היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » גאב"ד מכון להוראה שרייבט...

גאב"ד מכון להוראה שרייבט...

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2813597

שלמהווייס » 29/7/2010 00:07

[בילד – נישט אפגעהיט]

גוטזאגער » 29/7/2010 00:20

אינטרעסאנט... די זעלבע זאך זאגט מען אויף דעם פורים בית דין אין וויליאמסבורג.
זיי האבן א סיין... און דרוקן צעטלעך, און אלע לאכן !

רבי_יונה » 29/7/2010 02:28

דער טויבער דארף אויך א דאקטער פארן שרייבן אזא בריוו.

א נארמאלער שרבייט ווען קורץ און שארף אז עס אזי נשיט קיין בי"ד עס איז סתם אפאר ליידיגערס און זייער צעטלען האבן נשיט קיין שום האפט.

Ziskeit » 29/7/2010 03:28

אין מיינע אויגן האט הרב טויבער זיך מער מבזה געווען ווי דעם בארדיטשובער בית דין.

עס פאסט נישט פאר א רב צו געבן אזא בריוו.

גביר_אדיר » 29/7/2010 07:18

ראשית פאסט נישט פאר א ערנסטע רב צו שרייבן אזא בריוו, צווייטנס, "הרב טויבער'ס" בעסדין איז טאקע א אפיציעלע בית דין, וואס מען לאכט מן הסתתם נישט ווען מען זעט זייער לעטערהעד, אבער לויט ווי חז"ל זאגן, מוטב שיהי' שוטה כל ימיו... ואל יהי' ...... איז אויב אזוי ווייס איך שוין נישט וועלכע בית דין איז מער חשוב אין הימל

רבי_יונה » 29/7/2010 09:44

עס קוקט מיר אויס אז די צעטיל איז פאלטש.

קוקט די לעצטע שורה פון וע"ז באעה"ח זעהט מען אז די שורה איז שיף אראפ פון די אויבערשטע חלק.

שלמהווייס » 29/7/2010 15:21

קוק בעסער, ס'זעהט נאר אויס שיעף צוליב די אונטערשריפט
אדרבה גלייב מיר נישט! פרינט עס ארויס וועסטו זיך איבערצייגן

Guttman » 29/7/2010 16:30

דער צעטיל איז לכאורה פאלש. ס'איז זייער נאריש געשריבן און מיט א קינדערישע לשון קודש. עס קוקט אויס ווי א בחור זאל עס האבן געשריבן. 

דיןתורה » 29/7/2010 19:37

די צעטיל קוקט אויס צו זיין א צאמגעשטעלטע פאשקעוויל
(אויף די זעלבע סטייל ווי יוסל וואלדמאןס צאמגעשטעלטע קליפס אין פאשקעווילן)

א_בני_יואל » 29/7/2010 20:55

רבי_יונה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
עס קוקט מיר אויס אז די צעטיל איז פאלטש.

קוקט די לעצטע שורה פון וע"ז באעה"ח זעהט מען אז די שורה איז שיף אראפ פון די אויבערשטע חלק.


גערעכט א שטארקע פוינט

שלמהווייס » 30/7/2010 00:37


וועלכע גאב"ד וואלט געלאזט בחורים זיך ארומשפילען מיט זיין לעטטערהעד און אונטערשריפט און עס נישט אפלייקענען? קען דאך יעדער איינער נוצען כאטש וועלכען גאב"ד'ס לעטטערהעד און אונטערשריפט און שרייבען וואס איהם געפעלט!

אגב דער בריוו ליגט שוין אפאר וואכען אויף דעם פאלגענדען וועבזייט.

http://meirkin.com/Rav%20Tauber%20against%20Abraham%20-%207.4.10.pdf