היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברעיקינג: די תורה געוואנט ווידעראמאל!

ברעיקינג: די תורה געוואנט ווידעראמאל!

59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2810708
בלאט: 1 2

קהל_יטב_לב » 20/7/2010 05:43

אין א היינטיגע פסק גיט די אראנדש קאונטי קאורט ארויס א פסק אז די גאנצע סאטמארער קעיס באלאנגאט אויסשליסליך ביי דין תורה פון זבל"א!




[בילד – נישט אפגעהיט]

קהל_יטב_לב » 20/7/2010 05:48

[בילד – נישט אפגעהיט]


קהל_יטב_לב » 20/7/2010 05:52

[בילד – נישט אפגעהיט]

קהל_יטב_לב » 20/7/2010 05:54

[בילד – נישט אפגעהיט]

קהל_יטב_לב » 20/7/2010 05:55

[בילד – נישט אפגעהיט]

א_לעמעלע » 20/7/2010 06:56

העברת את פי ה' והוא 'לא תצלח'!!!!!!! התורה הקדושה נצח!!!!!!!!!! רבותינו הקדושים מ'סאטמאר נצח!!!!!!!!! אשרינו מה טוב חלקינו שזכינו לכך שעלתה בימינו!!!! אגב איינער שרייבט מיר אין אימעיל: Fwd: Tisha Buv for the Zalis - The Judge said they must go to Din Torah ! Niderlaga for the Payroll Pirem Bes Din !

אדמיראל » 20/7/2010 18:17

אומגלויבליך,

די אהרונים זענען פרייליך אז דער ריכטער האט געהייסן אז מען מוז גיין צו דין תורה
ביי די זאלונים איז תשעה באב ווייל דער ריכטער האט געהייסן אז מען מוז גיין צו דין תורה

קען מיר איינער מסביר זיין וואס דא גייט פאר?

בכורשוטה » 20/7/2010 19:05

איבער וואס רעדט זיך דא? וומ"ס?

דעקלעראציע » 20/7/2010 20:31

דער ריכטער לאכט זיך אויס פון הגרי"י פישער פין ארץ ישראל וואס האט באקומען בעקיטשעס פין לעזער קענסטבוים, אין פין הגריח"מ פריעדמאן וואס אינטער געשמירט פין אביגדור יאקאבוויטש
איבער וועלכען בית דין מעג אריין רעדן אין סאטמאר תהליכות 

קוקט אויס דער ריכטער האט א בעסערן שמעק ווי זיי, אין וואספארע חילול השם איום ונורא די ביידע דיינים האבן אנגעמאכט אין די וועלט.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 20/07/2010 20:38:14

א_לעמעלע » 20/7/2010 23:19

עזעקטלי! הוא מוסיב והוא מפרק... דאס איז וואס ס'גייט פאר! די ארונים זענען פרייליך נאכאמאל פארוואס...... ווייל..... נו זאג?! ווייל פיינעלי האט די תורה הק' געוואונען און מ'גייט דן זיין דאס ענין וואס האט אנגעווערטשאפט א שרעקליכע חילול שם שמים מסוף העולם ועד סופו פאר די לעצטע 10 יאר ר"ל!!!! און יא... די זאליס פראווענען ליידער תשעה באב ווייל דאס איז וואס זיי האבן פראבירט אפצוהאלטן פון געשען פאר יעדן פרייז אין די לעצטע צען יאר!!!!
אדמיראל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אומגלויבליך,

די אהרונים זענען פרייליך אז דער ריכטער האט געהייסן אז מען מוז גיין צו דין תורה
ביי די זאלונים איז תשעה באב ווייל דער ריכטער האט געהייסן אז מען מוז גיין צו דין תורה

קען מיר איינער מסביר זיין וואס דא גייט פאר?

