איך בין אמאל געווען און א שלאכט הויז ווי עס זענען געקומן באזיכען דארט פארשידענע סארט באזיכער, איינמאל, ס'איז דורך א פאר טאג נאך עפעס א געוויסע באזיך, און מען הערט, עס הייבט זיך אן א שעריריא איבער דעם שלאכט הויז, וואס איז? מענטשען וואס זענען דארט געווען האבן פארציילט אז זיי האבן אליין געזען ווי מען שנייד אפ די פיסלעך פון די הינדלך נאך פאר מען באקוקט די הינדל פון אינעוויינוג, קומט דאך אויס אז אויב טרעפט מען א הינדעל שפעטער טרפה ווייסט מען דאך נישט וועלעכע פיסלעך עס האט באלאנגט צי דעם הינדעל קומט אויס אז מען פארקויפט טרפה'נע פיסלעך,
עס זעט טאקע אויס שרעקעדיג, ניין?
וועל איך אייך פארציילען וואס די מעשה איז,
גאנץ פשוט, טראכט נאר אריין איין מנוט, א יעדע הינדעל וואס מען פארקויפט האט צוויי פיסלעך אויף זיך,
פיסלעך פארקויפן, איז קליין און מספר, און אביסל גרעסער, און געוויסע צייטן און יאר, אלזא וואס טוט מען מיט אזויפיל פיסלעך? דער תירץ איז אז מען ווארפט דאס אוועק אזוי ווי מען ווארפט אוועק אנדערע חלקים פונעם הינדל, נאר איינמאל א וואך וואס מען ווארפט עס נישט אוועק און טאקע דענסמאל לאזט מען די פיסלעך אויפן הינדעל, ביז נאכן כשר מאכען,
וזה בא ללמד על הכלל כלו,
אז ווי לאנג מען איז נישט חוקר בשבע חקירת ודרישת און נישט נאר מיט איין חקירה'לע,
טאר מען נישט האבען א חלק און דעם, אמת, אז א יחיד ווען ער הערט א לשון הרע אויף א הכשר מעג ער אויף זיך מחמיר זיין, נישט ווייל די לשון הרע איז זיכער אמת, נאר אפילו נאר אויף א ספק איז געזאגט געווארן והמחמיר תבא עליו ברכה, אבער אויף מפרסם זיין איז שוין דא אוודא, אז די מאכסט שאדן פאר א איד, א קעגען א ספק, ווי געזאגט אויבן ווילאנג מען מאכט נישט קיין גרינטלעכע חקירה ודרישה עיין בהמעשה שהבאתי לעיל איז עס נאך בגדר ספק,
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 28/07/2010 20:27:00