און די קינדער פארום איז די לעצטע 2 טעג געווען א דעבאטע, און ליכט פון די נייע מילך וואס די ליבאוויטשער האבן מסכים געווען ארויף צו לייגן דעם פורים בג"ץ הכשר, איז געווארן א דעבאטע וואספארע מילעך דער רבי ז"ל בעל דברי יואל האט געטרינקען, פאר ווער ס'געדענקט נאך אז מע טאר נישט משנה זיין פון רבי'ן ז"ל'ס עסן און טרינקען
איז דארט אויפגעקומען איינער פון די בחורים פון קווינסער ליידיגייערס, מיט א חידוש אז דער רבי ז"ל האט בכלל נישט געטרינקען מילך, ע"כ השקר
איך האב זיך נישט געפוילט און אנגעקאלט 4 הויז בחורים פון רבי'ן פון די יו"ד יארן מיט די שאלה
האט דער רבי געטרונקען יעדען טאג צופרי א קאווע?
איז די תשובה געווען יא
וועלכע מילעך איז דאס געווען?
האבן אלע 4 מיר גענפערט גאלדן פלוא מילעך
צווישין די 4 איז אויך דער באוויסטער עזריאל וואס לשיטתם איז ער דער נאמן אבער דאך האט ער גענפער אז דער רבי האט געטרינקען א קאווע מיט גאלדן פלוא מילעך,
קומט דער קינד פריש און שרייט אז דער רבי האט נישט געטרינקען קיין מילעך בכללות
יעצט בלייבט איבער צו זהען וואס דער תירוץ גייט זיין אז דער רבי ז"ל'ס מילעך איז שוין היינט נישט גוט
אדער ווי מ'רופט דאס הא לן והא להו