_________________

kootointy » 21/7/2010 00:34

ולשמחה מה זו עושה?
ווי ווייט איך פארשטיי פונעם פסק, איז דער נידון נאר אויפן ביה"ח און אויב די מסרבים ציען זיך ארויס פונעם גאנצן עסק, קען זיי די געריכט נישט צווינגן צו דין תורה..

קען אימיצער לאגיש מסביר זיין וואס דער פסק בינדט זיי?

 

לעקסינגטאן » 21/7/2010 00:55

די בית חיים קעיס איז ווער ס'איז יטב לב אין צי מען האט עס געמעגט איבער שרייבן
דארף די דין תורה דן זיין ווער קהל יטב לב איז.

א_לעמעלע » 21/7/2010 01:42

אט אזוי ווי לעקסינגטאן שרייבט, די גאנצע סיבה פארוואס זי ווארפט עס ארויס איז ווייל ס'איז נאן-זדשאסטעבעל! און ס'איז א רעלידזשעס אישו די בית החיים אליינס איז נישט קיין רעליזדשעס אישו, ס'איז א פראפערטי פייט אויף וואס מ'קריגט זיך, און די שאלה איז וועגן טרענספערן די דיעד, ממילא וואלט עס יא געווען זדשאסטעבעל, נאר אזוי ווי מ'מוז צוקומען צו די אלטע אנדיסיידעט אישו פון ווער עס איז קהל יטב לב, כדי צו זען צו מ'האט יא געמעגט איבערשרייבן צו נישט, און דאס איז שוין יא רעלעזדשעס ממילא קען זי נישט פסקענ'ן!

תוקן על ידי א_לעמעלע ב- 21/07/2010 01:45:35

היראים » 21/7/2010 20:07

ליידער ליידער
שוין די צווייטע מאל וואס דער ריכטער ''צו וועם די זאלי'ס האבען זיך געוואנדען שלא ברשות בי''ד'' דארף זיין דער וואס הייסט גיין צו די''ת, די חילול השם איז אין לשער
נאכגעבנדיג א אפידעיוועט וואס די ארונים - וועלכע זענען דא די נתבעים האבען אריינגעבן אז די קארט זאל עס שיקען צו די''ת

קמץ_בארד » 21/7/2010 20:29

ס'טוט זיך א גרויס געטיעכטס בין לומדי הפוליטיק, צו דער פסק איז מחייב די זאליס צו דן זיין דער "גאנצער" סיכסוך ביים בי"ד, אדער בלויז דער ביה"ח, ס'דא סברות לכאן ולכאן, מ'קען זאגן אז היות דער תביעה איז דאך למעשה געווען נאר איבער די ביה"ח איז דער פסק אויך נאר מחייב דער ביה"ח, ווידער איז דא א סברה אז היות דער עצם פסק פונעם דשאדש דערמאנט ער נישט קיין מילא אחת פון די ביה"ח, אדרבא ער זאגט קלאר ברחל בתך אז דער יסוד הדיון איז "ווער איז דער לעגיטימער בעה"ב פון קהל יטב לב" ממילא אטאמטיש מוז מען דאס דן זיין.

אויב מ'זאל מיר זאגן אז ס'נאר מחייב די ביה"ח, זאגן די פלאטעזירערס, פאנטאזירערס, (ווי זוי מ'זאל עס רופן) קענען די זאליס פשוט אויפגעבן די ביה"ח און זיך ווייטער אנהאלטן זייער בעלות אויף אלעס אין וומ"ב, ווייל למעשה האבן זיי שוין ממילא אויפגעגעבן אויפן ביה"ח, מיטן אריינשפרינגן און די פאללאקס פראיעקט.

