היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » גוטע נייעס לגבי רובאשקין

גוטע נייעס לגבי רובאשקין

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2815841

הטוב_שמך » 6/8/2010 02:00

עס גייט ארום א ידיעה (קול מבשר און נאך עטליכע וועב-זייטלעך) וואס זאגן אז די לאיערס פון רש"מ רובאשקין האבן געטראפן א שלל מיט אינפארמאציע וואס וועט קענען ארויסהעלפן אין דעם קעיס.

דהיינו פון די פאפירן וואס מען האט באקומען פון די גאווערמענט האט מען אויסגעפינען אז די ריכטערין ריעד, די מרשעת ימ"ש, איז געווען פולקאם אינוואלווד אין די קעיס, געהאט געהיימע מיטונגען מיט די פראסעקיוטערס, און מיטגעהאלטן אלעס אבער בלויז איינזייטיג, וואס דאס איז א אנטקעגן די פעדעראלע געזעצן אז דער ריכטער מוז זיין "נייטראל", נישט נויגן צו קיין שום צד, און דא איז זי אליין געשטאנען הינטער די מערכה.

דאס אליין איז א שטארקע זעץ אנטקעגן די ריכטערין, און קען שטארק צוהעלפן איבערצומאכן דעם קעיס (טרייעל).

מען וואלט לענ"ד געדארפט אוועקפירן דעם קעיס פון יענעם געגענט בכלל. האפענטליך וועט מען דאס קענען באווייזן.

לאמיר ווייטער איינרייסן צו הקב"ה זאל אים העלפן, בתוך שאר אחב"י וואס שמאכטן נעבעך אין די ביטערע טורמעס.

אפשר לכבוד די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט (אדער ימים נוראים, ווי אזוי איר ווילט) לאמיר זיך מקבל זיין זיך אפצולאזן פון מחלוקת, אפילו לשם שמים. לאמיר דינען דעם אויבערשטן און לאזן די אלע דאגות פאר אנדערע!! אין הימל ווארט מען אויף אונזערע מצוות ומעש"ט, און תשובה אויף אלע עבירות ובפרט שבין אדם לחבירו. עס איז נישט גרינג, אבער האפענטליך וועלן אסאך אידן זוכה זיין צו ישועות און רפואות דורך דעם, והי' זה שכרינו.

נערמאלער » 6/8/2010 04:46

הטוב_שמך כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אפשר לכבוד די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט (אדער ימים נוראים, ווי אזוי איר ווילט) לאמיר זיך מקבל זיין זיך אפצולאזן פון מחלוקת, אפילו לשם שמים. לאמיר דינען דעם אויבערשטן און לאזן די אלע דאגות פאר אנדערע!! אין הימל ווארט מען אויף אונזערע מצוות ומעש"ט, און תשובה אויף אלע עבירות ובפרט שבין אדם לחבירו. עס איז נישט גרינג, אבער האפענטליך וועלן אסאך אידן זוכה זיין צו ישועות און רפואות דורך דעם, והי' זה שכרינו.



כנגד התורה איז נישט ערלויבט צו שרייבן אין די פורום, מחלוקת לשם שמים וועט ווייטער אנגיין ביז משיח'ס טאג, נאר אזוי האט זיך דאס ביסל אידישקייט געהאלטן און אלע דורות און נאר אזוי וועט זיך דאס ווייטער האלטן

נאר אויב איך מעג דיך פארעכטן דיינע ווערטער, אז מען זאל זיך נישט איינרעדן אז די היימישע חסידישע פאליטיק זענען פולקאם לשם שמים, איך האלט אויך נישט אינגאצן אזוי, אבער נאר אויב דאס איז געווען דיין כוונה איז בכלל דא וואס צו דעבאטירן דערויף

הטוב_שמך » 6/8/2010 20:06

ייש"כ פארן מתקן זיין. איך האב טאקע דאס געמיינט. די איינגערעדטע "לשם שמים".

די אלע אידן וואס נעמען זיך אזוי שטארק אן פארן אויבערשטנ'ס כבוד, און מיינען טאקע גארנישט זיך ("זעך"), זאלן זיך מתבונן זיין ביי סיי וועלכע אנדערע מצוה, צי זיי נעמען זיך אויך אן פאר השי"ת'ס כבוד, אדער דארט ווערט מען פויל??

פון וואו איז פלוצלינג אריינגעקומען אזא ברען, פונקט אין די מצוה? פון לוחם זיין אנטקעגן א צווייטן איד "לשם שמים" אדער "דעפענדן" מיין רבי'ן נאר אלס "כבוד התורה"? עפעס מאכט נישט קיין "סענס"....

