היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » התאחדות הרבנים: "מאסן דעמאנסטראציע" דינסטאג שופטים

התאחדות הרבנים: "מאסן דעמאנסטראציע" דינסטאג שופטים

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2815106

פאפיטא » 3/8/2010 21:54

אין ליכט פון די אנגייענדע חפירות אין אור אלטן בית הקברות אין די שטאט יפו, וועלכע נעמען ליידער נישט קיין עק, טראץ אלע ביז איצטיגע פראטעסטן און פיקעטינגס איבער די גאנצע וועלט, האט די התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדא אין שפיץ פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א באשלאסן ביי א זיצונג היינטיגן דינסטאג פר' עקב, צו פאררופן א "מאסן דעמאנסטראציע" אויף דעם קומענדיגן מאנטאג פר' שופטים נאכמיטאג, וואו טויזנטער אידן וועלן ארויסקומען פארנט פון די רפ"ר הויפטקווארטיר געביידע אין מאנהעטן, אויסצושרייען דעם קול מחאה וזעקה פון יהדות הגולה!

דער הויפט ציל מיט אונטערנעמען די איצטיגע מאסן דעמאנסטראציע, איז באהויפטעט אויף די קלארע אנווייזונג פון הרה"צ רבי דוד שמידל שליט"א וועלכע זאגט קלאר אז צוליב וואס מען האלט אצינד אינמיטן פארהאנדלן מיט די הארטנעגיקע רשעי ישראל, איז וויכטיג צו צייגן א שטארקער פאראייניגטער כח פונעם יהדות החרדית, אז מען איז פעסט אנטשלאסן פאר יעדע פרייז צו ברענגן א אפשטעל צו די ביטערע גזירה פון פארשוועכן און אויסגראבן עצמות קדושי ישראל! און מען וועט נישט רוען קיין איין מינוט ביז די גזירה וועט מבוטל ווערן ולא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים.

ענערגישע כוחות פון מערערע עסקנים האבן זיך אצינד אריינגעווארפן מסדר צו זיין אלע דעטאלן ארום דעם בעפארשטייענדן עצרת מחאה אדירה, און מען גרייט זיך יעדער ארויסצוגיין ברבבותינו דעם קומענדיגן מאנטאג נאכמיטאג.

אין דעם אשכול וועט געברענגט ווערן כסדר'דיגע אפדעיטס פון די צוגרייטונגען

כולנו למערכה ולה' הישועה!



תוקן על ידי המהדרין ב- 05/08/2010 18:46:17

פאפיטא » 5/8/2010 17:55

מאסן דעמאנסטראציע באשטימט אויף "דינסטאג" א' דר"ח אלול
דער געפלאנטער "מאסן דעמאנסטראציע" פון די התאחדות הרבנים איז געווארן באשטימט אויף "דינסטאג" א' דר"ח אלול, וואו אלופי אלפי ישראל וועלן ארויסגיין בהמוניהם פארנט פון די אר.עף.אר. געביידעס אין מאנהעטן, אויף 390 פארק עוועניו, אויסשרייען א קול מחאה אדירה אויף די הארטנעגיקע פירמע באאמטע וועלכע זענען ליידער מזרע ישראל און שפילן זיך ארום מיט עצמות קדושות פון קברי ישראל!

אלע אפדעיטס און אינפארמעישאן ארום דעם גרויסארטיגן פראטעסט וועלן געפאוסט ווערן אין דעם אשכול.

לאפלאש » 5/8/2010 22:33

[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי לאפלאש ב- 05/08/2010 22:38:29

SatmarNews » 9/8/2010 20:27

[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarNews » 9/8/2010 20:29

[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי SatmarNews ב- 09/08/2010 20:35:40

קליפ » 9/8/2010 22:58

שיףרבי » 9/8/2010 23:24

וואס גייט דא פאר?
אין די צייטונג שרייבט אלבערט אויפ'ן ערשטן זייט אז התאחדות האט פאררופען א פראטעס אויף היינט מאנטאג,
דאכצעך אז ע איז אויך דא דארט א קול קורא אן קיין חתימות פון רבנים,
טא, וואס איז דאס, רעדט ער פון די ארונישע התאחדות
אדער האט שוין איצא ווייטער געטוישט
וואס גייט דא פאר?

kj1234 » 9/8/2010 23:45

ניין מהאט געטוישט די דאטום אויף מארגן

כלנו לקדש שם שמים!

SatmarNews » 9/8/2010 23:58

SatmarNews » 10/8/2010 17:00

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarNews » 11/8/2010 01:12


--
Massive Oilem At The Protest Against RFR Realty In Manhattan http://twitpic.com/2dibe7



[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי SatmarNews ב- 11/08/2010 01:14:15



תוקן על ידי SatmarNews ב- 11/08/2010 01:14:35



תוקן על ידי SatmarNews ב- 11/08/2010 01:14:56

קליפ » 11/8/2010 16:22

[בילד – נישט אפגעהיט]

SatmarNews » 11/8/2010 16:49