היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » טעראר גייט אן, יעצט דורך המספיק

טעראר גייט אן, יעצט דורך המספיק

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2817137

נערמאלער » 10/8/2010 19:34

געהערט פון א משפחה מיטגליד פון דער מחותן ר' משה מארקאוויטש אז זין טאכטער די כלה וואס גייט היינט נאכט חתונה האבן בשעה טובה ומוצלחת אין די נייע זאל ארבעט ביי המספיק (דערווייל)

די אלע ארבעטער'ס ביי המספיק האבן באקומען א סטראשע פון אויבן, אז אויב איינער פון די ארבעטער'ס "ווארק מעיטס בלע"ז"  וועט זיך דערוואגן צו גיין צו די חתונה דעמאלס קען זי זיך גיין זוכן א נייע זשאב

אבער עס איז שטיל דא

בחצרסטאמאר » 10/8/2010 20:14


אויב איך קען רעדען צו דיר לאגיש מיט שכל וועל איך דיר פרעגען

אז מיין ארבעטארער האט חתונה מיט א גוי און דער מסדר קידושין איז א רעפארמער רבאי, קען דער ארבעט'סט געבער זאגן אז קיינער זאל נישט גיין?

נישט אז איך האלט אזוי איז דא די מעשה אבער אז דער ארבעטסט געבער האלט אזוי איז וואס ווילסטו פון אים?,
די האלטס אנדערש?, גיי ארבעט ערגעץ אנדערשט, אבער דאס מיינט טעראר?,

איך רעד נישט ווען ס'איז דא א מחלוקת ווער דער ארבעטס געבער איז כדוגמת די קהל ווען זיי האבן ארויס געווארפן שמשים מיט גבאים, דארט איז א שאלה ווער הייסט דער ארבעטס געבער,

אבער דא איז זיכער דער ארבעטס געבער מאיר ווערטיימער, ער מעג זאגן פאר זיינע איינגעשטעלטע וואס ער וויל

און דאס איז נאר א תשובה אויב די ווילסט הערן באמת מיט לאגישקייט, אבער טאמער ביסטו א מצה טאש האב איך גארנישט געזאגט

עכטער_חסיד » 10/8/2010 21:07

המספיק איז א גאווערמענט פאנדעט ביזנעס.

אויב גייט המספיק שפילן פאליטיק, זאל ער וויסן אז ער גייט ארויפצאלן דערויף!

מיר וועלן נישט שטיין מיט קיין פארלייגטע הענט!

עס וועט אים קאסטן זייער טייער דאס געשעפט!

אויב וויל ער נוצן זיין ביזנעס צו פירן קריג קעגן זיינע פאליטישע שונאים, וועט ער מוזן געבן דין וחשבון פאר זיינע פאליטישע פריינט אין אלבעני!

מיר זענען גרייט פאר די מערכה!

ר' מאיר ווערטהיימער: ראו הזהרנוך! זאלסט נישט שפעטער האבן קיין טענות! אויב דו וועסט איבערציען דאס שטריקל, וועלן מיר זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט! מיר וועלן טאן אלע לעגאלע זאכן דאס אפצשטעלן!



תוקן על ידי עכטער_חסיד ב- 10/08/2010 21:12:29

sybarit » 10/8/2010 21:50

Did anyone verify this information if its true? as far I know he is not playing politics in hamaspik, lots of anash have jobs there

אמיגא » 10/8/2010 22:04

מאיר ווערטהיימער מיר ווארענען דיך! דער פרייז וואס דו גייסט באצאלן פאר'ן שפילן מיט אידיש בלוט גייט זיין פיל טייערער ווי דו קלערסט! דו ביזט א גאווערמענט עידזשענסי מיט פוטער אנגעשמירט מכף רגל ועד ראש!

באגיי נישט די נארישקייט פון דיין לעבן

אייזענבאך » 10/8/2010 22:46

ווי מ'הערט פון א קרוב משפחה האט ר העניך אשכנזי מתיר געווען פאר די באבע אשת ר שלןם נחמן פילאפף זיך צי באטייליגן ביי די חתונה, אבער ווי עס שיינט האט די רישעות גובר געווען און די היתר איז צירוקגעצויגן געווארן

עכטער_חסיד » 10/8/2010 22:50

פרעג נאר דעם הענאכל אויב זיין זיידע רבינו בעל ברך משה זי"ע האט יא געמעגט טיילנעמען אין די שמחות פון זיין שווערס קינדער?