אלנספאל, שטעלט עס די זאליס אין א ענגער פאזיציע, ווייל ווי עס קוקט אויס מהיום והלאה אויב זאל זיך מאכן סיי וועלכער נאך א קעיס וואס האט נאר א שייכות צו די גרויסער סיכסוך, צו זאל זיין די ראסס שול, צו עפעס אנדערש, קוקט אויס אז דער קארט גייט עס נאר שיקן צו די"ת, אזוי זאגן זיי די מבינים,

FiveBoro » 21/7/2010 20:53

פון מיינע קראנטע מקורות (ערנסט גערעדט) הער איך קלאר אז דער פסק וועט עווענטועל "צווינגען" די זאליס צו גיין צו דין תורה "אויפן גאנצן סכסוך" איבערן בעלות אויף קהל יטב לב, מיט גוטן צו מיט בייזן.

ימים ידברו.

דיןתורה » 21/7/2010 21:05

ענדליך וועט זיך האפענטליך די גאנצע חילול ש''ש פין סירוב לדין אין ערכעות אויפהערן

וויאזוי עס זאל נישט זיין גייט עס זיין שייך פאר אלעס
אויב ביזטו דן ביי א בי''ד ''ווער איז קהל יטב לב'' קענסטו נישט נאכדעם שרייען אז די דיון איז נאר געווען אויף די ביה''ח, ממ''נ אויב איז ער קיט''ל איז ער קיט''ל איבעראל אין אז נישט איז ער אין ערגעץ נישט
כנלענ''ד

בפרט דא ווען די ריכטער זאגט גייט צום בי''ד צו זעהן ווער איז קהל יט''ל כדי איך זאל קענען זעהן אויב די דיעד איז גיט
אין  מ'גייט זיך מתדיין זיין ביים בי''ד זיין ווער איז קהל יט''ל נישט אויב די דיעד איז גיט - דאס אויב די דיעד איז גיט וועט שוין די ריכטער נאכדעם זאגען (עס וועט שוין נישט אויספעלן)

גערעכטער1 » 21/7/2010 21:19

נעכטין זאגט מיר א קהל'ס מאן דא אין קרית יואל אז לויט ווי ער הערט גייט גרויס קהל שיקן א לויערס לעטער צו ר' זלמן לייב אז אזוי ווי ער האט געוואוינט ביי זיין מאמע ע''ה אין קהל'ס בנין אויף ראס סטריט און אזויווי זיי מאמע איז נפטר געווארן זאל ער זיך ארויס צוען, וועט זיך אנהייבן א סכסוך דו ביסט נישט בעל הבית, דו ביסט נישט קהל, און מן הסתם וועט דאס אנקומען אין געריכט דאן איז דא א גיטער טשענס אז מען זאל עם צווינגען צו גיין צו דין תורה ווער עס איז קהל יטב לב, האט איינער געהערט פון דעם? אדער איז דאס סתם באבקעס.

קמץ_בארד » 21/7/2010 21:36

סתם שטותים, פארוואס אזוי עקסטרעם, פארוואס קען מען נישט סתם אזוי שיקן א לויערס לעטער צו די זאלי קהל, אז היות די סטאטוס פון ווער איז קהל איז נאך עד היום נישט געשליכטעט, וואס דאס מאכט אונז מעגליכע אומגעהויערע שאדנס אין וומ"ב, און היות סדא א קארט פסק וואס האלט אז זיי האבן זיך מחייב געווען צו ארביטרעשן "ווער איז קהל", זאלן זיי תיכף קומן צו די"ת, דאס איז זייער א שכל'דיגער פארלאנג.

א_לעמעלע » 21/7/2010 22:51

גערעכטער 
פארוואס זאל עס נישט ארבייטן אזוי ווי אין בארא פארק??????
אין בארא פארק האט מען אמאל געשיקט א בריוו צו ר זלמן????????????
און דעס האט מען דאך שוין געקענט טוען ביז היינט, פארוואס האט עס קהל קיינמאל נישט געטוען?????? ס'וואלט געווען נאך א מיטל צו שלעפן צו דין תורה


