נעכטן אווענט איז פארגעקומען אין בני ברק די חתונה פון די אייניקלעך פון מאכנובקער רבין שליט"א. א באמבע האט גענידערט אינמיטן די חתונה ווען ר' אהרן מרדכי רוקח, זון פונעם בעלזער רבין האט זיך באוויזן מיט שטריימעל בעקטישע און געטאנצן מיט מאכנובקא רבי'ן.
ווי באקאנט שלאגן זיך שוין די צוויי חסידות'ער ארום פאר צענדליגער יארן, דער בעלזער האט זיך אריינגענומען אין קאפ אז דאס זענען זיינע בני יואל, און ער האט זיך מיט זיי געשלאגן אויפן זעלבן שטייגער ווי זיין שוואגער ר' אהרן אין קרית יואל, נאר מיט איין נפק"מ, בני יואל ווען זיי האבן זיך אפגעטיילט פון ר' אהרן זענען זיי פארט געווען א שיינע פראצענט פון סאטמארע אידן און דעריבער האט ר' אהרן זיך מיט זיי געשלאגן עד חרמה. ווידעראום מאכנובקא האט זיך הערשט געגרינדעט בשנת תש"נ, באלד צוואנציג יאר נאכדעם וואס דער בעלזער איז געווארן רבי, דורך אפאר אנגעווייטאגטע בעלזא חסידים און איז א אויסגעשפילטע חסידות, קיינמאל נישט געהאט קיין ערנסטן ציבור. אבער דער בעלזער האט נישט געוואוסט פון קיין מעשיות, ער האט זיך מיט זיי געשלאגן כאילו זיי וואלטן געווען א מעכטיגע אימפעריע וואס שטייט אין וועג פון זיין בליענדע חסידות.
די לעצטע שטיק צייט האט דער בעלזער באשלאסן צו ווערן דער "שר שלום" אין ארץ ישראל, ער איז פארנומען שלום צו מאכן ביי די אינערליכע ריסן אינערהאלב די אגודת ישראל פראקציע אין ארץ ישראל, איבערהויפט ביי די לעצטע חינוך עצמאי פרשה, וואו ער האט אריינגעלייגט לייב און לעבן אז די צדדים זאלן שלום מאכן, און נאך שווערע ארבעט איז אים ממש לעצטענס געלונגען אז די צדדים זענען אויפגעקומען מיט א פשרה. אזוי אויך לויפט ער שוין נאך די עדה החרדית מיט סאטמאר פאר קרוב צו פינעף יאר אז ער וויל מיט זיי שלום מאכן, ער שיקט צענדליגער שלוחים יעדע שטיק צייט מיט נייע הצעות פארוואס סאטמאר זאל מיט אים שלום מאכן, ער האט אפילו געזאגט פאר זיינס א מענטש אז ער איז נישט אינטערסירט שלום צו מאכן מיט זיין שוואגער ר' אהרן, ווייל ער ווייסט אז דעמאלס קען ער פארגעסן פון שלום מאכן מיט די עכטע סאטמאר כלשונו.
הכלל מיט מאכנובקא איז ער שוין יארן אויף מעסער שטעך, און די לעצטע צייט האט ער מיט זיי אויך געוואלט שלום מאכן, אבער דער מאכנובקער רבי ווייסט אז אויב מאכט ער שלום מיטן בעלזער קען ער צומארגנס ארויף לייגן שלאס און ריגעל אויף זיין חסידות און זיך גיין זיכן א צווייט בית המדרש, איבערהויפט ווען זיין אונטערהאלטער איז הנגיד ר' אליש ענגלענדער פון לאנדאן וועלכער וויל פאר קיין שום פרייז נישט הערן פון שלום מאכן מיט בעלזא.
וואס עס האט באוויגן דעם בעלזער צו טון דעם שריט היינטיגן אווענט ווייסט קיינער נישט. לויט ווי מ'זאגט האבן נישט די בעלזער און נישט די מאכנובקער חסידים געוואוסט פון דעם סורפרייז וואס ווארט זיי אפ ביי די חתונה, נאר ממש די גאר נאנטע מענטשן ארום ביידע רבי'ס. דער בעלזער האט אריינגעשטאכן טיף אין די מאכנובקער, און זיי געוויזן אז עס גייט אים קנאפ ווייניג אן זייער גאנצער עקזיסטענץ, ער האט געשיקט זיין זון ער זאל גיין טאנצן דארט, און די מאכנובקער זענען געפערליך צושרויפט און זיי שומפן אויף זייער רבין. ער האט מיט זיי געשלאגן כפרות און דערלעבט א זיסע נקמה אין זיין בלוט שונא אליש ענגלענדער.
ובכן צדיקים יראו וכו'...