מאיר_הערש » 10/8/2010 23:21

איז דאס דער זעלבער שלום נחמן פילאף וואס האט געוויינט און געברעטשעט צו זיינע אייניקלעך אז זיי זאלן זיך האלטן צו אלעס וואס דער רבי דער ברך משה האט געזאגט חוה"מ פסח תשנ"ט?...

משהלע » 10/8/2010 23:22

דער מאיר ווערטיימער האלט דאס מיידל פון א בני יואל אין זיין פירמע און דאס הייסט געשפילט פאליטיק?, אויב האלט מאיר ווערטיימער אז ס'איז אסור זיך צו באטייליגן ביי די חתונה האט ער אלע רעכטן צו פארבאטן פאר זיינע ארבעטארערינס צו גיין צו די חתונה, און ווער עס קען דעם מאיר ווערטיימער ווייס אז ער איז נישט פון די דערשראקענע, די בני יואל טוען במילא וואס פאר א רשעות זיי קענען, און דער מאיר ווערטיימער איז הונדערט פראצענט קאשער, ער שרעקט זיך נישט פאר ליידיגע סטראשונקעס, פערצאפאל קען איך מאיר ווערטיימער, איך האנדל מיט עם.

מאיר_הערש » 10/8/2010 23:23

בחצרסטאמאר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אויב איך קען רעדען צו דיר לאגיש מיט שכל וועל איך דיר פרעגען

אז מיין ארבעטארער האט חתונה מיט א גוי און דער מסדר קידושין איז א רעפארמער רבאי, קען דער ארבעט'סט געבער זאגן אז קיינער זאל נישט גיין?

נישט אז איך האלט אזוי איז דא די מעשה אבער אז דער ארבעטסט געבער האלט אזוי איז וואס ווילסטו פון אים?,
די האלטס אנדערש?, גיי ארבעט ערגעץ אנדערשט, אבער דאס מיינט טעראר?,

איך רעד נישט ווען ס'איז דא א מחלוקת ווער דער ארבעטס געבער איז כדוגמת די קהל ווען זיי האבן ארויס געווארפן שמשים מיט גבאים, דארט איז א שאלה ווער הייסט דער ארבעטס געבער,

אבער דא איז זיכער דער ארבעטס געבער מאיר ווערטיימער, ער מעג זאגן פאר זיינע איינגעשטעלטע וואס ער וויל

און דאס איז נאר א תשובה אויב די ווילסט הערן באמת מיט לאגישקייט, אבער טאמער ביסטו א מצה טאש האב איך גארנישט געזאגט


לאגיש מיט שכל איז א ארבעטסגעבער איינער וואס קען איינטיילן פאר א מענטש וואס צו טון נאך זיינע ארבעט שעות?

יא ער מעג זאגן וואס ער וויל פאר זיינע ארבעטער, אבער ארויסווארפן ווייל זיי טוען נישט פונקטליך וואס אים שמעקט?

מאיר_הערש » 10/8/2010 23:26

משהלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דער מאיר ווערטיימער האלט דאס מיידל פון א בני יואל אין זיין פירמע און דאס הייסט געשפילט פאליטיק?, אויב האלט מאיר ווערטיימער אז ס'איז אסור זיך צו באטייליגן ביי די חתונה האט ער אלע רעכטן צו פארבאטן פאר זיינע ארבעטארערינס צו גיין צו די חתונה, און ווער עס קען דעם מאיר ווערטיימער ווייס אז ער איז נישט פון די דערשראקענע, די בני יואל טוען במילא וואס פאר א רשעות זיי קענען, און דער מאיר ווערטיימער איז הונדערט פראצענט קאשער, ער שרעקט זיך נישט פאר ליידיגע סטראשונקעס, פערצאפאל קען איך מאיר ווערטיימער, איך האנדל מיט עם.


משה איך גלייב נישט אז דו קענסט מאיר ווערטהיימער, ווען יא זאגסטו נישט אז ער האלט אז עס איז אסור, ער קען גוט זיין בעבי ר' אהרן און ער ווייסט גאנץ גוט אז עס איז נישט אסור ע"פ תורה נאר ע"פ דעם מח קטן פון ר' אהרן.

