קיינער האט נישט געזאגט אז ס'איז געווען עפעס ראנג מיט די ווייץ זייט יציאת מצרים און אזוי ווייטער...
אזוי ווי עטס זאגטס דא וועגן די מילך, אזוי גענוי איז מיט די פלייש, ווייץ, חתונה תקנות, אד"ג
ס'איז געווען פראבלעמען, האבן זיך ערליכע סאטמארע אידן צאמגענומען און פראבירן מתקן צו זיין, און דער אייבישטער העלפט ב"ה אז מ'האט סייעתא דשמיא, אז עטס ווילטס אויך אויפטוען, געזונטערהייט! ווער לאזט ענק נישט...????
אבער צו גיין שרייען אז וויבאלד ענקער ארכי שונא סאטמארער רבי שליט''א האט דאס איינגעפירט איז עס א פראבלעם איז פלעין קנאה און שנאה!!!
צו גיין שרייען סאטמארער רבי איז חדש ווען ענק אליינס זאגען אז די רבי בעל דברי יואל האט שוין געמאכט תקנות איז היפאסקריטווע....!!!!
צו גיין שרייען אז ווייל סאטמארע רבי שליט"א האט געזאגט אז ער גייט מיטלערנען מיטן עולם איז די גאנצע שיעור פאליטיק איז פלעין קנאה און נאן סענס......!!!!!
וואס איז דיין פראבלעם? אז טויזענטער אידן איבער די וועלט לערנען מיט די שיעור יסודי התורה? אדער אז צענדליגע טויזענטער אידן זענען מדקדק היינט צוטאגס מער אין כשרות? א דאנק די 'גלאט כשר'ע 'פארבעסערטע' שחיטה המהודרת??? זאג וואס באדערט דיר....
אגב, קענסט מיר אפשר זאגן וואס איז געווען ראנג מיט די מילך עד היום הזה.....????? איז אמאל געווען א פראבלעם מיט די מילך וואס די רבי ז"ל דער דברי יואל האט אריינגעלייגט כוחות און כשרות און זיכער געמאכט אידן אין אמעריקע זאלן טרינקן כשר'ע מילך???? נישט אז איך האב א פראבלעם אז עטס פראבירטס מדקדק צו זיין! אדרבה איך בין זייער העפי צו הערן! קנאת סופרים תרבה חכמה!... איך וויל נאר וויסן צו דעם געדאנק וואס עטס פראבירטס ארויפצושמירן אויף סאטמארע רבי אז ער מיינט פאליטיק, קומט פון זיך פילן געטראפן אדער היינא טעמה דגרעיפ זדשוס... והיינא טעמה דמילך....
תוקן על ידי א_לעמעלע ב- 22/07/2010 06:06:37