איך האב טאקע אלץ געוואלט פארשטיין פארוואס מען זאגט אז א קינד קאסט אזויפיל שכר לימוד. עס מאכט פשוט נישט קיין סענס. עס קאסט טאקע אלעס ארום, עלעקטריק און סטיעם, און עסן ווערט נישט אינגאנצן אויסגעצאלט פון שכר לימוד, און רוב מענטשן צאלן נישט פער קינד אפילו נישט האלב פון 500 דאלער, עם כל זה זעה איך נישט וואס קאסט אזויפיל, לפי שיטת המוסדות?
אבער אויב שווער איז בעיקר שווער פאר די מיידלעך. מען צאלט שכר לימוד און טראנספארטאציע פאר מיידלעך פונקט ווי פאר אינגלעך, געווענליך (איך רעד פון די נידריגערע קלאסן. די העכערע קאסטן שוין פי כמה). אבער ווי אזוי קען דאס זיין אז מען צאלט די זעלבע, אריינגערעכנט די חדשים פון זומער ווען די עלטערן זענען געצוואונגען צו זוכן "דעי קעמפס" פאר יעדעס קינד באזונדער, וואס קאסט עקסטער אפ אסטראנאמישע פרייזן (קרוב צו אן אלף פער קינד) וואס איז א באזונדערע אנשיקעניש וואס דארף אויסגעשמועסט ווערן, וואס מען צאלט פאר די פאר וואכן; בלויז פאר שוואוילטאג און הוליערייען; "פאן" בלע"ז, מיט מערערע טריפס וואס קאסטן עקסטערע 20-40$ יעדע איינע; אן קיין געהעריגע השגחה; מ'פרעסט זיך אן מיט נאש און כל מיני זיסקייטן וואס ברענגט נישט קיין גוטע נאכפאלגן...
אבער לאמיר נישט פארקריכן פונעם ענין. למעשה צאלט מען צוויי און א האלב חדשים שכר לימוד, כאטש די מיידלעך קוקן ניטאמאל אן דעם בנין פון שולע במשך די חדשים. מען גיט נאך א גוטע וואך אראפ איידער דער זומער קומט, און נאך א וואך דערנאך, לקיים מה שנאמר חסידים הראשונים היו שוהין שעה (שבוע) א' קודם ולאחר; והסר שטן מלפנינו ומאחרינו; און דאס איז שוין אחוץ די פרייע טעג אדער וואכן יעדן מאנטאג און דאנערשטאג. א חנוכה וואקאציע פון בערך א וואך; ערב פסח נאך 2 וואכן און אזוי אויך אין די איבריגע ערב ימים טובים, און נאך פארשידענע זמנים וואס איך קען נישט געדענקען. און רוב מאל איז דאס בכלל נישט נויטיג פאר די מאמעס. ס'איז ליבערשט א "שטער" ווי א "הילף". די מאמעס דארפן זוכן "וואס צו טוהן" מיט די מיידלעך, זיי צו "ענטערטעינען" בלע"ז.
היתכן?? ווי קענען דאס די מוסדות טוהן? מיט די אפגעהארעוועטע געלט פון די עלטערן וועלכע פלאגן זיך מדי חודש בחדשו! עס איז דאך א הארצווייטאג ווען די קינדער ווערן צודרייט פון ליידיג גיין און בשעת מעשה דארף מען אריינלייגן דעם אויסגעהארעוועטן טשעק אינעם ענוועלאפ פאר שכר מלומדות! אפשר איז צייט אויפצוהערן מיט די סארט מנהגים וואס ברענגט נישט קיין נוצן פאר קיינעם, נישט פאר די קינדער און אודאי נישט פאר די עלטערן? ס'איז דאך גענוג אז מען גייט נישט אין סקול זונטאג אדער פרייטאג וואך נאך וואך!