עכטער_חסיד » 10/8/2010 23:33

איך קען זייער גוט ר' מאיר ווערטהיימער נ"י. ער איז באמת אן ארענטליכער מענטש אין זיין ביזנעס, ער נעמט יעדן מענטשן וואס איז פאסיג פאר די ביזנעס, נישט נאר איינער וואס באלאנגט צו זיין פארטיי.

אויסער דעם וואס ר' מאיר לייגט אריין הארץ אין זיין ביזנעס, און זוכט נישט צו פארדינען געלט אויפן חשבון פון די צעבראכענע קינדער.

דעריבער איז עס באמת נישט צום גלייבן אז ער זאל צוליב פארטיי אינטערעסן טאן אזא נארישקייט פון אויפזאגן ארבעטערס צוליב גיין צו די חתונה.

אבער די היינטיגע וועלט איז דאך בכלל קיין וועלט נישט, און "א מענטש איז דאך נאר א מענטש", מען קען נישט וויסן וואס עס קען נשיט אונטערקומען.

דעריבער האבן מיר געפילט פאר וויכטיג צו ווארענען איבער די קאנסעקווענצן.

משהלע » 10/8/2010 23:58

מאיר הערש וואס פאר א שפראך זאל איך שרייבן אז די זאלסט יא פארשטיין? ווייל אידיש זעט אויס פארשטייסטו נישט, איך האב נישט געשריבן אז מאיר ווערטיימער האלט אז ס'איז אסור, מיין טענה איז נאר געווען אז "אויב" מאיר האלט אז ס'איז א איסור דארט צו גיין האט ער אלע רעכטן דאס צו פארבאטן פאר זיינע ארבעטערס, און ווען איך שרייב אלע רעכטן איז דאס נאר יושר'דיגע רעכטן, און תורה'דיגע רעכטן, און נישט געזעצליך וואס ס'איז זיכער נישט בארעכטיגט, נאר קענענדיג דעם מאיר ווערטיימער וועט ער געוויס נישט פלעין אזוי אפענערהייט אויפזאגן עמעצן פאר גיין צו א געאסערטע חתונה, ער איז פיל קליגער און טיכטיגער פון דעם, ער וועט יענעם געבן א קאסט אז יענער זאל אליין אוועק לויפן.

משמרת_הדת » 11/8/2010 00:22

לאמיר נישט רעדן פון 'לעגאלע שריט' קעגן מאיר ווערטיימער, דאס איז קינדיש גערעדט, מ'גייט נישט יעצט ספענדן פאר לויערס און פירן א 5 יעריגע קאמף, מ'האלט נישט יעצט ביי דעם.

וואס יא, ווי באקאנט די גרעסטע קלאפ פאר א עידשענסי ווי המספיק איז, ווען עלטערן נעמען ארויס א קאנסומער און סוויטשן צו א צווייטע עידשענסי, אויסער וואס עס שאדט אים "זיין" קאסע, איז דאס נישט אזוי ווייט ווי דאס אז ס'שאד זיין רעפוטאציע אין אלבאני, ווארום דאס צייגט אז עלטערן זענען נישט צופרידן מיט זייער באהאנדלען די קאנסומער, און זיי זוכן דאס צו פארמיידן פאר יעדע פרייז, יעדער איינגעשטעלטער אין דע עידשענסיס ווייסן דאס גוט.
דאס איז ווען 'איינער' סוויטשט און ווען מערערע קאנסומערס סוויטשן ארויס ציט דאס שלעכטע אויפמערקזאמקייט און  צינדט אן א רויט לעמפל, אפגערעדט וואס דאס מאכט חרוב 15 יאר האראוואניע צו בויען א גוטן אימעדש אין אלבאני.
המספיק אין קרית יואל סערווירט צווישן 200 און 300 קאנסומערס, צענדליגער דערפון פון אנשי שלומינו,
אלזא, אויב הייבן זיי אן מיט די מינדעסטע טעראר כלפי אנשי שלומינו, גייען מיטן אייבירשטען'ס הילף נישט איין און נישט צוויי, נאר א מינומים פון צוואנציג ביז דרייסיג משפחות, צומאכן דעם פייל ביי המספיק און סוויטשן ס'דא רעים, ידי חסד, מעלה, נייטראלע עידשענסיס.
מיר סטראשענען נישט, און מיר ווארענען נישט, ווייל דאס גייט עווענטועל זיין אינזער רעאקציע.
 