תוקן על ידי א_לעמעלע ב- 21/07/2010 22:57:29

מישמאש » 22/7/2010 04:56

עס איז כדאי אנצומערקן, אז די זאליס שטאלצירן מיט דעם ערכי מייסטער טעראריסט משה בן פראדל שר''י, אז ער קען אלעס אויף דער וועלט דירוך פירן, אפי' זאכן וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל, און ער וועט ווייזן, און ער וועט טאן, ער וועט אנלערנען, וכו' וכו'

 ביזדערווייל האט ער נאך פאר די זאליבאנצעס גארנישט דערליווערט,

געוויזן דעם לאנגען פינגער א הער און אהין, געסטראשעט, און געשאלטען, וזה הא!

קרית יואל, זענען די ארוינים און פולען קאנטראל, אויף די קהלה, שטעטל, און די מוסדות התורה,

בארא פארק זענען די ארוינים און פולן קאנטראל אויף די קהלה, און אוןיף די מוסדות, און דער אלגעמיינער זאלי, האט נישט וואו אראפ צו לייגען דעם זיצער, לרוב צערם,

בני ברק זענען די ארוינים און פילע קאנראל אויף די קהלה און די מוסדות הק' ,און אויפן שטעטל,  

לאנדאן זענען די ארוינים און פולע קאנטראל אויף די קהלה, בית החיים, ת''ת, און מיידל שולע, כולל אברכים, אד''ג

וויליאמסבורג האבן די ארוינים געווינען די מענטשען און די זאליס האבן כיטריש באוויזען צו פארכאפן צייטווייליג  די מענעזשמענט פון די בנינים, אבער זיי האבן נישט נישט קיין שום בעלות, אויף קיין שום בנין און וויליאמסבורג ,זיי קענן זיך יעדע ליאדע מינט'קעלע זען אן א דאך איבערן קאפ,

מאנסי לאזט נישט דער שיינער ר' חיים יושע זאל לעבן, די זאליס הייבן קעפ, ער פארלאנגט אלעס, און אלעס, נאר פאר זעך, און פאר זעך, און נאכאמאל פאר זעך,

די איינציגסטע פלאטץ און די וועלט, וואו די זאליבאנער האבן פארכאפט די בנינים און  כמעט העלפט פון די מענטשען איז און ירושלים עה''ק,

אח און וויי פאר אזא ניצחון

בור כרה ויחפריהו

די זאליבאנצעס בראש פונעם קרח, שלום דייטש, מיט ריעו כאח לו, הבנש''ק יענקל בערל, האבן אויס געארביייט דעם מהלך, אז דער קארט זאל זיך נישט מישן אונעם גאנצען סיכסוך, עס איז א רעליגיעזע זאך, און דאס באלאנגט נאר פארן רבי'ן,

און די זאליס האבן זיך געפרייט, און געטאנצען חסדי השם, און אויף געהאנגען ריזיגע פלאקאטען מיט פייערליכע לאזינגען, אויף דעם גרויסן ניצחון וואס זיי האבן געהאט, עס איז געווען ישמחו,  

ביזדערווייל?

האט זיי דער ''ניצחון'' נאר באגראבן, זיי האבן פארלוירן  דעם בית החיים, זיי האבן פארלוירן בארא פארק, נאר צילוב דעם דאזיגען ניצחון,

נא? מיט אזעלעכע ניצחונות ווער וויל נאך פארלירן!

