אין שכינותדיגען אשכול איז דא א דין ודברים איבער די הארבקייט פון די סידור קידושין אין קרית יואל אן רשות פון רא"ט.
די ארונים שטעלען אן א פני תם ווי זיי ווילען פשוט ראטעווען די קרעציגע משפחות פון ווערען קרעציגע ממזירים און עס האט גארנישט מיט קיין טעראר און פאליטיק.
די קרובים וואס קומען נישט איז פשוט מחמת גרויס יראת שמים און רבינו הקדוש האט נישט געלאזט גיין צו די סארט חתונות אבער ח"ו מיט טעראר און פאליטיק האט דאס נישט קיין שייכות.
די סוגיא איז שוין דורך געקייט געווארען הונדערט מאל אבער דאך איז נאך כדי דער עולם זאל מגיב זיין און באשרייבען יעדער פון זיין קוק ווינקעל די ליצנות פון דעם איסור און די היפאקריטישקייט דערפון.
מרא דאתרא
מיט 25 יאר צוריק האבען קרית יואלער תושבים זיך אויפגעוועקט צו א קאשמאר פון וואס זיי האבען זיך נאך נישט געכאפט דעם אטעם עד היום הזה.
(די איינציגע זאך וואס היינט איז גרינגער איז אז עס איז שוין א צרת רבים, אזוי ווי דער קאשמאר האט זיך צושפרייט בכל קצוי תבל און די קרית יואלער זענען שוין נישט אליינס אויפען פראנט)
מיט גרויס אנגסט האבען די קרית יואלער אידען אויפגענומען די ידיעה אז א רב ווערט ארויפגעצווינגען אויף די שטאט אן קיין וואלען און אן זיך רעכענען מיט קיינעם נאר מיטען כח הזרוע.
די סיבות פארוואס רוב ציבור האט נישט געוואלט דעם רב איז נישט נוגע דא, דער פאקט איז אבער אז די רבנות איז געווען בכפי אן קיין וואלען און אן די הסכמה פון רובא דרובא ציבור.
יעדער יודע ספר ווייסט אז מען קען נישט ארויפצווינגען א רב אויפען ציבור אן זייער הסכמה, מלפנים זאת בישראל אז אין יעדע שטאט איז געווען וואלען און מיט וואלען האט מען געהאט דעם כח צו ממנה זיין א רב א מרא דאתרא וואס האט מחייב געווען אויך דעם מיעוט וואס האט נישט מסכים געווען צו דעם התמנות.
אן קיין וואלען איז פשוטער פון ביעתא בכותחא אז א רב קען זיך נישט ארויפזעצען אויף א שטאט און זיך דערקלערען מרא דאתרא און געוועלטיגען אויפען ציבור נגד רצונם.
דאס אלעס איז דברים פשוטים און מיטאמאל די חלה דעקלעך וועלען האלטען אנדערשט.
בימים ההם, כדי צו באפעסטיגען דעם רבנות, האט ר' אלי' סימאן ועוד ארויסגעגעבען תשובות ווי זיי האבען בארעכטיגט די רבנות פון רא"ט מיטען תירוץ אז ער איז נאר א רב הצעיר ארויסצוהעלפען דעם טאטען און א רב הצעיר איז מבואר אין געוויסע תשובה ספרים דארף נישט קיין בחירות.
פארשטייט זיך אין פעלער ווען דער רב הצעיר איז אויפגענומען געווארען אן וואלען האט ער נישט קיין דין מרא דאתרא און ווי נאר כשל עוזר נפל עזור ווען עס איז נישט דא קיין רב איז נישט דא קיין רב הצעיר'שאפט.
לענינינו, רא"ט האט קיינמאל נישט געהאט קיין דין מרא דאתרא אין קרית יואל און עס איז נאך קיינמאל נישט געשריבען געווארען קיין פסק פון קיין שום דיין –חוץ דער איינגעשטעלטער דיין ר' געציל- אז רא"ט איז מרא דאתרא. אדרבא פיל רבנים ודיינים מובהקים האבען געשריבען קלאר אז ער איז נישט מרא דאתרא און דאס איז אויך דער פשוטער משמעות פון אלע פוסקים אז אן קיין וואלען קען מען זיך נישט ארויפצווינגען אויפען ציבור און זיך דערקלערען מרא דאתרא.
דער גאנצער בנין צו בויען אויפען איסור פון מרא דאתרא איז לעכערליך, אין כאן מרא דאתרא ואין כאן לא חרם ולא שמתא ולא גררא דאיסורא, עס האט נישט קיין שמץ פון קיין ערענסטער חשש לכל מבין.
רב הצעיר
אפילו מען זאל מסכים זיין צו ר' אלי' סימאן אז א רב הצעיר קען מען אויפנעמען אן דעת הציבור איז פשוט אז הפה שאסר הוא הפה שהתיר.
רבינו הקדוש בעל ברך משה זצ"ל האט געשריבען א בריוו מיט כשר'ע עדים אז ער איז מתיר זיך אפצוטיילען פון רא"ט קהלה פאר די הארבע עבירה פון גיין אין ערכאות עכו"ם שלא ברשות בי"ד טראץ די פערזענליכע אזהרה פון אביו הקדוש.
