היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » הילף: מאניטאר איז צו גלאנציג

הילף: מאניטאר איז צו גלאנציג

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2812771

gishmoker » 26/7/2010 16:51

דא ביי מיין לעפטאפ איז די מאניטאר שטארק גלאנציג און שפיגלט צוריק אז איך פלאן ערענסט ארויסצוזרקנ'ן מיינע איבריגע שפיגלעך פונדערהיים.

דאס וואלט לכאורה געווען א מעלה.
אבל דא עקא אז אינמיטן ארבעטן מיט בילדער ברויך איך נישט קיין שפיגל, איך ברויך א קלארער סקרין וואס זאל נישט אויסמישן קאלירן פון בילדער מיט דעם קאליר פונעם געלען ציצית און בלויען וועסטל און רויטן בארד וואס זיצט קעגן איבער דעם סקרין.

עני סאלושען??

דו_גנב » 3/8/2010 15:51

כ'האב דיר צוריק געענטפערט אין אישי אבער ס'קומט כסדר אן "ההודעה לא נשלחה"
מוז איך דיר דא ענטפערן

איך נוץ אזא שווארצע דורכזיכטיגע "כמו סחורה" וואס האט פיצי לעכעלעך, ס'העלפט זייער גוט, מ'זעהט געהעריג אדורך נאר ס'מאכט ס'זאל נישט זיין גלאנציג, און פאר איינער וואס זיצט לאנג אויפן קאמפיוטער ס'זאל נישט שפרינגען די אותיות אין די אויגן
איך האב עס באקומען שוין לאנג צוריק פון איינעם, אז דו ווילסט קען איך אים פרעגן פון ווי ער האט עס פארשאפט