2 פונקטן
1) נעכטן ביי דין תורה האבן די זאליס איינגעלייגט וועלטן אז טאלער און מרדכי ווייס זאלן בשום אופן נישט דארפן אונטער שרייבן שטרי בירורין, זיי האבן געטאנעהט אז זיי קומען בכלל נישט דא אריין...
הנהלת מוסדותינו האט ארויס גענומען א צעטיל וואס טשאקאווער רב האט געשריבען פאר מרן גאב"ד ירושלים פאר 2 חדשים צוריק ווען הגאון ר' נפתלי פרענקל איז געווען אין ניו יארק, ווי ער שרייבט אז די זאליס האבן אים געזאגט אז טאלער און מרדכי ווייס האבן שוין אונטער געשריבען שטרי בירורין, בי"ד האט גע'פסק'נט אז מען גייט נישט ווייטער מיטן דין תורה, ביז טאלער שרייבט אונטער שטרי בירורין, און ער מיז קומען היינט צופרי צום בי"ד.
דער תימן'נער טאלער איז נישט אנגעקומען, בי"ד האט געזאגט פאר זיין טוען ר' חיים אלעזר עסטרייכער טאמער ער קומט נישט אן ביז 4 אזייגער גייט בי"ד שרייבן א שארפע סירוב קען טאלער. משה גבאי האט געקאלט בי"ד און זיך געבעטען מיט שיינעם און בייזן אז זיי זאלן אפלאזן טאלער, ער האט געמיינט אז משה גבאי קאלט... וועט בי"ד ציטערן, ער ווייסט נישט אז זיין באן איז שוין 10 יאר צוריק אוועק געפארן... אויך דער בג"ץ'ניק מיכעלע שלעזינגער האט געקאלט און מסביר געווען, זיי האט געטאפט א וואנט. ענדליך 4 אזייגער איז טאלער מתימן אנגעקומען צוזאמען מיט עזריאל יאזעף, טאלער האט אויסגעקוקט אבל וחפוי ראש ווי א שעפס געבינדען ביים שחיטה.
ער האט אנגעהויבען מיט זיין תימן'נער שפראך צו שרייען אז ער האט גארנישט מיט די גאנצע דין תורה, ער איז גרייט צו גיין נאר צו ר' אלי כ"ץ, בי"ד האט אים געזאגט אז די אלע זאכן איז סתם צו מסרב זיין, און ער דארף חתמ'נען. כי כלתה אליו הרעה האט ער געבעטען בי"ד אז ער וויל רעדן צום בי"ד אליין, קיינער זאל נישט זיין אין שטוב, בי"ד האט אים עס נאך געגבען - דער בהמה האט געמיינט אז ער גייט דאס בעטן, און בי"ד וועט אים דאס נישט נאך געבען, וועט ער קענען שרייען אין די גאס אז וועגן דעם האט ער נישט גע'חתמ'ט - א תימן'נער קאפ...
בי"ד האט יעדעם ארויס געשיקט, טאלער האט פרוביריט מיט אלע כוחות אז בי"ד זאל אים פריי לאזן, ער האט געמיינט אז ער רעדט דא צו ר' ישראל חיים מנשה... צו ער געפינט זיך אין לאנד תימן... אבער ער האט גערעדט צום וואנט. איז ער געקומען מיט א נייע טענה אז יעדער איינוואוינער אין שיכון איז א צד, ווייל ער האט געדינגען א דירה פונקט ווי ער האט געדינגען די זאל, בי"ד האט אריין געריפען הנהלת מוסדתינו און געפרעגט צו זיי האבן א פראבלעם דערמיט, מען האט געזאגט אז ניין, און מען קען דעליווערן אלע חתימות ביז מארגן, איז געבליבען אז מען וועט דעליווערן אלע חתימות, און טאלער וועט אונטער שרייבן מארגן, איצט ווארט מען צו זעהן וואספארא נייע תימן'נע תירוצים טאלער וועט אויפקומען מארגן, פארוואס ער שרייבט נישט אונטער.
אין ... די זאליס האבן היינט געהאט א מעכטיגער געווינס, מען טרינקט לחיים אין אלע זאלי צענטערן, אז בי"ד האט ארויס געשיקט יעדעם און גערעדט צו טאלער אליינס....WOW!!
