לפי עניות דעתי – און לפי מיין אפשאצונג, דאס אפיעל'ן דעם לעצטן פסק לגבי דעם בית החיים, איז געטאהן געווארן דורך די זאלי'ס – בלית ברירה, דער חילול ה' איז געוואלדיג גרויס – נישטא וואס צו רעדין.
די זאלי'ס האבן געהאט 3 אפשענ'ס, א. זיך האפ לאזן פון בית החיים, און גארנישט טוהן – און וויא פארשטענדליך "אלעס בלייבט ביים אלטן", - ב. זיך שטעלן צום דין תורה, ג. צו אפיעל'ן דעם פסק פונעם שופט צו א העכערן געריכט – און שרייען אונז ווילן מיר דווקא א גויאיש'ן שופט.
א, זיך האפ לאזן פונעם גאנצן בית החיים, וואלט געוועהן פאר זיי א קלאפ, אבער עס וואלט געוועהן פארהיילבאר, פונקט וויא דו ארוינים אין וויליאמסבורג, האבן זיך באנדאז'ירט דו וואונדן, און אויפגעשטעלט נייע מוסדות, און אריבער געמישט דים בלעטל.
ב. זיך שטעלן צום דין תורה, וואלט געוועהן פאר די זאלי'ס, ממש זיך נעמען דעם לעבן מיט די אייגענע הענט, עס וואלט זיך אטאמאטיש – און זייער שנעל, אנטוויקלט א דין תורה ארום 'וויליאמסבורג' – און וויליאמסבורג באדייט גאר גאר אסאך, סיי פאר די זאלי'ס – וויא אויך פאר די ארוינים, און דאן האבן די זאלי'ס אסאך וואס צו דערלייגן – כאשר די ארוינים קענען נאר פארדינען – בעסער געזאגט – האבן נישט וואס צו דערלייגן.
ג. צו אפיעל'ן דעם פסק פונעם שופט צו א העכערן געריכט – און שרייען אונז ווילן מיר דווקא א גויאיש'ן שופט, וויא פארשטענדליך איז דאס אגרויסער חילול ה', למעשה איז דאס די פיערסט טיים – וואס עס איז שווארץ אויף ווייס – 'מי ומי ההולכים' ווער עס איז מעדיף צו גיין צו ערכאות.
וויבאלד אז אלע דריי אפשענ'ס זענען געווען איינער ביטערער וויא דעם צווייטן, האבן די 'קארפן קעפ' דארט ביי די זאליס, מחליט געוועהן צו גיין אויף 'חיי שעה' – לכאורה (נישט וואס איך ווייס) האבן זיי עפעס א היתר פונעם "בד"ץ דקהל יטב לב" – און אלעס בלייבט ביים אלטן.