מיט אפאר וואכן צוריק בעת דעם ניחום אבלים דעם יתום, דער סבלן, וואס האט מקיים אלע יארן כיבוד אב ואם מיט מסירות נפש ביז וואו די האנט שטרעקט זיך אים אויס, און מען האט אים פארשאפט יסורים מיט עגמת נפש צען יאר מיט פארהאקטע טירן נישט זעהנדיג זיין מאמע. זענען אינמיטן די שבעה געקומען מנחם זיין די פירערס פון אגודת ישראל אין אמעריקע.
ר' חיים דוד צוויבל דער יושב ראש פון די אגודה, וואס איז נישט קיין קרוב צו הרב צוויבל יושב ראש פון משמרת חומותיך, האט פארשטאנען אז סאטמאר האט געמאכט פראטעסט אין וואשינגטאן איז דאס מסתם ר' אהרן, ווייל לשיטת האהרונים איז דאך ר' אהרן "אנערקענט אין די וועלט" אלץ סאטמאר רבי, האט ער געזאגט פאר ר' אהרן בשעת'ן מנחם אבל זיין אז דער פראטעסט איז געווען א מוראדיגע קידוש ה', אפאר טויזענט אידן שטיין איבער הונדערט דעגרי, שעות ארוכות, דאס ווייזט מסירות נפש פאר אידישקייט.
אונזער חכם האט זיך נישט פארלוירן, און געענפערט ס'קומט נישט צו צי די היצן פון אריזאנע ביים שניידן די ווייץ...
נו יעצט נעמט אפיר די כלי און קוקט נאך ווי סאיז געווען הייסער. וואס א מסירות נפש א איד האט! פארט פאר פאבליק רילעשאן און פאטאגרעפירט זיך אין די היצן אין אריזאנע. אוי! מי כעמך ישראל...

תוקן על ידי לאפלאש ב- 30/07/2010 09:16:14