רבינו הקדוש האט באפוילען צו מאכען א נייע קהלה, נייע מוסדות און מתיר געווען סידור קידושין פאר בנו כ"ק אדמו"ר שליט"א.
עכ"פ אפילו לויט די וואס האלטען אז רא"ט איז יא געווען מרא דאתרא דורך זיין טאטענס כח, איז דער כח שוין לאנג אוועקגענומען געווארען און עס איז נישט דא קיין שום חשש אפילו חשש רחוק צו מאכען סידור קידושין אן זיין רשות.
די בלאט לצים און כת הסבלנים מאכען אוועק דעם בריוו פון רבינו הקדוש בעל ברך משה מיט די טענה אז ער איז נישט געווען ביי זיך. דאס איז זייער גוט פאר ליצנות, אבער דער פאקט איז אז עס איז געווען עדות ווען ער האט געשריבען דעם בריוו וואס שרייען חי וקיים אז ער איז געווען ביי זיך, די עדות זענען חשובע אידען און פני העדה.
די רבני ודייני קהל יט"ל האבען א רעכט אנצונעמען די עדות און זיך פארלאזען אויף דעם. אויב די ארונים האבען א טענה קענען זיי רופען די עדות צו דין תורה, זיי קענען אויספארשען די עדות, אבער זיי האבען נישט קיין שום כח ארויפצוצווינגען אויף א גאנצע שטאט אנצונעמען זייער הנחה אז רבינו איז נישט געווען ביים קלארען דעת בשעת מעשה און בויען אויף דעם ביניני פיתום ורעמסס צו אסר'ן סידור קידושין.
עס איז לעכערליך אפילו זיך מתוכח צו זיין אויף דעם. אז זיי ווילען אסר'ן דארפען זיי מברר זיין די פאקטען, ווי לאנג זיי האבען נישט קיין בירור אויף זייער ווערסיע, איז דער בריוו פון כ"ק רבינו בעל ברך משה זצ"ל קאי וקיין ולית כאן בית מיחוש כלל וכלל
סידור קידושין בלי רשות המרא דאתרא
לשיטתם אז רא"ט איז יא א מרא דאתרא איז אויך א היפאקריטישקייט פון היסטארישע פראפארציעס דער גאנצער חוכא וטלולא וואס זיי האבען געמאכט פון יסוד קדושתן של ישראל מיטען זיך ארומווארפען מיט די הייקעלע ענינים.
יעדער בר בי רב דחד יומא ווייסט אז אין די שטעט אינדערהיים איז געווען אן איסור פון "שחוטי חוץ", אויב איינער האט אריינגעברענגט פלייש פון אויסער די שטאט איז די פלייש געווען טריפה און מען האט געדארפט כשר'ן די טעפ. ווען מען קוקט אריין אין שו"ת ספרים זעט מען אז דאס איז געווען פון די הארבסטע זאכען.
דער איסור פון שחוטי חוץ איז אזוי ווי דער איסור אויף סידור קידושין בלי רשות המרא דאתרא באהאנדעלט געווארען מיט אן עקסטערע הארבקייט פון אלע אחרונים.
די סיבה דערצו איז בפשטות ווייל דאס איז געווען דער יסוד קיום פון די ערליכע קהילות. די קהלה האט זיך אויפגעהאלטען פון די "גאבעללא" וואס זיי האבען ארויפגעלייגט א שטייער אויף די כשר'ע פלייש, און דער רב האט געהאט זיין הכנסה פון "רח"ש" געלט וואס ער האט באקומען ביי חופות.
אוועקנעמען די הכנסה פון די קהלות וואלט אינגאנצען צוגרונד געלייגט פינאנציעל די קהלות און דערפאר האט מען זיך באנוצען דערצו בכל חומר ועוז.
בנוסף איז דאס אויך געווען א גדר אז פסולי חיתון זאלען נישט קענען חתונה האבען און זיך אויסמישען מיט ערליכע אידען און אז טריפה פלייש זאל נישט ווערען פארקויפט ווי כשר פלייש.
פארשטייט זיך אז די מכשולות איז 1000 מאל מער עלול ביי פלייש אז ווען עס איז נישט דא קיין אויפזיכט אויף די פלייש זאל קומען צו מכשולות ווי ביי חופות, אבער בחדא כללא כללינהו, די 2 איסורים זענען די לעצטע עטליכע הונדערט יאר געווען געקניפט און געבינדען.
ביי אונז אין קרית יואל איז די ערשטע מאל אין די היסטאריע אז רבנים האבען זיך ארויסגעשטעלט בכל חומר אנטקעגען די חופות בלי רשות המרא דאתרא און די זעלבע צייט וואס מען הערט ממש נישט קיין פיפס איבער דעם וואס אידען ווערען ל"ע געשטאפט מיט טריפה פלייש פון שחוטי חוץ, מיטאמאל קיין קול קורא בנעימת המידות מעורר צו זיין דעם ציבור נישט צו קויפען שחוטי חוץ. אפילו פאר זייערע חלה דעקליך אקסען באפעלען זיי אויך נישט אז מען זאל נישט עסען שחוטי חוץ?
