די יעצטיגע טעראר איז נישט אנדערש מיט קיין משהו פון די טעראר אין די נ יארן, ס'איז פאר די זעלבע מיליטאנטישע סיבה צו היטן אויפן כבוד פונעם מוכאמעד, איין חילוק, יעצט האט מען געטראפן א גושפאנקא דאס איז דעם רבין'ס בריוו צום נאסיודער רב.
זאלן זיי וויסן די אלע שפיכות דמים וואס ווערן גענוצט אונטערן מאנטעל פון דעם בריוו, וועט צוריקקומען אויף זייער קאפ די חרמות ושמתות פונעם בריוו פון מהר"ל מפראג, וואס שרייבט נאך שארפערע לשונות פונעם רבין'ס בריוו, דאס איז נישט קיין ספק אז פסלען כשר'ע קידושין ווערט נכלל אין די חרמות ושמתות פון יענע גדולים, וואס ס'איז יא א ספק איז צו דע מנין מורי הוראה מובהקים האבן פארזען דעם רבין'ס בריוו.. און זענען מרבה ממזרים.
ברוך השם איך הייס נישט מאסרי, אבער דער מאסרי מיט זיינע שטיצער זאלן זיך בעסער היטן די ביינער מיטן רבין'ס בריוו אינאיינעם, ולא חרבה ירושלים אלא על שהעמידו דבריהם על דברי תורה!