ניגונים חדשים לקראת ימים הנוראים שנת תשע"א הבעל"ט - בחצר הקודש סאטמאר - (מהר"א)
אין די טעג ווערט פארענדיגט די יערליכע מוזיק אלבום וואס אנהאלט די נייע ניגונים אויף די ימים הנוראים הבעל"ט וועלכע קומט ארויס יערליך דורך די מחברי ומנגנים בחצר סאטמאר .
ווי באקאנט איז געווען דער מנהג ביי רבוה"ק מסיגוט - סאטמאר זי"ע אז יעדעס יאר איז מען מחבר פרישע ניגונים פאר די ימים נוראים. די ניגונים זענען אויף די פיוטים פון מכלכל חיים, מלך עליון, וכול מאמינים, אין קצבה (מארש), חמול, און ויאתיו (די הקפה ניגון).
די ניגונים היי יאר זענען קאמפעזירט געווארן דורך די צוויי בארימטע מחברים הרה"ח יודל ווערצבערגער הי"ו דער לאנגיעריגער מלחין בחצר סאטמאר וועלעכע האט קאמפעזירט דעם הקפה ניגון, מלך עליון, מארש און חמול. והשני בדומה לו מו"ה שלמה הערש עקשטיין הי"ו וועלעכע האט קאמפעזירט די וכול מאמינים און מכלכל חיים.
אויך האט ר' שלמה הערש צוגעלייגט א עקסטערע טרעק ווי אין די פארגאנגענע פאר יאר, זיינס א נייער ניגון וואס ער האט מחבר געווען אויפ'ן פיוט פון 'אודה לקל לבב חוקר ברן יחד כוכבי בוקר' א גאר געלונגענער ניגון.
די מוזיק אויפן אלבום איז געמאכט געווארן דורך ר' משה קרויס (הקפה ניגון) און ר' יואל פייערשטיין, די סאולאו'ס זענען די מובחרי המנגנים ר' שלמה הערש עקשטיין, ר' יואל גאנדל, ר' עמרם אקער, ווי אויך הערט זיך די סטרינעס פון א אינגעלע מיט זיין הארציגן קול. אזוי אויך איז דער גאנצער אלבום באגלייט מיט א רייכער קאפעליע פון סאטמארע משוררים.
אלעס איז רעקארדירט געווארן אין סטודיאו ביי ר' משה קרויס וועלעכע שטעלט אהער מיט זיין אויסגעריפענע עקספערטיז דאס גאנצע אלבום מתחילתו ועד סופו.
דער אלבום וועט זיין צובאקומען די קומענדיגע וואך אין די געשעפטן

תוקן על ידי אדמיראל ב- 05/08/2010 00:21:37