אלזא מר. ווערטיימער, דער אויסוואהל איז פאר אייך.

חמץ_גמור » 11/8/2010 00:36

גראדע ר' מאיר האט ביי זיך אויך זאלי איינגעשטעלטע, און אויך פרובירט ער גוט צו לעבן מיט זיינע ארומיגע, אפילו אויב זיי זענען זאליס, ווי לדוגמא זיין שכן הרה"ג ר' יעקב יודא ברוין שליט"א, א גרויסער דיין ביי די זאליס וואס וואוינט העכער איהם, גיט איהם נאר א פרעג כ'מיין ער האט נישט אויף איהם קיין קרום ווארט (אפשר נאר גוטס...), און נאך אנדערע, דער אמת איז אז אין די הייסע בני יואל צייטן איז ער געווען א גרויסער מערדער, ווי באקאנט. נאר שפעטער האט ער זיך געטוישט און געווארן גאנץ וואויל, קען זיין די סיבה ער איז עלטער געווארן, און געקומען אביסעלע צום שכל. נאך אלעמען ליידט ער דאך אליין דאס גיהנום פון זיינע אייגענע אהרונים - מאיר הירש און נאך, וועגן דעם המספיק. זעהט ער דאך אז איהם שוינען זיי אויך נישט ווען ס' קומט צו אייגענע נגיעות, כאטש ער האט זיי געפאלויט פאל פארס די אלע יארן. וואסע נוגע לגבי זיינע ארבעטערס, האב איך אליין געהערט פון עטליכע פון די איינגעשטעלטע אז ער באהאנדלט זיי נישט דאס 'בעסטע', צו לגבי וועידזשעס וואס ער שטעלט נישט צו ווי ס' דארף צו זיין, און אויך אנדערע זאכן וואס איז נישט אזוי איי איי איי. יעצט ווי ס' זעהט אויס זוכט ער זיך נישט צו רייסן מיט קיינעם, נאר לעבן גוט מיט יעדן, ארונים זאליס צוגלייך, נאר וואס דען סוף כל סוף וועלן דאך די אהרונים איהם אפירנעמען 'נישט גענוג דו גיסט די שונאים צו פארדינען, אבער נישט מ' זאל מאכן ביי דיר יו"ט דורך די 'געפערליכע גלילות סידור קידושין'. נאכדערצו וועלן זיינע אייגענע ארונים שונאים זיכער דאס אויסניצן איהם צו באגראבן. נו וואס איז איהם ענדעשער, אוודאי נישט צו לאזן מיטהאלטן די 'טרויעריגע' שמחה. נאר וואס דען, וויסן דארף ער אבער, אז אויב וועט ער דאס דורכפירן, און ס' וועט זיין שטיל, קיינער וועט נישט רעאגירן צוריק, חוץ דאס רשעות ביי די יעצטיגע שמחה, וועט דאס נאכברענגן נאך רשעות, אז אנדערע וועלן דאס נאכטוהן, זאל ער וויסן מיט וואס ער שפילט זיך, ווייל געלעמט בלייבן וועט מען נישט, און ס' וועט איהם גוט גוט ווייטוהן, דארף ער וויסן ביי זיך וואס איז איהם ענדערש, ס'איז זיין טשויס...

עכטער_חסיד » 11/8/2010 01:03

דער אויסדרוק "לעגאלע" שריט האט נישט געמיינט צו נעמען לאיערס וכדומה. איך האב פשוט געמיינט אויסצושליסן "אומלעגאלע" זאכן ווי טעראר אקציעס נוסח אהרונים.

מען קען טאן גענוג און נאך נארמאלע שריט ער זאל דאס פילן.

רשכבהגולם » 11/8/2010 01:15

איך וויל נאר איין זאך פרעגן,
פארוואס ווען איינער שרייבט אויף היידפארק וואס אימער עס זאל נאר נישט זיין,
באנעמט מען זיך דערמיט כאילו דאס איז א מציאת און מען האקט שוין אויף צירוק,
האט איר נאך נישט מיט געלעבט און אייגענע פראקטיק ווי אזוי מעשיות טוישן זיך מן הקצה אל הקצה פינעם מקור, 
נאכער, גוט א טראכט, אויב עס איז נישט אמת, און דער באטרעפנדער באקומט די שארפע אטאקעס אומזינסט, ווייסט איר וואס דאס פארארזאכט ביי עם און מח,
איך זאג נישט עס קען זיין אז דער וואס ווייסט קלאר די מעשה אויף 100 % און ער שרייבט איז איין זאך, 
אבער די וואס ליינען עס און דער גאנצער מקור איז נאר פון דא מיט וואסערע אחריות זענט איר מגיב?    