מען פארציילט פון הרה"ק ר' שלמה'לע באבוב'ער זצ"ל, וואס האט אויפגעשטעלט אזא שיינעם דור נאך די מלחמה, ער האט מקרב געווען יעדן איד, עס זענען אויך געווען סאדיגור'ע חסידים, וואס כידוע האט דער דברי חיים נישט געהאלטן פון זיי און געפירט א מלחמה אנטקעגן דעם דרך, ווען מען האט פארגעהאלטן ר' שלמה'לע היתכן ער איז משנה פונעם הייליגן זיידן, וואס האט נישט אנגענומען די סאדיגורע דרך? האט ער געענטפערט מיט חכמה, דער הייליגער זיידע וואס איז געווען יחיד בדורו מיט אלע שלשה עמודי עולם, בתורה ועבודה וגמ"ח, איך האלט נאך נישט ביי אפס קצהו ביי קיין איינע פון די גרויסע מדריגות, און פון זיין דביקות בה', איך האב נאך אסאך צו ארבעטן מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי; פונקט דאס (די מחלוקת) זאל איך נאכמאכן? דא זאל איך אנהייבן? ווען איך וועל שוין האלטן מיט די אנדערע ענינים אויף זיין מדריגה, וועל איך דאן טראכטן וועגן די מחלוקה...

דאס איז געווען דער בליק פון אן אדם גדול. דער דברי חיים האט זיכער געהאט זיינע כוונות ביי די מחלוקת, פונקט ווי אסאך צדיקים האבן געהאט ביי אנדערע מחלוקת, וואס איז למעלה מהשגתינו און דאס איז זיכער געווען "לשם שמים" באמת, ווייל זייער גאנץ לעבן איז געווען לשם שמים, מיט א מסירות נפש, וד"ל. אבער אונזער "לשם שמים" איז נישט קיין פארגלייך...

און סיי ווי אזוי, האב איך געמיינט צו זאגן אז אין די ימי הרחמים והרצון איז כדאי זיך אפצולאזן אפילו פון די "באמת לשם שמים"דיגע מחלוקת, מען דארף ארויסנעמען דעם קאפ פון יענעם און דאס אריינלייגן ביי זיך, לחופש בחדרי בטן, מתי אעשה גם אנכי לביתי, מאכן א חשבון הנפש... כדי זוכה צו זיין צו א גוט געבענטשט יאר איז נישט גענוג בלויז צו שרייבן אויף היידפארק אנטקעגן אנדערע, מען דארף זעהן וואס טוט זיך מיט אונזער תורה ועבודה, יראת שמים, מחשבות, לב יודע מרת נפשו, מיר האבן גענוג וואס מתקן צו זיין. 

מי לנו גדול ווי דער רבי זצ"ל וואס האט באמת געהאט א לשם שמים'דיגע מחלוקת אנטקעגן די רשעי הציונים, אבער ווען עס זענען געקומען די טעג האט ער בלויז געזוכט א לימוד זכות אויף אידישע קינדער, בפרט ר"ה ביי די תקיעת שופר דרשות האט ער קיינמאל נישט געוואלט מעורר זיין קיין קטרוגים אויף אידן, כידוע.

מיר זענען למעשה פארקראכן פונעם אשכול.... דער עיקר איז מיר זאלן זיך מקבל זיין עפעס לכבוד די הייליגע טעג, און הקב"ה זאל העלפן עס זאל זיין נאך א זכות פאר די אידישע קינדער אין תפיסה, מרדכי שלום הלוי בן רבקה, מרדכי יצחק בן פיגא יהודית, ישראל משה בן ליבא (וויינגארטן), און ווער עס ווייסט נאך נעמען קען צולייגן, און לאמיר עפעס טון פאר זיי!

קליפ » 25/8/2010 04:50

Prosecutors: Rubashkin Judge Didn’t Know Agriprocessors Was Their Target

קליפ » 28/10/2010 14:41

קליפ » 17/12/2010 20:33

Judge Orders Rubashkin Family to Pay $2M

outspoken » 3/1/2011 15:57

היינט גיט מען אריין די אפילס פעפער לאמיר בעטען פאר ר' שלום מרדכי בן רבקה

קליפ » 5/1/2011 01:55

Rubashkin Appeal Seeks New Trial

קליפ » 29/5/2011 17:17

New Questions Surface about Federal Judge in Rubashkin Case

lankee » 2/6/2011 22:09

"Rubashkin's Official Trailer 2011 HD

lankee » 2/6/2011 22:24

jnet users

קליפ » 15/6/2011 23:47

No Ruling in Rubashkin Case Today Attorney Says Hopeful For New Trial

קליפ » 16/6/2011 00:55

To listen to the full court hearings
To listen to the full court hearings click here  



תוקן על ידי קליפ ב- 16/06/2011 00:56:30




תוקן על ידי קליפ ב- 16/06/2011 00:57:21