היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » "אתרא קדישא" - מצילי קברים אדער מחריבי קברים???

"אתרא קדישא" - מצילי קברים אדער מחריבי קברים???

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2817474

FiveBoro » 11/8/2010 20:43

פאלגט נאך שאקירנדע אויפדעקונגען!

(איך בין נאך אונטער שאק. איך קען נישט שרייבן).

שלמהווייס » 12/8/2010 13:04

ביסטו שוין צו זיך געקומען פונעם שאק?
מיר ווארטן אויף די שאקירענדע אויפדעקונגען...

האקאבו » 12/8/2010 16:40

הרב פייוו מיר זענען שוין נישט אין שאק מיר זענען שוין יארן לאנג געווען אין שאק מיט וואס זיי האבן אלץ אנגעווערטשאפט מיטן פרי מגדים'ס קבר און מיטן גאנצן ביה"ח אין סלאוויצע און מיטן אויסרייסן דעם ביה"ח אין פילזן ועוד כהנה רבות סרייסט דאס הארץ ביים איבערגיין די אלע פרשות...ודי בזה

FiveBoro » 12/8/2010 19:01

שלמה, מען האלט מיך נאך דערווייל צוריק פון שרייבן.
האלט זיך געשפאנט.

האקאבו, די היסטאריע איז זייער גרויס, אבער אויב האבן מיר זיך איינגערעדט אז "עפעס" ערסנטקייט איז דא דארט, און מיר האבן זיך נאכגעשלעפט מיט א תמימות נאך אתרא קדישא "באה"ק", ווערט יעצט אויפגעדעקט גאר דאס פארקערטע.

איך האף צו קענען שרייבן ווייטער וואס פריער.

דיןתורה » 12/8/2010 22:24

וואס איז מיטן פרי מגדיםס קבר
די מיינסט ווען זיי האבען מפנה געווען א גאנצע בית החיים מיט די זכור ארגענעזאציע דאס איז נישט געווען ביים פרי מגדים

האקאבו » 12/8/2010 22:34

דין תורה די מעשה מיט די זכור ארגאניזאציע איז טאקע ריכטיג אבער סאיז א באזינדערע השחתה אקט פון זיי

די מעשה פונעם פרי מגדים איז א באזינדערע זאך אין סלאוויצע פוילן האבן זיי מיט בולדאזערס אויסגעריסן א גאנצעם בית החיים גענוי וואס אלעקטרא מיט אר עף אר טיען יעצט סאיז אן אריכות כוויל נישט דא אויסשמיעסן די פרטים ווייל סאיז נישט יעצט נוגע

ויואמ_אמת » 16/8/2010 00:18

ווילאנג דארף דיר נעמען צו שרייבן
פארוואס עפענסטו א אשכול אזוויפיל טעג פאר די האסט גרייט דיין חומר?

FiveBoro » 16/8/2010 00:36

זיי מיר מוחל, (און אזוי אויך אלע ליינער), אבער די חומר איז "יא" גרייט, נאר די "צייט" איז נאכנישט רייף.

מיט אנטשולדיגונג, איך האף ווי פריער.

אדםאמיתי » 16/8/2010 01:31

בארא, מיינסטו אפשר דאס?

http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=19055&cat_id=1

וועגען דעם  בלאף און שקר האט מען איבערגעקערט אין א"י און דאהי אין ניו יארק?

נאכדעם ווינדערט פארוואס זיי לאכען זיך אויס פון אונז.

FiveBoro » 16/8/2010 01:53

דא שטייט נאך זיייער ווייניג.