חמץ_גמור » 11/8/2010 01:36

נע, זאגסט דאך אליין דעם תירוץ, מאיר ווערטהיימער איז גענוג קלוג צו וויסן אז פון הייד פארק דארף מען זיך נישט צוטוהן מאכן, ווייל דארט שרייבט מען אין די וועלט אריין... חוץ וואס דו שרייבסט איז טאקע זייער ערנסט...

אגוטןטאג » 11/8/2010 03:17

איך זע אז עטליכע שרייבערס האבן דא אנגענומען פאר א דבר פשוט
אז א בעל הבית האט די רעכט איינצוטיילן פאר זיינע ארבעטערס וואס צו 

טאן אין זייער פריוואטן לעבן.
קען מיר איינער מסביר זיין דעם פשט דערפון???

ווען איך ארבעט פאר א מענטש קען ער מיר איינטיילן מיט וועמען צו 

רעדן? וואו צו שיקן די קינדער? און וועלכע גראסערי צו קויפן?

ווער איך זיין עבד נרצע?

1satmar » 11/8/2010 04:41

הרב החסיד ר' מאיר ווערטהיימער האט שוין עקספיריענס מיט די פאלעטישענס
60 MINUTES

 

נערמאלער » 11/8/2010 05:10

רשכבהג די האסט א פוינט איך לאז דיר עס גיין מברר זיין, אבער דאס האט אויך נישט קיין פשט סתם צו שרייען קעגן די שרייבער'ס פאר "די" ביסט עס מברר צו עס איז נישט אמת,
אמת איך האלט אויך אז יעדער זאל מברר זיין קודם - אזוי ווי איך האב געטוהן -פאר מען טוט עפעס קעגן דעם ווערטהיימער

די זעלבע זאך וואס די טוסט מיט די ר' געצל אז די שרייסט אויף יעדעם ווי א אומשילדיגע לעמעלע פארוואס מען שרייט נעבעך אויף דעם צדיק ובעל מידות ר' געצלען פאר מ'איז דאס מברר.....

אז די לעבסט נישט אין די פלאנעט און די ווייסט נישט אז דער עגלי דבש האט נאך נישט געפילט פאר וויכטיג ארויסצוקומען קעגן די אלע שוידערליכע רדיפות קעגן אינגע פארפעלקער, דעמאלס שריי כאטשיג נישט אויף אנדערע וואס האבן עס יא מברר געווען

תוקן על ידי נערמאלער ב- 11/08/2010 05:47:17

משמרת_הדת » 11/8/2010 17:55

קאנפירמד, די גאנצע המספיק דעי העב סטעף מיט אירע קארדינעיטארס, האבן נעכטן אנטייל גענומען ביי די חתונה אין עטרת מאיר צבי

רשכבהגולם » 11/8/2010 19:09

נארמאלער איך האב דיך געפאלגט,
אזוי ווי מיין בני בית איז געווען ביי די חתונה, האב איך מיך ביי איר נאכגעפרעגט,
און יא עס איז ריכטוג די אויבנדערמאנטע קאנפערמעשן פון משמרת הדת,
און יעצט אפאר ווערטער צי נארמאלער,
די שרייבסט אז איך דארף מיך נאך פרעגן, פאר איך שרייב אז מען זאל נישט מגיב זיין, אז עס איז נישט אמת,
דער תירץ איז,איר ווייסט מן הסתם דער טייטש פון די פסק כי באפם הרגו איש,
ווען מען לאזט ארויס א געוויסע נייעס אויף א צווייטנס חשבן, אויב האט מען עס נישט מברר געווען אויף ,100%
קען מען האבן א חלק, אומוויסנדיג, און אזא זאך, וואס גייט אריין, און דער אויבן דערמאנטע פסוק,
צימאל אפילו ווען עס איז 100% אמת, קען דער פירסם, ברענגן שאדן פאר די וועם די האסט גאר אינזין צי העלפן,
אויב די פארשטייסט דאס נישט איז דאס א עונש פאר אינז אז די ביזט אויף די זייט פונעם שך ברעטל,
(אנטשלדיגט מיר, נעמט עס נישט פערזענליך, איך מיין נישט דיך, איך מיין דער ניק נארמאלער)

