היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » בד"ה; רעבעצין קליינמאן ע"ה

בד"ה; רעבעצין קליינמאן ע"ה

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2811637

אייזענבאך » 22/7/2010 23:06

מנהלת בית רחל, און די עלטער פון 70 יאר

תוקן על ידי אייזענבאך ב- 22/07/2010 23:07:19

SatmarNews » 22/7/2010 23:08

SatmarHQ BURICH DAYAN HUEMES: Rebetzin Kleinman U"h principle in Satmar Beis Ruchel has just passed away, After suffering a stroke Tishu B'uv.

SatmarNews » 22/7/2010 23:11




תוקן על ידי SatmarNews ב- 22/07/2010 23:14:03

העלד » 22/7/2010 23:13

  א גאר געלונגענע פרוי געוועזן, געווען אן אלמנה לאנגע יארן דאכט זיך אז זי איז א טאכטער פון הרה''ח
רבי שמעון לויפער ז''ל א שוועסטער מיט הרה''צ ר' בעריש און הרה''צ ר' חיים משה און אשת ר' חיים אליעזר גראס
ווייסט איינער צו עס איז טאקע אזוי?

העלד » 22/7/2010 23:15

איך מיין אז יא 70

אייזענבאך » 22/7/2010 23:23

אומבאשטעטיגטע באריכטען: די לוי' וועט זיין פארענט פונעם בנין בית רחל, מער פרטים קימען אריין

שחמט » 22/7/2010 23:28

ווי לייגט מען איר?

נעקי » 22/7/2010 23:34

איר איידעם מעכעלע מאשקאוויטשא האט יעצט געזאגט אז זי גייט ליגן אין פאלאקס

ווי שעמט זיך נישט א איידעם צו טון אזאנס פאר זיין אייגענע שוויגער?

אייזענבאך » 22/7/2010 23:37

די לוי פארענט פון מארגערעטן ביהמ"ד אויפן וועג צו קר"י ווי די טהרה וועט זיין - זי גייט ליגן אין ניו זשורזי

שחמט » 22/7/2010 23:42

איר שווער דער מארגארעטענער רב לעבט? איך געדענק ער איז געווען א זקן מופלג יארן צוריק, אבער איך געדענק נישט ער זאל נפטר ווערן. ווייסט עמעצער?

אייזענבאך » 22/7/2010 23:42

ת"ט, אום 6:30 וועט זיין די טהרה אין קר"י און 8:30 פארענט פון מארגערעטן ביהמ"ד אין ב"פ, אויב סוועט זיך טוישן וועלן מיר עס דא מעלדן

נעקי » 22/7/2010 23:44

קהל האט איר געווארענט פאר מען האט איר געמוזט פארשיקן פון ב"פ אז חוץ איר פרנסה וועט נישט נישט קענען ליגן אין קרית יואל.

אייזענבאך » 22/7/2010 23:45

די מארגערעטן ביהמ"ד איז אויף 14 און די 54סטע גאס

אייזענבאך » 22/7/2010 23:48

נאך זייער דורעכפאל מיט ר אליעזר חיים טייטעלבוים, האבן די ארונים געלייגט מאסיווע פרעשור אויף די משפחת קליינמאן אז זיי זאלן נישט לייגן אינעם חלקה המיוחד רק לאנ"ש דקהלתינו, 

נעקי » 23/7/2010 00:27

דורעכפאל דורעכפאל דורעכפאל

אייזענבאך קענסט שרייבען דורעכפאל ביז איבערמארגן, די דורעכפאל איז ענקער'ס. קהל האט קלאר געכמאט אז אין קרית יואל קען זי נישט ליגן ווייל זי האט זיך געשטעלט אויף די זייט פון די מוסרים מענדל שווימער מיט שניאור קליין. זי איז געבליבן מיט צוויי ברירות  ניו דשורסי אדער פאלאק'ס, זי איז א קליגע פרוי און געמאכט דעם ריכטיגן החלטה, זי פארשטייט אויך אז ניו דשורסי איז אסאך מער מכובד ווי פאלאקס מוסרים בעקיארד.

ב"ה איר מאשאקוויטשע איידעם האט נישט געהאט א ווארט.

zibala » 23/7/2010 00:57

יעי נעקי געווינען געווינען - העי האט קהל נישט געאפפערט פאר 50 טויזענט דאלער אז זי קען תשובה טוהן? תיקו!

געדענק עס אויפצושרייבן אינעם פנקס הנצחון, העסטעס חזרן יעדעס יאר א' שמות

געכאפטער1 » 23/7/2010 01:07

איין מינוט נעקעלע איך האב געמיינט אז אין ניו זשורסי האבן די ארוינים די אויסשליסליכע הערשאפט? זייט שלמה ווערצבערגער (מלפנים שמש) איז ארויס פון קהל ווי קען מען לאזן איינער וואס האט זיך צוגעשטעלט צו די זייט פון די מוסרים (לדבריך) זאל ליגן אין די בית החיים פון די קהילה?

אייזנער » 23/7/2010 02:45

ווער ס'קען זאל ביטע פאוסטן די מורא'דיגע בריוו, וואס רביצן קליינמאן, האט געשריבן פאר אהרן וועלץ

א מורא'דיגער בריוו ווי א צובראכענע פרוי רעד זיך אפ, און ברענגט זייער גיט ארויס, ווי ווייט אהרן וועלץ'ס מוסד האט געגליטט מדרך המסורה,

ס'איז וויכטיג יעדער איינער זאל עס זען.

אגב: איך בין נישט מקנא ווער ס'האט געהאט א חלק מיטן רודף'ן א צובראכנענן און חשובן אלמנה, על לא עוול בכפה נאר פארן זיך וועלן פירן על דרך התורה והיראה, אזוי ווי ריבה"ק האט אינץ געלערענט, וואס זי האט נאך געהאט די זכיה זיך אדורך שמועסן מיט איהם,

יש דין ויש דיין

א_לעמעלע » 23/7/2010 04:57

ווער ס'קען זאל ביטע פאוסטן די דרשה פון רבינו הק' ווי ער האט געזאגט אז ער וועט נישט שולדיג בלייבן ווער עס וועט העלפן זיינע מוסדות און ח"ו פארקערט............. איך בין נישט מקנא ווער ס'האט געהאט א חלק אין פרובירן צוברעכן דעם הייליגן רבין'ס מוסדות וואס ער האט געהאט די זכי' אויפצושטעלן מיט זיין בלוט און שווייס! און אנגעווערטשאפט אזא חילול שם שמים מיטן רופן די מוסדות אין קאורט ה"י!!! אית דין ואית דיין

תוקן על ידי א_לעמעלע ב- 23/07/2010 05:01:48

מאןדפליג » 23/7/2010 16:16

איך זעה אז יעדער אשכול מוז אנקומען צום סוף צו קאורט,דין תורה,בג"ץ אד"ג