געשמאקע שמועס צווישן גאב"ד ירושלים און מהר"א מ'סאטמאר (פיקטיוו)
אזוי ווי מיר האבן געפונען [...גע'גנב'עט] די בלעקבערי פון ר' שמואל ווידער זאל לעבן, זענען מיר אנגעקומען
צו אייניגע 'הויכפונקטן' פונעם ווארעמען שמועס צווישן גאב"ד ירושלים און רבינו מהר"א.
גאב"ד ירושלים שליט"א: א גוט יאר סאטמערע רבי
רבינו שליט"א: אה שלום עליכם ברוך הבא, זעצט אייך. איך האף אז דער רב מיינט נישט אז איך האלט נאך פאר שחרית...
גאב"ד ירושלים שליט"א: פארוואס זאל איך מיינען?
רבינו שליט"א: דער רב זעהט נישט מיינע שיינע נאסע פריש געמאכטע פיאות?...נארמאל מאך איך עס אזוי נאך די מקוה פאר שחרית, אבער יעצט האב איך עס געמאכט ממש ספעציעל לכבודכם...
רבינו שליט"א: וואס גייט דארט פאר ביי אייך וועגן די סיקריקים? איך הער אז זיי געבן נישט אויף, זיי האקן שטיקער, שיסן פענסטערס, צינדן פייערס, לעכערן רעדער, וכדומה, וואו איז דאס געהערט געווארן ביי כלל ישראל?
גאב"ד ירושלים שליט"א: נו וואס האט דאס צו מיר, די רבי ווייסט דאך אז איך הייס דאס נישט טוהן.
רבינו שליט"א: יא, אבער כ'האב געהערט אז דער רב לאזט אויך נישט מוחה זיין דערקעגן. איך פארשטיי דאס נישט, האט מען דאס געזען אמאל אין קראלי סאטמאר ברוקלין אדער קרית יואל??... דער בלוט דרוק הייבט זיך מיר ווען איך הער אזעלכע זאכן!!
והמשיך רבינו שליט"א: איך וואלט אנגעטראגן מען זאל צושטעלן א ווינקל דארט אין גאולה געגענט, ארומגענומען מיט מחיצות, פארשטייט זיך מיט השגחה, און דארט זאלן זיי מעגן ווילדעווען און פלינדערן וויפיל זיי ווילן. אונז מאכן דאך דא אי"ה אזא סארט זאך מיט די אינטערנעט, וואו מיר גייען צושטעלן א שיינע בנין פאר דעם, אז נאר דארט מעג מען זיך משתמש זיין מיט די כלי.
גאב"ד ירושלים שליט"א: איך האב טאקע געהערט פון דעם. אבער צו בויען א בנין, דאס קען זיך שלעפן א לאנגע צייט...
רבינו שליט"א: אונז האבן שוין א גרייטע בנין, טאקע נעבן בית המדרש הגדול, און ס'יז אפילו מחובר צום בית המדרש, כל המחובר לטהור טהור.
גאב"ד ירושלים שליט"א: וואו איז דאס?
רבינו שליט"א: דאס איז די רעבעצינס בית מדרש, וואס גייט ווערן אויפגעשטעלט פארן אונטערנעט, דאס פאסיגסטע פלאץ דערפאר. ממש בקרוב וועלן מיר דאס באקומען פונעם קארט...
גאב"ד ירושלים שליט"א: קארט??...
רבינו שליט"א: ניין, דין תורה!.... עכ"פ דאס איז א פאסיגע פלאץ, עס איז א הייליגע פלאץ, וואו דער פעטער ז"ל האט דארט געטוהן זיין עבודת הקודש, אויך די מומע ע"ה, און מען גייט אויך ארויפבויען העכער דעם א צימער פאר מיר, וואו איך וועל מאכן מיין עבודת הקודש, און איך וועל קענען האלטן א אויג, פון אויבן אראפ, ס'זאל זיין אלעס אין בעסטן.
והמשיך רבינו שליט"א: און אויב די קארט וועט עס נישט צושטעלן... גאב"ד ירושלים שליט"א: קארט??...
רבינו שליט"א: ניין ניין עהם, דין תורה!... האבן מיר דאך שוין עקספיריענס צו בויען בנינים וואס ביי אנדערע געדויערט דאס יארן, קענען מיר בויען אין אן אויגנבליק, 'הופער' האמיר דאך אזוי אויפגעשטעלט..., וועלן מיר אויך מאכן א בנין שנעל פארן אינטערנעט...
המשך יבוא פון גע'גנב'טע בלעקבערי פון י. ווערטהיימער...

תוקן על ידי המהדרין ב- 15/08/2010 18:19:53