דער רבי שליט"א האט היינט געדאווענט אין בית המדרש הגדול דסאטמאר אין מאנטריאל, אין די פריע שעה'ן צוליב וואס די וועג צו די בית השחיטה נעמט אפאר שעה, דער רבי גייט באזוכן צוויי בית השחיטה'ס פון ווי סאטמאר'ע בוטשער נעמט א גרויס חלק, איינס איז "מארוויד" ווי מען שחט עופות און די אנדערע איז "קאנטינענטעל" ווי מען שחט בהמות קעלבערנע
ביי די געלט מסיבה אין מאנטריאל וואס איז ספעציעל ארגאנאזירט געווארן לכבוד די געהויבענע באזוך פון כ"ק רבינו שליט"א, צו ערמעגליכן דאס פערטיגן די נייע בילדינג פון די תלמיד תורה, האבן זיך באטייליגט רובו ככולו פון די קהילה (די אלע א.ג. נייטראלע - לויט ווי די ארוינים פרובירן נעבעך צו פארקויפן - האבן זיך באטייליגט...), עס האבן זיך באטייליגט ממש אלע רבנים פון די שטאט ווישניץ (ביידע), ראשית חכמה,זשיבוי, וכו' א גאנצע ליסטע פון רבנים,
די אלע רבנים האבן זיך באגריסט מיט רבינו שליט"א ביותרת הכבוד.
עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ מאנטריאל רב שליט"א וואס האט באצויבערט דעם עולם מיט זיין הערליכע דרשה, ער האט מורא'דיג שטארק ארומגערעדט בשבח פון רבינו שליט"א, ארויסברענגענדיג א הכרת הטוב וויפיל "מיין שוואגער דער רבי זאל זיין געזונט וואס איז דער רבן של רבבות אלפי ישראל" האט שוין ארויסגעהאלפן פאר די מוסדות ובפרט פאר די נייע בנין התלמיד תורה
עס האט אויך אויפגעטרעטן הגה"צ דער דיין שליט"א מיט א הערליכע דרשה ארויסברענגענדיג די דערהויבענע געפילן וואס די קהילה האט האבנדיג די זכי' צו האבן רבינו שליט"א צו באשיינען די קהילה, עס האט אויך אויפגעטרעטן די מנהל התלמיד תורה און נאך
דער רבי שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א הערליכע דרשה פון וואס דער עולם איז ארויס פון התפעלות, סיי די דרוש און סיי די מוסר והדרכה, עס איז געווען גאר א שיינע דרשה וואס וועט לאנג בלייבן אין די ביינער פאר תושבי מאנטריאל.