היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » היינט נאכט א גאר אינטרעסאנטער שיעור פון ר' נפתלי שטיין הי"ו

היינט נאכט א גאר אינטרעסאנטער שיעור פון ר' נפתלי שטיין הי"ו

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2813267

הולך_לבגץ » 28/7/2010 01:03

 

גאהר אינטרעסאנטע שיעור אין ביהמ"ד הגדול קיט"ל ד'סאטמאר בארא פארק היינט נאכט

היינט נאכט קומט פאהר א גאהר אינלהאטסרייכער שיעור דורך דעם בוואוסטער מומחה הר"ר נפתלי שטיין הי"ו, ווי עס וועט אראפגעגעבן ווערן בדרך שאלות ותשובות אסאך גאהר אינטרעסאנטע און אקטועלע ידיעות אין די פעלד פון חינוך און נאך.

 

דער שיעור קומט אי"ה אפהר אום 10:00 אזייגער ביינאכט אין בית מדרשינו הגדול אין בארא פארק, ווי עס וועט גלייכצייטיג זיין דער געלעגנהייט צו קויפן די פריעדיגע שיעורים פונעם בעל דרשן הי"ו פאר א גאהר ביליגע פרייז.




סאטמארבילד » 29/7/2010 01:02

גאהר געלונגענע שיעור - באופן שו"ת דורך הר"ר נפתלי שטיין הי"ו נעכטן נאכט אין ביהמ"ד הגדול אין ב"פ

 

 

הר"ר נפתלי הירצקא קליין שליט"א מנהל התאחדות אברכים אלס שואל

♦♦♦

Ziskeit » 29/7/2010 01:28

דער נפתלי שטיין האט עפעס אן אויסערגעווענליכן שכל הישר. עס איז ממש אומגלויבליך וויאזוי ער האט ארויס יעדן פראבלעם וואס א מענטש קען נאר האבן. דער אויבערשטער האט אים באשאנקען מיט א ספעציעלן חוש צו פארשטיין צו יעדן מענטש און זיין פעקל.

איך געב פאר דעם איד פינף שטערנס.

shia550 » 29/7/2010 23:48

איך האב געזען אז דער בית מדרש איז געווען געפאקט ביי זיין שיעור

מה טובו? ווי וואוינט ער? אין וואס איז זיין פרנסה?

סאטמארבילד » 1/8/2010 18:00


קליפ

אויסצוגן פון שיעור פון הר"ר נפתלי שטיין הי"ו די וואך אין בית מדרשינו הגדול אין ב"פ

*געספאנסערט דורך*

קרן שמואל ישעי

צו זעהן דעם קליפ דרוקט דעם לינק

http://www.bechatsrossatmar.com/videos/ShiurRNaftuliStien-BP.wmv

♦♦♦