אין מתיבתא פארום מעלדט איינער מיט פאטאס אז די אהרונים אין מאנסי בראשות פון זייער רב גייען עפענען א ישיבה קטנה צום קומענדיגן זמן תשע"א.
עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן צו די זעלבע צייט אז אין וויליאמסבורג האבן נאך די אהרונים נישט קיין ישיבה קטנה, און דאס איז שוין נאכדעם וואס זיי האבן א מוסד פאר פינעף יאר, און נאכדעם וואס די טאטע'ס האבן זיך ארויסגעלאזט אין א וויי-געשריי אויף דעם אקט אז די בחורים ווערן שוין עוועליעיטעד פון כתה ט', און עס איז נישט דא קיין ישיבה קטנה אפיציעל פון די מוסדות, נאר יעדער בחור גייט דורך א אפשטימונג אין וועלכע פון די 4 תורות וואס די אהרונים פארמאגן ער וועט פלאצירט ווערן.
דאכט זיך אז ר' אהרן איז די אייניציגסטע חסידות אין די וועלט וואס האלט אויף א מוסד נאר ביז צו ישיבה קטנה... דערנאך היפט מען איבער אפאר יאר און אלעס קומט צוריק צו די הייליגע ישיבה שעל קברו אין מאנרא.