שאקירענד: קרית יואל בחורים מאכן פאני קאלס צו ניי פארפאלק ליל החתונה!
אין עהרע פון זייער באליבטן גבאי שמואל דוד מארקאוויטש, וועלכער האט פארשטאנען דאס נחיצות פון זיך נישט באטייליגן ביי די חתונה פון זיינס א ברודער נאכצוקומען די בעבישע קאפריזן פון זיין אויבערהאר ר' אהרן טייטלבוים. האבן די בחורים פון די ישיבה אין קרית יואל אויפגעשוידערט יעדן רעכט דענקענדען מענטש ווען עס איז באוויסט געווארן די נייעס אז זיי האבן געמאכט פאני קאלס צום שטוב פון די פרישע פארפאלק מארקאוויטש נעכטן נאכט - ליל החתונה מיט עקלדיגע לשונות און סטראשנוקעס אויף זייער לעבן.
כלל ישראל איז שטום און קען נישט עפענען דאס מויל מסביר צו זיין דאס רשעות ואכזריות וואס ליגט אין דעם אקט. נישט ח"ו אז איינער האט נאך עפעס א כף של זכות אויף די בחורים וואס האבן פאריאר געטאנצן אויפן בלוט פונעם נפטר הרה"ח ר' עוזיאל פערלשטיין ע"ה. נאר עס איז בלויז נאך א רינגעלע אין קייט פון רשעות ואכזריות וואס ווערט געטון דורך דעם סבלן, וואס יעצט ווערט טאקע א יאר זינט ער האט איינגענומען דעם סבלנות פיל פרייטאג צונאכטס שבת מברכים אלול, און פון דעם סבלנות ליידן מיר יעדן טאג.