היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » שאק און אה: אנדעקט ווידיאו אפאראט אויפגעשטעלט אין בי"ד שטיבל...

שאק און אה: אנדעקט ווידיאו אפאראט אויפגעשטעלט אין בי"ד שטיבל...

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2813536

באלאנד » 28/7/2010 21:35

שאק און אה: אנדעקט ווידיאו אפאראט אויפגעשטעלט אין בי"ד שטיבל אין טעלזסטאון!
היינט מיטוואך, דער פערטער טאג פון די זיצונגען ביי דין תורה, זענען די בני ברק'ע געכאפט געווארן ביי די גניבה, זיי האבן אויפגעשטעלט א ווידיא קאנפערענסינג סיסטעם אין דעם בית דין שטיבל אין טעלזסטאון.
 
מתחילה איז געווען א גרויסער חידוש פאר'ן בית דין פארוואס די ארונים שלאגן זיך אזוי אז מען זאל גיין דוקא דן זיין אין די דירה וואס זיי האבן געדינגען אין טעלזסטאון, בשעת ווען די הנהלה פון אמעריקע האט שוין געדינגען א מקום פארן דיון, וואס האט געהאט א בית מלא ספרים, און די ארונים האבן געדינגען א דירה וואס האט נישט קיין איין ספר דערין. אבער היינט אכן נודע הדבר, ווען אינמיטן די דין תורה האט אריינגערופן אויפן סעלפאן פון יחזקאל'ע ראטער, דער הולך לבג"ץ הרב אהרון טייטלבוים פון קרית יואל און געשריגן מיט באנומענע קולות אז דער הערשי ווייס פארשטעלט אים די קעמערע און ער קען נישט זעהן וואס עס קומט פאר. דער ראטער האט זיך נישט געכאפט, און האט זיך אנגערופן הויך פאר דעם ווייס "דו גראבער רוקט דיך אוועק די פארשטעלסט דעם רבי'ן".
 
עס האט געהערשט א שטילקייט אין בית דין שטיבל, מען האט געמיינט אז די ארונים זענען שוין גענצליכע בעלי דמיון, אקוראט ווי זייער רבי וואס זעהט דעם טאטן ביי קדושה, און זיי זעען דא דעם דברי יואל, אבער הרב ראזענבערג האט געכאפט זייער גוט וואס דא גייט פאר אז דא רעדט מען פון דעם היינטיגן רבי'ן וואס גייט אין בג"ץ, און האט זיך אנגערופן פאר ר' זלמן גרויז, דער בורר פון ר' אהרון, "איך האב אייביג געוויסט ער האט ליב בילדער מיט ווידיאו'ס פון זיך ווייל ער לייגט דאך דאס אין אלע מאגאזינען אבער כהאב נישט געוויסט אז ער וויל זעהן ווידיאו'ס פון מיר אויך"...
 
די סיבה פון די ווידיאו'ס איז אומבאקאנט פארוואס זיי מוזן דאס רעקארדירן בכלל, מן הסתם ווילן זיי קענען סטראשן די רבנים אז זיי וועלן עס ארויסגעבן און ווייזן אויף די גאס, אויב זיי וועלן נישט פסק'נען אזוי ווי זיי ווילן. אדער קען זיין פשוט ווייל זייער ליידיגייער האט שוין אין ניו העמפשיר דורכגעקוקט אלע פאטעטא טשיפס און אלע וויינען דארט, און מ'האט אים שוין צוריק געברענגט קיין קרית יואל, און ער איז געווארן זייער באורד האט מען אים געמאכט אביסל ביזי מיט א גרויסן פלאזמא סקרין צו וואטשען די דין תורה לייוו, גלייכצייטיג שעפן אביסל חיות דקדושה זעענדיג וויאזוי זיינע אקסן אין בני ברק זענען נאך געבליבן פעלזן פעסט און געטריי צו אים אזוי ווי אלע יארן אן קיין שום שינו כל שהוא.

העלד » 28/7/2010 21:46

יו באלאנד ביזטו זיס.
ווי איך הער וועט הערשי ווייס מער זיך נישט קענען באטייליגן ביי קיין זיצונגען
צוליב די חוצפה פון פארשטעלן דעם רבי'ן, סארא חוצפה.

באלאנד » 28/7/2010 23:11

דערווייל האט שוין דער טוען פון די אהרונים, גרשון שפיגעל, ארויסגעקאפעט פון בית דין שטיבל הערשי האלצער. היינט האט חעזקעלע ראטטער ארויסגעשליידערט הערשי ווייס. און די דין תורה גייט אן אין פולן שוואונג.

לאפלאש » 1/8/2010 08:29

ארבעט דער ווידיאוי אפאראט מיט א שבת זייגער אדער לויפט עס 24 שעה?
 
יעצט באריכטן די אהרונים אז די שפיצקע האט געטאנצן געדאטשקע מיטן יפויער אין טעלזסטאון די וואך שבת. ווי עס שיינט איז דער מקור דער ווידיאוי אפאראט וואס די אהרונים האבן אינסטולירט אין טעלזסטאון פאר זייער קדוש אין מאנרא.

תוקן על ידי לאפלאש ב- 01/08/2010 08:31:27

א_לעמעלע » 1/8/2010 08:44

ווידיא ארויף ווידיא אראפ... ערענסט גערעדט, ס'דא א נארמאלע סיבה אפשר פארוואס מס. שפיצקע מיט איר שטארק געראטן בנשק"ל פון יפו האבן געפונען פאר וויכטיג צו וויילן דעם פארגאנגענעם שבת אין טעלזסטאון????

לאפלאש » 1/8/2010 08:51

איז דאס אזוי הארב ווי גיין אין בג"ץ, אדער ארגער?

א_לעמעלע » 1/8/2010 18:55

ביי ענק איז גיין אין בג"ץ בכלל הארב???... עת לעשות...... נישט אזוי??? אגב, וואס איז פשט פון דעם וויילונג אין טעלזסטאון דעם געוועזענעם שבת? איך זעה אז קיין איין זאלי איז נאכנישט אויפגעקומען מיט א תירוץ... אפשר ווארט עטץ אויף פארמעגליך ער זאל אויפקומען מיט אן ארטיקל מסביר צו זיין די אורזאך דערפון, אדער אפשר גאר אויף יאסעלע פון HQ.... זאלי ווארטזאגער'ס! זייטס ענק מרחם אויף די פארלוירענע...... זיי שטייען מיט די מויל אפען אן א ענטפער.... יאגטס ענק צו מיט א אויפקלערונג ביטע....

פישמאן » 1/8/2010 19:06

אפשר ביזטו מסביר וואס די קשיא איז?

טעלזטאן איז אפשר אמסטערדאם?

אלע רבי'ס און רבנים פארן אויף טעלזסטאן אויף חופש,

וואס דארף מען אן אויפקלערונג?

בכורשוטה » 1/8/2010 19:45

ערשטע בילדער פון די ווידיאו'ס וואס די אהרונים האבן אריינגעלייגט..
[בילד – נישט אפגעהיט]

די בילד דערמאנט מיר עפעס...  אנדערש...
---------------------------------------------------------------------------------------
[בילד – נישט אפגעהיט]

דא קענען מיר זען קלאר ווי אזוי הערשי האלצער..... אה! אנטשולדיג הערשי רוטמאן... לייגט ארויף די ווידיאו'ס..







תוקן על ידי בכורשוטה ב- 01/08/2010 19:49:01

פישמאן » 1/8/2010 20:58

און דאס אלעס האלט מיט דער גאון הקדוש אויפן פלאזמא סקרין אין ניו העמפשיר?