן געוויינט! הערנדיג זיינע שיינע געבעטן, און דאס אלעס האט ער געטוהן כדי צו פרובירן אז די פאליציי זאלן זיך אויפפירן אביסל רואיגער, אבער דא זענען שוין די אתרא קדישא חברה געווען אויף אים טויט ברוגז, היתכן ער "רעדט" מיט די פאליציי. זיי זענען שקצים! מען טאר ניט זיי נישט שטיין אין ווארט!. אבער א נארמאלער מענטש פארשטייט אז מען מוז פירן א מערכה מיט אביסל שכל, און אויב ווערן די קעפ פון מוחים געשפלינדערט איז די בעסטע וועג זיך צו בעטן ביי די פאליציי. אבער גיי זיי מסביר פאר די טעראריסטישע קעפ. אבער, דערוייל האבן זיי נאך געארבעט צוזאמען.
וואו האט עס אויסגעפלאצט?
ווי יעדער ווייסט זענען געווען צוויי וואכן שטיל וואס מען האט נישט געגראבן. וואס איז דעמאלס געווען? קיינער ווייסט נישט. דאס איז סאמטינג פישי. זיי האבן דאך אפגעשטעלט די ארבעט פאר א סיבה, זיי ווילן פארהאנדלען. נו? וואס איז למעשה געווען? וואס האט מען פארהאנדלט? פארוואס איז עס דורכגעפאל? קיינער ווייסט נישט. וועל איך אייך דערציילן:
אהרלע יאקטער האט זיך אראפגעזעצט מיט די קאמפאני און מיט די לויערס, און זיי האבן מסביר געווען אז עס איז שון נישטא מער קיין קברים, די איבריגע חלק שטח האט נישט קיין קברים. האט ער גאזאגט אז ער טראסט זיי נישט. (מען קען זיי באמת נישט טראסטן).
ער האט פארלאנגט פון זיי אז מען זאל צוערשט לאזן מאכן א ליקוט עצמות, און דערנאך וועט מען זעהן ווייטער. האבן זיי געזאגט אז מען קען קומען דאס מאכן. אבער, יעדער וואס גייט אריין מוז אונטעשרייבן פאר א לויער אז ער גייט נישט קלעימען קיין אינשורנס. אהרעלע איז אריבער צו שמידל, און פארציילט אז מען קען גיין מאכן א ליקוט עצמות. האט שמידל געזאגט אז מארגן צופרי וועט ער שיקן 50 אינגעלייט, און אזוי האט מען טאקע אפגעשמועסט מיט ביידע צדדים.
צופרי איז אהרעלע אנגעקומען, עס זענען געווען דארט די לויערס און די קאמפאני. ער ווארט און ווארט און קיינער קומט נישט, רופט ער אן שמידל, ענטפערט ער אז "מען איז אינטערוועגנס". נו, ווארט ער האך אביסל. ווייסט איר ווי לאנג די ביסל איז געווען? אכט שעה! אכט שעה איז ער געזעסן און געווארט אינאיינעם מיט די לויערס און קאמפאני פארטרעטער, ואין עונה. נאר אכט שעב זאגן די לויערס פאר אהרעלע: דו זעסט נישט אז דו ארבעטסט דא מיט בהמות? מיר ווארטן נישט מער, מיר גייען אהיים.
אהרעלע רומט אהיים צובראכן, ער גייט ארויף צו שמידל און פרעגט אים וואס איז פשט? זאגט שמידל, מיר קענען נישט באשליסן צו מאכן א ליקוט עצמות, מען מוז גיין צו די רבני העדה.
גוט, אהרעלע לויפט צו די רבנים. ווייסט איר וואס זיי ענטפערן? יעדער עקסטערע האט געענטפערט אז זיי רעדן נישט אריין אין א זאך וואס האט צוטוהן מיט קברים, וויל אויב יא האט ער מארגן א פראטעסט ביי זיין שטוב (!), און דעריבער זאל ער נאר רעדן צו שמידל. ביז ער איז אנגעקומען צום ראב"ד, און דער ראב"ד האט געזאגט אז זיכער ברויך מען מאכן א ליקוט עצמות, וואס איז די שאלה.
ווי נאר ער גייט ארויס פון דארט, הייבט אהרעלע אן צו באקומען טעלעפאן קאלס פון די חברה, וואס? דו ביסט געווען ביים ראב"ד רעדן זאכן וואס געהערן צו שמידל? דו ווייסט נישט אז מען טאר נישט רעדן וועגן קברים נאר מיט שמידל? זאגט ער אז וואס הייסט, שמידל האט אים געשיקט. זאגן זיי, וואס הייסט, דו ווייסט נישט אז דאס איז נאר "דאמירן בעלמא"? מען טאר נישט למעשה רעדן צו קיינעם!!!
דא האט ער שוין אנגעהויבן זעהן מיט וואספארא חברה ער האט צוטוהן.
למעשה איז ער דאך געגאנגען זיצן מיט די קאמפאני (עס איז דא דארט איינער מטן נאמען שחר פערי וואס נעמט קער פונעם פראיעקט), און פרובירט צו פארהאנדלען ווייטער, האבן זיי אים גאזאגט, שרעקעדיגע ווערטער! הערט און שטוינט!!!
