היינט - זונטאג אווענט וועט פארקומען דער יערליכער דינער לטובת מוסדות יטב לב בארה"ק אין גרויסן סאטמארן ביהמ"ד אין קרית יואל בהשתתפות כ"ק מרן רבינו שליט"א, וואו עס וועט אויך דינען אלס יארצייט סעודה לע"נ הרה"ק היטב לב זי"ע.
געווענדליך קומט דער דינער פאר כ"ח תמוז, ווען עס געפאלט די יודה"ל פון הייליגן ישמח משה זי"ע, נאר אזוי ווי היי יאר איז דער רבי שליט"א דאן געזיצן שבעה זאך זיין מוטער הרבנית ע"ה, וועט דער דינער פארקומען היינט - זונטאג אווענט, אינעם יודה"ל פון הייליגן יטב לב זי"ע.
עס ווערן ערווארטעט טויזענטער אנ"ש פון קרית יואל ובראשם הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א. אזוי אויך וועלן אנ"ש אפגעבן זייערע נתינות פערזענליך פאר דעם שד"ר פון די הייליגע מוסדות במסירות נפש, הרה"ח ר' ישראל הערשקאוויטש הי"ו, וועלכער איז ווי באקאנט אטאקירט געווארן מיט ברוטאליטעט דורך די אנשי רשע, שלוחי הסבלן, פארגאנגענעם כ"ו אב בעצם יודה"ל ביים ציון המצוינת פון רביה"ק מייסד המוסדות זי"ע. אצינד ווען עס וועט זיין די מעגליכקייט מחזק צו זיין דעם געהויבענעם עסקן הי"ו ער זאל ווייטער אנגיין מיט זיין עבודת הקודש איז זיכער צו ערווארטען אז אנ"ש וועלן זיך שטארק ווארעם אנרופן מיט סכומים הגונים.