א_לעמעלע » 22/7/2010 06:24

גוט ארויסגעברענגט! זיס ווי צוקער.... ס'נאר אינטערעסאנט אז מ'הערט נישט פון די זוילי לאגער קיין מוק איבער דעם פסק! איך האף נאר אז זיי האבן זיך שוין אויפגעשטעלט פון תשעה באב... נאך מער אינטערעסאנט אז ס'איז דאס ערשטע מאל אין די לעצטע 10 יאר וואס זיי האבן נישט געווינען... קיינער שרייט נישט דארט געווינען... אבער קיין מוק! איך הער אז זינט זיי זענען געכאפט דעווארן אין סארפרייס ביים בית החיים, און געוואויר געווארן אז אלעס איז געבליבן ביים אלטן, זענען זיי צופליקט אויף שטיקער! זיי קענען זיך נישט צאמקלויבן איבער איין מיינונג... אמאל פלעגן זיי נאך אלע צוזאמען שרייען אין באבענ'ס באבען אריין געוואונען.... געוואונען.... אבער יעצט אז איינער פראבירט נאר א ווארט צו זאגן אדער פראבירט נאר א שטיקל חיזוק געבן כאפט ער אחת דתו! וואו האט נאר יענקעלע גליק געזאגט פארן מזרח טיש אין ראדני סטריט????.... פריינט לעבן, אזוי קוקט מען אויס ווען א פילאט אן א לייסענס נעמט איבער דעם ערעפלאן מיט געוואלד....

belony » 22/7/2010 10:28

קליפ » 22/7/2010 16:16

קמץ_בארד » 22/7/2010 19:43

YESWECAN, האט מיר דאס געבעטן צו ארויפלייגן:

די בית החיים קעיס


איך האב נישט קיין רשות כתיבה איך בעט דיך לייג עס ארויף ווייל אינזער גאנצער עולם איז צימישט
=======================================================================
לאָז מיר קלאָר מאכען קלאר דעם ענין! דעם פסק שטינקט פון אובען ביז אראפ נוסח ראזענוואסער.. די ארונים זענען געגאנגען אין קארט אן א רשות ביד דין אין זיי האבען פארלארען אין אלע געריכטען פין די אפאלט קארט אין ברוקלין ביז די העכסטע געריכט אין אלבני.. אלע האבען  קלאר געזאגט אז בערל פרידמאן צד ר' אהרן קען גארנישט אנרירען פין די נכסי סאטמאר וויבאלד זיין גאנצע פרעזידענטשאפט ליגט אין א ספק איז ער געגאנגען אין זיך אויסגעפיפען אויף די קארט אין ער האט יא איבער געשריבע די בית החיים וואס איז קלאר געווען א קעגען די פסק פין אלע געריכטען.. קימען די זאליס זיך בעטען צי אינפארסען די קארטס פסק קימט א ריכטער אין אראדנש קאנטי אין זאגט גייט צי דין תורה... יא דא דארף לאכען.. יא קענסט טענהענען אז מען דארף גיין צי דין תורה פאר די גייסט אין קארט! די קענסט אבער נישט טענהענען דין תורה נאכען פארלירען אין קארט דעס קענסטי טענענען נאר אויף הייד פארק אדער ביי ראזענוואסער... סאיז פינקט אזוי די וועסט האבען א פייט מיט איינעם פין דיינע שכנים וועגן א הויז אין די גייסט געוויינען אין קארט אין א טאג נאכדעם וועט יענער וואס האט פארלארען גאנבענען די הויז וועט די ריכטער זאגען איי עמ סארי גייט צי דין תורה?... אזא פנים האט די גאנצע פסק
מיר גייען ווייטער ביז אלבני אי''ה צירוק לייגען די גנבה
אין א פרייליכען זימער

נאדיר די פסק פין די אפאלט געריכט פין 2006 ווי עס שטייט קלאר אז בערעלע האט נישט קיין רעכט צי צירירען צי די בית החיים! אדאנק!

There is presently an ongoing struggle for succession to the overall leadership of the [*3]Satmar community. The meeting of trustees at which the transfer was approved and the alleged expulsion from membership in the Brooklyn Congregation of the person who executed the deed were early events in the course of that struggle. They form centerpieces of the civil actions between the competing factions and, as we have held in Congregation I (supra), the resolution of the issues that cloud the validity of the meeting and the alleged expulsion involve ecclesiastical questions that the courts are not competent to answer


קמץ_בארד » 22/7/2010 19:46

מ'קען יא פארלאנגען דין תורה נאך א קארט, אויב מיר האבן דורכאויס די גאנצע קארט פראצעדור, זיך געבעטן צו ענק טויזנט מאל ווי גזלנים צו קומען צו א בי"ד מרוצה אזוי ווי אין בארא פארק.