מיט עטליכע יאר צוריק האבן מיר שוין געשיקט פאר אתרא קדישא אלע בוי פלענער, און אנגעפרעגט וואס זיי האבן צו זאגן, און קיין אנטווארט איז נישט געקומען!!!
עד היום האבן זיי מיט אונז קיין ווארט נישט גערעדט, נאר טעראריזרט און פראטעסטירט!
נישט אז מיר גייען מצדיק זיין א רשע וואס גראבט קברים, אבער איר הערט וואס דא טוט זיך?! די חברה זענען געווען געהעריג גרייט אפצולאזן די קברים און בויען לויט די אנווייזונגען! ביז.. זיי האבן געזעהן אז זיי האבן דא צוטוהן מיט משוגעים! עס איז נישטא מיט וועמען צו רעדן, אויסער פראטעסטן, נו אויב אזוי האבן זיי באשלאסן צו טוהן ואס זיי ווילן און פארטיג.
אהרעלע האט אבער ווייטער פרובירט זיי צו בייגן און איבעררעדן אז ער וועט ארלעדיגן אז שמידל זאל אריינקומען און גיבן אנווייזונגען אויף ווייטער וכו'. און: זיי האבן מסכים געווען! דהיינו: זיי זענען מסכים אז מען זאל אריינקומען מאכן א ליקוט עצמות, צוריק באערדיגן אויפן זעלבן פלאץ, און נישט בויען ווייטער נאר מיט א משגיח. פשש! געוואלדיג! וואס ברויך מען מער. גייט ער צו ר' דוד שמידל, און פרובירט צו מסביר זיין אז די מערכה קען זיך ענדיגן, זיי זענען מסכים אויף אלעם. אבער ר' דוד זאגט אן אנטווארט וואס איר ווילט זיך נישט גלייבן: "לטובת המערכה" דארף די מערכה ווייטער אנגיין". (!!!!!!!!!!)
יא! כאפט אייך אן אין בענקל, און ליינט דאס איבער!
פארשטייט איר וואו מיר האלטן יעצט? זיי זענען מסכים צו פארהאנדלען, זיי זענען מסכים אויף אלעם, (איך ווייס נישט צו יעצט נאך אויך, מסתמא האבן זיי שוין לאנג אויפגעגעבן צוליב דשי משוגעים), אבער מען שיקט ווייטער דעם עולם פראטעסטירן! ווער גייט ארויס קיין יאפו? נישט עמרם טייטלבוים, נישט עתיק, נישט קיינער פון די טעראריסטן, מען שיקט דעם עולם גולם! זאל דער עולם גולם כאפן קלעפ ווייל איך וויל אז עס איז זאל זיין ווייטער א "טובת המערכה". זאלן די ביינער פון אונזערע עלטערן זיך וואלגערן, ווייל "טובת המערכה", זאלן די ארכילאגן גראבן איבעראל און נישט פארציילן מער פאר קיינעם, ווייל, טובת המערכה.
און נאך איין נקודה, אפילו ווען זיי זענען נישט גרייט צו פארהאנדלען, ווערט האט דיר פארציילט אז עס איז נאך דא קברים? ווער זאגט אז מען מוז גיין ווייטער אויף מסירת נפש? אפשר איז אמת אז עס איז נישטא מער קיין קברים??? פארוואס זרלן קעפ צעשפאלטן ווערן ווען קיינער איז נישט געווען אינעווייניג צו זעהן אפילו צו ס'איז נאך דא קברים? פארוואס זעהסטו נישט אז מען זאל אריינלאזן א משגיח און מען זאל בודק זיין צו ז'איז נאך בכלל דא קברים, א זאך וואס די קאמפאני האט גערן מסכים געווען?
און טייערע ידידים! ווערט נשט איבערגענומען ווען איר זעהט ווי די מערכה גייט ווייטער אן און אלע ערליכע רבנים שיקן ארויס דעם עולם און די עדה שרייבט ווייטער אז מען גראבט, ווייל:
נעמט אייך גוט אריין אין קאפ! מיר לעבן אין א "עולם השקר"!!!
יא, די טעראריסטן פירן די מערכות, טייל רבנים ווייסן נישט וואס דא טוט זיך אונטער דעם, און די אנדערע טייל האבן מורא ארויסצוזאגן וואס זיי וייסן, און אלעס פארט ווייטער...
===========
אלזא אצינד אז די טעראריסטן האבן געזעהן אז דער אהרעלע האט ארויס די קארופציע און ער לויפט ארום צו רבנים און ס'איז צרות, וואס טוט מען?
קיין פראבלעם.
מען הייבט אן פארקויפן א מעשה: די ציונים האבן געהאט ביי אונז באהאלטענע אגענטן, ב"ה מיר זענען פשטור געווארן פון זיי!
פשוטו כמשמעו... א מעשה פון עמרם טייטלבוים.
פארוואס זאס איך דאס? ווייל אויב וועט איר ליינען ערגעץ אין די קומענדיגע טעג אז די ערב רב וויל חרוב מאכן אידישקייט און מישט זיך אריין אין זאכן וועלכע געהערן נאר צו די רבני העדה (לייען: ר' דוד שמידל און עמרם ט"ב), זאלט איר וויסן פון וועמען מען רעדט.
=======
עס איז דא נאך אסאך צו זאגן, אבער דאס איז גענוג אויף דערווייל.
תוקן על ידי FiveBoro ב- 18/08/2010 18:44:30