קודם קוקט אויס אז איר האט נישט געליינט וואס איך האב פריער געשריבן, ווי איך האב ארויסגעברענגט א קלארער חילוק צווישן די סארט בויקאט פון שמחות פון אמאל, און דער איציטיגער בלויז "חתונה" שמחה, דו מאכסט נאך אלס איין קוגל, ליין עס איבער מיט ישוב הדעת ותמצא נחת,
נאכן איבערליינען מיט ישוב הדעת, זעה איך נישט קיין שום חילוק, סיי אמאהל און סיי היינט האט עטס אלעס אריינגעלייגט און די תורה, און גענוצט די זעלבע עגל,
אדרבה בימים ההם האט עטס נאך גענוצט די היינטיגע בי"ד פון מהרז"ל מיטן בד"ץ אויף לאיסור, און סאך שטערקערע טעראר הגם ס'האט געטראגן דעם זעלבן פנים ווי די איסור אויפן סידו"ק, און וועט אנהאלטן בערך אזוי לאנג
שנית, וויל איך זאגן עפס א דערהער,
ווען איינער איז פארוויקלט אין לאנגער ביטערער מחלוקה, פון יארן יארן לאנג, און ער האלט אז אלעס וואס ער טוט איז כשר וישר און אויסגעהאלטן, און דער אנדערע צד איז אלעס אומרעכט און נגד התורה,
למעשה איז דאך נאר איינער גערעכט, מ'קען קיינמאל נישט וויסן, א מענטש האט דאך נגיעות און הרגשים, די נגיעות און הרגשים טרייבן דעם מח צו פארשטיין וויזוי ער וויל פארשטיין, דאס איז דער נאטור, א מענטש קען אסאך מאל זעהן קלאר אז ער איז גערעכט, און כאפט זיך נישט אז זיינע נגיעות טרייבן איהם...
למשל איך געהער זיך אן צו חסידי מהר"א, ווער ווייס, קען זיין איך בין אויפן ראנג זייט, נאר היות איך האלט אז דער שורש המחלוקה איז ליידער בלויז כבוד און געלט, און האט זערא מיט יהדות ואמונה, ממילא האלט איך אז איך ריזיקיר נישט ציפיל מיטן זיין אויפן ראנג זייט,
יעצט דא לענינינו, די אלע בני יואל/מהרז"ל אידן האבן אין זייער הארץ אריינגעבאקן אלטע טיפע הרגשים ונגיעות לגבי ר' אהרן'ען, דאס איז קלאר, יעצט אויב עס איז דא אפי' א ווייטער ספק ספיקא אז אפשר זענען די נגיעות והרגשים וואס פאפן דעם מח אז ס'נישטא קיין פראבלעם מיט די קידושין, און לפי האמת איז ליידער יא דא א גרויסער פראבלעם, איז דאס א שרעקליכע חורבן דורות וואס מ'טוט נאר זיך אפ, נישט ר' אהרן, נישט עקשטיין, קיין איינער ווערט נישט אזוי אפגעטון ווי זיך אליין, דאס איז א מעוות שאינו יכול לתקן, ממילא בכגון דא וואלט איך געזאגט אז למיחש מיהו צריך, ווען דער מעגליכער הפסד איז א מיליאן מאל מער ווי דער שכרו, דער נצחון קעגן ר' אהרן.
זייער א אויבעפלעכליכע דערהער, כ'וועל דיר מסביר זיין פארוואס,
ס'איז נישטא קיין שום פוסק אינדערוועלט וואס האלט אז אויב לו יהא ס'טאר נישט זיין מסד"ק אן אנדערער, אז עס איז דא עפעס שמץ פון א פראבלעם פון די דורות, סך הכל איז דא א "תקנה" אז מ'דארף מען איבערמאכן די קידושין מוראדיגע גרינגע תשובה, נאא אז ס'וועט זיך ארויס שטעלן ווען אליהו וועט קומען אז ס'איז אזוי, וועלן זיך די יודן שטעלן אינטער די חופה און זיך מהנה זיין מיטן באסאווע שטים בענדעלע,
משא"כ דינען די פארטייי וואס די שרייבסט אז די "ריזקירסט גארנישט" מיטן זיין א נערויני, איז אזאנס שקר און א מעוות שלא יוכל לתקן,
קודם כל, דאס אז ער איז דיר מאכל טרייף ממש (כפי פסקו נוטראלי של הגאון מקרלסבורג שליט"א) איז זייער א גרויסע פראבלעם ס'האט נישט אזא גרינגע תשובה ווי די קידושין וואס ס"ה דארף מען עס איבער מאכן און דעטס איט, טרייף פלייש איז מטמא כל הגוף און אלע מאכלים וואס מ'קאכט אין די כלים זענען ווייטער טרייף אא"וו, אזוי אויך די פאבליק סקול (כפי פסקו נוטראלי של הגאון מקרלסבורג שליט"א) איז יהרג ואל יעבור און כפירה ממש, שטעל דיך פאר ווי הארב, ממש נאר מיתה מכפרת,
במילא לאמיר נישט שפילן די געים פון הארב און גרינג, ס'איז ברור כשמש פאר דיר פונקט ווי מיר אז די קידושין מחלוקה האט גארנישט מיטן הארבקייט און מיטן נאסוידער רב, ווייל צוויי טעמים
1) עס הייבט ענק נישט אן צושטערן ווען א בני יואל זינדיגט אדער איז מזנה רח"ל, אדרבה א סקאנדאל פון א בנ"י דראפאוט איז ביי ענק כמוצא שלל רב, מ'פאסמאקעוועט זיך דערמיט ווי פרישע זעמעל, יעדע טראגעדיע ברוחניות ובגשמיות איז געווען א זיג פאר ענק
2) די איסור פון סידו"ק\מרה דאתרא גייט אויך אן ווען מ'פארט און מאנסי\וומס"ג חתונה האבן און די פארפאלק וואונט אין קרית יואל, די תקנה איז געווען אז ס'זאל זיין א קאנטראל אויף די קידושין'ס, במילא ס'איז גארנישט נשתנה געווארן מיטן נייעם זאל, עטס האטס קיין פראבלעם מיט חתונה אינדרויסן פון שטאט קיינמאל נישט געהאט אדרבה איר שרייט נאך עד היום אז מיר זאלן זיך שלעפן קיין מאנסי, ס'נישטא קייין גרעסערע ליצונות פון דעם,
איך האף עטס פארשטייטס מיין פוינט
|