נאך א נקודה פון היינט - יצחק ווייס וואס ער קומט צו דין תורה, אלס דער מורשה פון ר' זלמן לייב, - אזא פנים טראגען די זאליס - האט אינמיטען זעהעדיג ווי בי"ד גיט נישט נאך וועגן טאלער, האט ער געכאפט אן אטאקע אין אנגעהויבען שרייען, אז טאלער גייט נישט אונטער שרייבען, קיינער האט נישט געפרעגט דעם בי"ד וואס צו טון, באב"ד פון בעלזא, און גרויז וואס איז א ציוני און אן אהרוני, גייען נישט איינטיילען פאר טאלער וואס צו טאן, ר' חיים אלעזר האט אנגעהויבען צו מאכן קולות אויף ווייס, גיי דיר ארויס פון דא, די הרגס'ט די דין תורה, ווייס האט זיך נישט געלאזט ער האט צוריק געשריגען אויף חיים אלעזר, ר' חיים אלעזר האט געקאלט משה גבאי און ערלעדיגט אז ווייס זאל בלייבן שטיל און מער נישט רעדן... אבער ר' חיים אלעזר האט געזאגט אז מער וויל ער נישט אז ווייס זאל קומען...
2'טע פונקט
טאלער איז טויט צו'הרג'ט מיט די זאליס, נאכדעם וואס די זאליס האבן בעל כרחך אונטער געשריבען שטרי בירורין, ווען רבי נפתלי פרענקל איז געווען אין ניו יארק, נאך דעם וואס מרן גאב"ד ירושלים שליט"א האט זיי געסטראשעט מיט א שארפע בריוו קעגן זיי, טאלער האט דעמאלס געכאפט א פליגער אין שנעל געפלויגען קיין ניו יארק, זעהן אז די זאליס זאלן נישט אונטער שרייבן, די זאליס בלית ברירה נישט דערהייבענדיג די פרעשור פועם גאב"ד, האבן אויסגעניצט די געלגענהייט א כפרה מיטן תימן'נער טאלער - און אונטער געשריבען שטרי בירורין ווען טאלער איז געווען אין די ליפטען אויפן פליגער.
טאלער ברענט אויף די זאליס זייט דעמאלס, איבערהויפט אויף ר' זלמן לייב אין משה גבאי, וואס האבן אים צוגעזאגט אז מען גייט קיינמאל נישט אונטער שרייבן שטרי בירורין, נאר מען גייט עס געווינען אינעם ציוניסטישען בג"ץ.
איצט ווען עס איז געקומען צו די דין תורה, און די זאליס האבן געדארפט האבן 170 טויזענט דאלער צו באצאלען די רבנים, האט ר' זלמן לייב געבעטן טאלער אז ער זאל געבן די געלט פון די רענט פונעם זאל. טאלער האט אים באגאסען ווי א סוטה, און אים געזאגט אז ער גיט נישט קיין פעני, ער האט גארנישט מיט די גאנצע דין תורה האט ער געשריגען. ר' זלמן לייב האט אים צוגעזאגט אז ער גייט מאכן זיכער טאמער ער גיט דאס געלט, אז ער זאל נישט דארפן אונטער שרייבען שטרי בירורין, אזוי וועט ער פארדינען דערפון, מען וועט אים אפ לאזן ער וועט נישט דארפן באצאלען פאר קיינעם, מען וועט שלעפן די דין תורה א 5 יאר, און ווען די דין תורה וועט זיך ענדיגען טאמער וועט די פסק זיין פאר די זאלונים איז דאך גוט... און אז די דין תורה וועט פסק'נען אז די אהרונים זענען בעל הבית, איז טאלער נישט געבינדען ווייל ער האט נישט אונטער געשריבען שטרי בירורין, איז האלט מען ביי אלף...!
טאלער איז איינגעגאנגען דעראויף און געגבען 50 טויזענט דאלער פאר ר' זלמן לייב, און געזאגט אז דער שפיל וועט געלינגען די וואך, און ער וועט נישט דארפן אונטער שרייבן שטרי בירורין, דעמאלס גיט ער די איבריגע.
איצט האט דער שפיל געקראכט, די רבנים האבן פארשטנען דער גאוינישען תימן'נער חכמה שטיק, טאלער איז אין פעקל און מיז אונטער שרייבן שטרי בירורין, איצט ווען מען לאזן טאלער מיט ר' זלמן לייב זיך אויס'הרג'ענען אויף ווייטער.
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 26/07/2010 23:13:12
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 27/07/2010 00:30:50