להוציא מלבן של ה'בלוט זויגערס וואס האבן זיך מיט פרייד צוגעכאפט ווי צו א געבראטן שטיקל צום להסיר מכשול אשכול, וויל איך אין א באזונדער אשכול ארויסברענגן, דער עולם זאל נישט פארגעסן ווער דע מענטשן רעכט גרופע איז און זייער היסטאריע פון צונעמן פרנסות צושפארן ביזנעסער און טרינקן יענעם'ס בלוט.
צו מיינען זיי אז מיר האבן פארגעסן זייער ליסטע פון געשעפטן וואס אדווערטייזען אין איד, דאס אראפרייסן שומרי החומות פישקעס א ערנעהרונג פאר הונדערטער ארימע משפחות אין ירושלים עיה"ק, האט איינער פארגעסן ווען ס'געווען א מצוה צו צוטרעטן די טמא'נע "זינגערס קוקיס" ארויסגעווארפן פון די גראסעריס, נישט געלאזט די געשעפטן פארקויפן לייבעלע גליק'ס לעכט, לויפער'ס קמחא דפסחא א ערנעהרונג פאר הונדערטער תושבי קרית יואל, צוגעגנב'עט די ריידער טראקס און אריינגעשטיפט וועיפערס מיט טשאקלאד טשיפ קוקיס אין די פסח'דיגע פרוכט, אבער מיר זענען די בלוט זויגער! ווייל מ'האט בארירט זייער יאטקע! מיר האבן נישט בויקאטירט קיינעם נאר די מוסקאווי שחיטה, שפע'ס פארעווע פראדוקטן זענען ספעציעל געשמאק אין טעם להתענג בתענוגים, מיר האבן בלויז מודיע געווען אז די פליישיגע קומט פון א טבח שיצאה טריפה, אה דא זעמיר געווארן בלוט זויגערס!!
אגב, קאמיש איז, אז טאקע זיי האבן אפגעשפארט "שפע אפעטייזונג" -פון ק"י (פאר די וואס געדענקען), איך בין מודה אז דאס איז געווען א קאפע הויז פאר יונגעלייט'לעך פארן נעמן די באס צו די ארבעט אבער קיינער וועט זיך נישט איינרעדן אז זיי האבן דארט געמיינט מער "הייליגקייט" ווי ביים צוטרעטן די טמא'נע זינגערס קוקיס.

תוקן על ידי בגץ_פילן ב- 26/07/2010 18:03:08