תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 05/08/2010 09:21:35
דעם גנב'ס ומחלל שם שמימ'ס יארצייט קומט שוין
אגב, פארוואס קומט זיך טאקע פאר דעם מחש"ש א באזונדערע אשכול? ס'קען דאך ח"ו איינער אריינפאלן דא בטעות און שרייבן א גוט ווארט אויף אים.
איך ווייס נישט ווי אויסגעהאלטן עס איז צו רעדן אויף שוכני עפר, אבער למען ידעו דור האחרון, ולקיים לא תלמדון לעשות, איז אפשר כדאי עס מפרסם צו זיין.
די רבי האט עס געזאגט פאר אים אליין ביי א חתונה פון א אייניקל, בזמן ווען עס האט זיך געטון א רעדע אין גאס איבער א פירוד בינו לרמ"א פריינד זצ"ל, האט ער אים געזאגט בערך בזה"ל:
איך בין א אייניקל פון דברי חיים, די זיידעס זענען יעצט דא, איך וועל דיר פארווארפן פון ביידע וועלטן, וועסט נישט ליגן מיט קיין אייגענע תכריכים
הוי זהיר בגחלתן...
איך רייס אראפ דער הייליגער ברך משה ז"ל ? חלילה !
די ביסט צוגעוואונט אלעס אנצונעמען מיט ליצונות . אין צווישן די שורות שרייבסטו :
" דער ברך משה האט עם אנגעהויבן ליב צו האבן ווען ער האט שוין נעבעך נישט געוויסט בין ימינו לשמאלו, " א חוצפה אזוי צורעדן אויף א רבן של כל בני הגולה - איך בין מוחה
הרה"ח רבי אביגדור ז"ל איז געווען א וואולער איד מיט א גאלדענער הארץ . דער וועלט זאגן אז דער אמת פין א מענטש זעהט מען אויף זיינע קינדער ער האט איבערגעלאזט קינדער וואס א יעדער פארזיך איז חשוב { די זעלבע מיט די הייליגער ברך משה ז"ל ער האט געהאט קינדער צופרידען צושטעלן אפי זיינע שונאים} - יא ער האט ליעב געהאט אביסל אנצודרייען אין סאטמאר אבער אזוי גייט עס דער וואס האט דער מאה האט דער דעה - ער האט געהאט פיינע ביזנעסער ליידער איז ער פארפארען אין געמאכט א טעות , עס זיצן ליידער אסאך אידען אין תפיסה
דאס גאלדענע הארץ פון אביגדור ז''ל דארפסטו קיינעם נישט פארקויפן, ווייל פארענדיג ארום זעט יעדער די מעכטיגע מוסדות התורה וואס ער האט מנדב געווען, די אלע בנינים מיטן נאמען "בית אביגדור" זענען מעיד אויף זיין גאלדענעם הארץ, די באסעס וואס קורסירן ארום ווי עס שטייט "הבאס הזה נתנדב ע''י בונה עולמות של תורה רבי אביגדור יאקאבאוויטש שליט''א, אין ירושלים, בני ברק, וויליאמסבורג, קרית יואל, בארא פארק, אנטווערפן, לאנדאן, איבעראל זעט מען זיינע בנינים וואס ער האט מנדב געווען מיט זיין גאלדענעם הארץ, וואס? האסט עס נאכנישט געזען? איך אויך נישט!!! אבער דאס איז בכלל נישט קיין סתירה צו זיין גאלדן הארץ...
דער בעלזער רב האט געזאגט פאר הרה"צ ר' ישראל האגער ווען ער איז פארטריבן געווארן פון וויזניץ
פאר קיין אמעריקא מאך עפעס א מחלוקה דארט איז דא איינער אביגדור יאקובאביטש פאר א מחלוקה וועסטו האבן פון אים אסאך געלט
און אזוי איז טאקע געווען ווער סגעדענקט
אזא רשע איז א מצוה צו רעדן
מיט עטליכע יאר צוריק, נאך איידער ר' ישראל איז צוריק געקומען קיין וויזניץ, האבן עטליכע עסקנים זיך אונטערגענומען צו שאפן געלט און אויסצאלן די חובות פון הרה"צ שליט"א.
די ערשטע אדרעסן זענען, כמובן, געווען זיינע רייכע קרובים, איז מען געווען ביים בעלזער רבי'ן, האט ער געגעבן גאר א שיינעם סכום, און געזאגט פאר די עסקנים, אין וויליאמסבורג וואוינט א איד אביגדור יאקאבאוויטש, און ווי נאר עס איז דא מחלוקת, האט ער א אינטערעסע דערין, גייטס צו אים, און פארציילט אים איבער די וויזניצע מחלוקה, וועט ער ענק שיין געבן.
און איר ווייסט וואס, די עסקנים האבן געפאלגט, און האבן טאקע מצליח געווען.
על כגון דא נאמר, וכן הוה, ויהי למופת.
מעשה שהיה כך היה.
מיט עטליכע יאר צוריק, נאך איידער ר' ישראל איז צוריק געקומען קיין וויזניץ, האבן עטליכע עסקנים זיך אונטערגענומען צו שאפן געלט און אויסצאלן די חובות פון הרה"צ שליט"א.
די ערשטע אדרעסן זענען, כמובן, געווען זיינע רייכע קרובים, איז מען געווען ביים בעלזער רבי'ן, האט ער געגעבן גאר א שיינעם סכום, און געזאגט פאר די עסקנים, אין וויליאמסבורג וואוינט א איד אביגדור יאקאבאוויטש, און ווי נאר עס איז דא מחלוקת אין איינער ווערט גערודפט, האט ער א אינטערעסע צו העלפן דעם נרדף, גייטס צו אים, און פארציילט אים איבער די וויזניצע מחלוקה, וועט ער ענק שיין געבן.
און איר ווייסט וואס, די עסקנים האבן געפאלגט, און האבן טאקע מצליח געווען.
על כגון דא נאמר, וכן הוה, ויהי למופת.
דער בעלזער רבי האט געזאגט פאר הרה"צ ר' ישראל אין ברען פין די מלוקה פין ווישניץ .
אין ווילימסבורג איז דא א יוד וואס הייסט א אביגדור יאקאבוויטש, פאר א גרויסע מחלוקה געט ער גרויס געלט
אין פאר א קליינע מחלוקה געט ער קליין געלט.
זי"ע.