א ברוכים הבאים לעמעלע זיסער.
דיין זיסקייט איז טאקע פון א לעמעלע, אבער דיין שכל שמעקט עפעס פון א פאלנער קעי זשעי גבוה באם. ביזטו נישט אפשר געווען ביים רעבען די וואך אין ניו העמפשער מיט אלע גבוה בויעס, וואס האבן זיך אזוי פארברענקט אינעם ראט זייערן?
קודם כל באגריס איך דיך דא אין פארק. ווי עס שיינט וועט מען פיל קענען נהנה זיין פון דיין גאלדענעם פעדער און זיסע לעמעלע-שפראך. א שאד נאר דו נוצט נישט אויס דיינע זעלטענע טאלאנטן אויף עפעס מער ווי סתם זיצן און שרייבן אויף היידפארק. אלענפאלס: יהא בואך לברכה.
איין טובה קטנה וויל איך דיך יא בעטן, וזו צורתה: כדי מען זאל קענען פארשטיין וואס דו רעדסט, איז פון א שטארקע וויכטיגקייט אז דו זאלסט קודם אריינקלערן א מינוט וואס דו ווילסט זאגן, און ערשט דערנאך עס אפשרייבן. זיך סתם צו זעצן כדי צו שפריצן תגובות אז אלע פארשטינקענע רביזכלולסרוכעס זאלן שעלטן איז נישט אינטערסאנט, און ברענגט נישט דעם ריכטיגן עפעקט.
אזוי ווי ס'יעצט, קען איך פשוט נישט שעלטן און שפרינגען אפילו איך שטופ מיך דערצו.
דאנקע שיין.
נ.ב. אויב האסטו נישט יעצט עפעס גוטס צו ענטפערן, דעמאלט מוזטו נישט. וועסט נאך האבן א געלעגנהייט צו ווייזן דיינע טאלאנטן ביי א קומענדע געלעגנהייט, ווען דו וועסט אויספאלגן אונזערע אנווייזונגען.