עס לאזט זיך נישט גלייבן ווי דער שטריק פירט זיך אויף, עס איז אלס געווען ביי כלל ישראל וואס האבן געטענה'ט אז וויבאלד "ס'דא ממילא" מענטשן וואס טוען געוויסע פראבלעימען, זאל מען לכבוד דעם מפשר זיין און דאס מתיר זיין
דאס איז אלס געווען די מיינונג פון די משכילים און פושרי פשרות און האט זיך למעשה ארויסגעשטעלט פאר א חורבן פאר כלל ישראל
גדולי ישראל האבן אלעמאל געהאלטן פארקערט און נאר אזוי האט זיך אידישקייט געהאלטן אין אלע דורות
די זעלבע זאך איז ביי די ענין פון אינטערנעט
אונז אלע שרייבמיר דא אויף די אינטערנעט, אבער ווער נאך ווי אונז ווייסט אז די גאנצע זאך איז ניטאמאל קיין בדיעבד, אפילו זשעי נעט מיט קאשער נעט מיט אלדעס גיטע יאר קומט נאך אלס נישט צו ווי צו שפאצירן אין די שמוציגסטע גאס פון מאנהעטן...
לאמיר זיך פארשטעלן וואס וואלט קאשויער רב צו סיי וועלכע גדול בישראל געזאגט דערצו, ער וואלט געשריגן און פארפירט אז מען טאר נישט האבן קיין אינטערנעט נישט קיין זשעי נעט און נישט קיין בעי נעט, אויב איינער האט עס יא ליידער, איז עס א גרויסע פראבלעים און ער דארף זיך אראפזעצן מיט זיין דיין און מורה דרך צו זעהן וואס צו טוהן דערוועגן
אבער צו גיין לכתחילה צו מאכן די שמיציגע אינטערנעט לכל מאן דבעיא אינטער קהל, דאס איז נאך פאר קיין איין ערליכע איד נישט בייגעפאלן
אבער מען דארף דאך קענען זעהן אויף די כלי וואס איז די וועטער אין לאנג איילענד....
תוקן על ידי געכאפטער1 ב- 12/08/2010 23:26:28