נקוט האי כללא בידך,
פאר די פאסט עפעס, גיב א טראכט, ווען דעס איז ווען נישט אמת,
שטעל דיך פאר מיט אלע קאלירן וואס עס קען אלס ארויס קומען,
ביטע טראכט אריין לויט דיין קאפ ווי אזוי די אויפרעגעניש פון א פאלטשע נייעס אויף דיין חשבן וואלט דיך ארויס גענימן פון גלייכגעוויכט,  
און אויב די האסט א ברירה אויפן פלאץ יענעם צירוק דערלאנגן וויפיל וואלסטו דיך קאנטרלירט,
און אויב די זעסט נישט קיין פראבעלם דערמיט, דערמאן דיך אז א ארונישע קאפ לויפט מער מיליטאנטיש ווי דיינס,  
נאך איין זאך, אויף צי זאגן אז מען זאל נישט מגיב זיין נאר אויב מען ווייסט וואס מען רעד,
דאס דארף מען נישט מברר זיין ווייל דאס שטייט און אלע ספרים ה"ק בפרט און צעטל קטן,
און זיי האבן דאס געשריבן פאר אינז אלע עד סוף כל הדורות, אפילו זיי האבן נישט מברר געווען אלע מעשיות צי עס איז יא אדער נישט אמת.


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 11/08/2010 19:18:58

אברמסקי » 12/8/2010 00:12

ער איז נישט קיין בהמה ער האט א גרויסע אפערעשאן געבויט אויף פאבליק פאנד'ס ער דארף א דאקטאר דאס צו טוהן

אפילו אויב ער וואלט געהאט א פריוואטע ביזנעס קען מען זיך אין אמעריקע אין דעם דעי אין עידש זיך דאס נישט ערלויבען
קל וחומר בן בנו של קל וחומר!!!!!!!

עס ווייזט נאר ווי גרינג עס איז היינט ארויסצולאזען א פאלשע שמועה אויף א יחיד

ווער_איז » 15/8/2010 21:03

איך בין נאך געגנגען די זאך וועגען המספיק

סאיז געווען א קלארע פארלאנג פין די בהערדע נישט צי גיין צי די חתונה יא א חלק ארבייטערס זענען געקימען ביים קבלת פנים ביז די חופה אבער שפעטער איז נישט געווען אפי' איינער אויך נישט וועגן די קלארע פארלאנג פין דעם אלטער רשע אין רוצח מאיר ווערטיימער

אין נאכדעם די אימשילדיגע קינדערלעך וואס מיר ליינען אין די בעבישע גאזעט יעדע חודש אז המספיק שטרעגט זיך אן אין טראגט די קינדער ווייט אוועק אבי ארויף צי ברענגען א שמייכל אויף די צובראכענע קינדערלעך נעבעך האבן יעצט געוויזן זייער עכטער פרצוף וואס סאיז זיי וויכטיג פאליטיק אדער די אימשלדיגע קינדער ווען די כלה איז א כלה געווארן האבן שוין אלע אימשילדיגע קינדערלעך אנגעהויבן צי זיך פרייען אז זיי גייען האבן א חתונה אין זיי גייען קענען זיין אידערמיט מיט די כלה אבער זיי האבן נעבעך געהאט א גרויסן טעות נישט ביי המספיק מיט מאיר ווערטיימער ביי זיי איז פאליטיק קודם אין די קינדער האבן נישט געטארט גיין צי די חתונה אין נאכדעם וואס דע אימשילדיגע קינדערלעך האבן אנגעהויבן צי וויינען אין פארפירן האט מען מיט גרויס גענאדע געלאזט גיין זאגן מזל טוב פאר די כלה אינמיטן טאג אידערהיים

שעם אן יא המספיק מיט איר פירער מאיר וווערטיימער בראש!!

ווי אזוי קען נאך איינער פין אינזער ציבור עם טראסטן מיט קער נעמען פין זייערס א קינד??