שטעלט זיך א קושיא מרפסין איגרא, מאי שנא?
ווי אזוי קען דער ר' געציל וועם רבינו הקדוש האט געשטעלט אבאכט צו געבען אויף די שטאט שלאפען ביינאכט אז אידען ווערען געקארמעט מיט טריפה פלייש?
און די פירצה גייט שוין אן אין קרית יואל מיום הוסדה פון די צייטען פון רבותינו הקדושים בעל ויואל משה און ברך משה, ואין פוצה פה ומצפצף?
דאס היפאקריטישקייט שרייט ביז צום הימעל און אונזער חשובער דיין וואלט געדארפט ארויסקומען מיט א תשובה כאטש מקיין צו זיין והייתם נקיים און מסביר זיין דעם חילוק.
קהלה שנתפרדה
די ארונים כאפען זיך אן אז דער מהרש"ג שרייבט נאר "קהלה שנתפרדה בהיתר" און די היינטיגע קהלות האבען זיך נישט אפגעטיילט בהיתר.
איך וואלט געפרעגט די חלה דעקליך, איר האלט אז ביי קהלות אינדערהיים ווען מען האט זיך אפגעטיילט האט די אלטע קהלה מודה געווען אז מען האט זיך אפגעטיילט בהיתר? (חוץ פון געציילטע קהלות ווי עס איז געווען א די"ת, רוב קהלות ווי מען האט זיך אפגעטיילט איז קיינמאל נישט געקומען צו דין תורה).
די קהלה שנתפרדה אז זייערע רבנים האלטען אז זיי האבען זיך אפגעטיילט בהיתר קענען זיי מתיר זיין סידור קידושין, עס איז נאריש צו זאגען אז די קהלה וואס האט זיך אפגעטיילט דארף באקומען אן הסכמה פונעם דיין פון די אלטע קהלה אז די פירוד איז געווען בהיתר און נאר דאן קענען זיי מסדר קידושין זיין, אין לך ליצנות גדולה מזו.
קהל בני יואל האט געהאט א היתר פון כ"ק אדמו"ר מקאשוי זצ"ל, כ"ק אב"ד מאנטעווידעא זצ"ל, ולהבחל"ח כ"ק אב"ד קארלסבורג שליט"א, יעדער בר דעת וועט מודה זיין אז די זענען געווען פון די גרעסטע גדולים ביים היימישען ציבור אין ניו יארק, קען איינער, נישט קיין חילוק ווי גרויס, קומען זאגען אז דאס הייסט נישט קיין קהלה שנתפרדה בהיתר? איז דען דא א הו"א אז זיי זענען נישט גענוג גרויסע פלייצעס אז א איד זאל זיך קענען פארלאזען אויף זיי?
אז זיי האבען זיך אפגעטיילט מיטען פסק פון די אלע גרויסע גדולים איז זיכער אז דאס איז א דין פון א קהלה שנתפרדה בהיתר און עס איז נישט קיין שום נדנוד חשש אויף די קהלה.
ווייטער אויף קהל יט"ל קרית יואל בנשיאות כ"ק מהרי"י שליט"א, איז דאך דא א ציווי פון רבינו בעל הברך משה זצ"ל צו עפענען די מוסד, ער איז דאך זיכער געווען דער גדול הדור אין סאטמאר, קען דען זיין א הו"א צו זאגען אז דאס איז נישט קיין קהלה שנתפרדה בהיתר?
די ארונים מוזען נישט מקבל זיין דעם פסק פון די גדולים מיט פארשידענארטיגע תירוצים אבער דאס איז זיכער אז די וואס האבען יא מקבל געווען די פסקים יש להם על מי שיסמוכו און אין כאן שום סרך איסור.
סיום
צום שלוס, דער פאקט בלייבט אז אלע סאטמארע דיינים פון איידער תשנ"ט (חוץ ר' געציל וואס איז איינגעשטעלט ביי רא"ט) שרייבען קלאר ווי דער טאג אז עס איז נישט דא קיין שום חשש איסור מסדר קידושין צו זיין אין דעם נייעם זאל, קען ר' געציל נישט קומען און ארויפצווינגען זיין פסק און אוודאי איז נישט דא קיין שום מקום מתיר צו זיין צו פארגיסען אידיש בלוט אויף דעם סמך.
זאל דער אייבערשטער העלפען אז ילמדו תועים בינה און זיי זאלען זיך צופאסען צום נייעם מציאות אז רא"ט איז נישט קיין מרא דאתרא אין קרית יואל פונקט ווי זיין ברודער איז נישט קיין מרא דאתרא אין וויליאמסבורג, יעדער האט זיך זיין קהלה און בני קהלה הסרים למשמעותם און עס איז שוין צייט צו לאזען יעדען גיין זיין וועג און נישט צוריקברענגען די טעראר און געשלאגען וואס זענען געווען מנת חלקינו אין די סוף מ' אנהייב נ' יארען.