היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » פרייד און עולם הכשרות: שפע אפעטייזונג

פרייד און עולם הכשרות: שפע אפעטייזונג

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2814573

קעציל » 2/8/2010 07:47

אנגעקומען די פרייליכע ידיעה אז שפע אפעטייזונג האט אויפגעהערט נעמען מאסקאווי פלייש

הכל_בסדר » 2/8/2010 17:41

איצט וועלמיר זעהן ווער די בויקאטער זענען...

קמץ_בארד » 3/8/2010 07:10

איך ווארט נאך אלס פאר די מעמד הגעלת כלים,
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2753271&forum_id=21016

אויך וויל איך נאר וויסן צו מיל מארט קען נאך אניאגן די פארלאנג פאר קאלדקאטס:
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2747957&forum_id=21016

געכאפטער1 » 3/8/2010 19:16

איך ווייס נישט ווי די מקור פון די פריידיגע ידיעה איז

איין זאך איז זיכער אז זיי האבן ביז יעצט גענומען די מוסקאווי שחיטה און אויסגענארט דעם ציבור אויף א שרעקליכן פארנעם, דאס האב איך אליין מברר געווען

צו זיי גייען יא אדער נישט נעמען פון היינט און ווייטער זייערע פלייש ווייס איך נישט, אבער ביי מיר איז עס שוין נישט קיין שום נפקא מינה, איך טראסט אים שוין נישט מיט זיינע פלייש

אנדערע פראדוקטן פארווע און אנדערע פראדוקטן יאכלו ענוים וישבעו, אבער פלייש איז קלאר אז ער נעמט פון מוסקאווי

בחצרסטאמאר » 3/8/2010 20:06


ישר כח פאר די מודעה, ווייל איך האב שוין מורא געהאט אז איך בון נכשל געווראן מיט ממליחה ואילך פלייש די לעצטע פאר טעג וואס איך קויף יעדען טאג נאר שפע פראדוקטען.

נעכטען האב איך נישט געקויפט קען זיין דאס איז די מטרה פון דעם אשכול צו מאכן א צומישעניש אבער מיט דיין מסירת מודעה ווייס איך אז ב"ה דער באשעפער האט מיר געהוטן פון א מכשול פון ממליחה ואילך פלייש א דאנק

געכאפטער1 » 3/8/2010 20:13

איין מינוט בחצר סאטמאר געב נאר א בליק צוריק ווי עטס שרייטס אין די מתיבתא פורום אין דא אויך "רחמנא ליצלן די הונגערט צו פארגיסן בליט, מען מאכט א בויעקאט רחמנא ליצלן.... דא פלוצלינג זעה איך ווי די ארויני מאכסט די זעלבע בויעקאט