גערעכטער1 » 22/7/2010 20:39

סא באנדע שקצים, אנגעהויבן ביי בערל פריעדמאן און געענדיגט ביי די ריכטערס, די שקצים אמבראזיא, דעמערעסט, אוענס, און אפיליערי, זיי מאכן צו שפאט דעם פסק פון די לישקע פריעדמאן, פיליפ, און וויינבערגער, און פון באראש מיט דעם אפעלעט און דעם קארט אויף אפיל אין אלבאני, יעדער שרייט אז די זאליס זענען גערעכט, און די היינטיגע דזשאדזשאס לאכן זיך אויס דערפון, און די גרעסטע צרה איז אין פוצה פה ומצפצף, דרך רשעים צלחה, זיי גייט אזוי גיט אז אפילו דער אפעלעט קארט וואס די מחוצפים לייגן זיי צו שפאט געבן זיי נאך גערעכט, איך האלט אז מען דארף פארן קיין וואשינגטאן פאר נאך א פראטעסט. 

א_לעמעלע » 22/7/2010 21:18

יעס ווי קען3, האט מיר געשיקט די זעלבע זאך אין אישי, האב איך אים גענטפערט, שרייבט ער מיר צוריק: זאג נאר, די מיינסט אז די פסק פון דין תורה גייט אנהאלטן לענגער ווי פון אסתר תענית ביז פורים?..... ______________________________________ איך האב נישט ווערטער אויף ענק! עטץ פארשעמטס די ווערטער: ספינער, ליגנער... היפאקריט איז א טיטול....! 10 יאר וואס די זאליס שרייען יעלות! אז די ארונים זענען די וועלכע ווילן נישט גיין צו דין תורה.... און אויפאמאל????....... טראך.....! דער זדשאזדש האט ענק מסדר געווען אזוי אז עטץ זאלטס איינמאכן! שרייטס כאטש דעם ליגענט ווי אין בארא פארק... אז די זדשאזדש האט געצווינגן די ארונים..... ניין! מ'הייבט אן סטראשענען.... וואס איז געשען? ס'נישט דא מער קיין ווארט זאגער?.... עטץ גלייבטס מער נישט ענקער באליבן שאול מציבה-שטיין וועלכע האט ענק געראטעוועט אין צייט פון נויט און מנדב געווען זיין אייגענעם זון פאר א סטארטער אין פאלאקס???.... אגב, יעס ווי קען3, די מיינסט אז די קאורט איז א חדר?... זיי מיר מסביר וואס דאס מיינט אז די פסק גייט אנהאלטן פון אסתר תענית ביז פורים.... איך האב נאך אזא אויסדריק נישט געהערט אין מיין לעבן.... פארוואס למשל האט די פסק אין ב"פ נישט אנגעהאלטן פון אסתר תענית ביז פורים?......

וואלןסח » 22/7/2010 21:45

עי יו, ווי לויפסטו דארט, ווארט א מינוט, איך האב א קשיא, ביטע ענטפער מיר, יא יא טאקע דיר מיין איך

 

ביי די פאריגע פסק האט "קיינער" דו הערסט נאכאמאל "קיינער" נישט געווינען און נישט פארלוירן, געווינען האט מען ווינטער תש"ס, ווען עטץ האט געגנבעט האט עטץ געווינען און מיר פארלוירן, ביים פאריגן פסק האט עטץ אפשר פארלוירן ווייל עטץ קענטס נישט אויפקעשן די בנינים, און מיר געווינען אז מיר האבן געלייגט א שטריק ארום ענקער האלז, הצלה פורתא.

האסט שוין אמאל געהערט אין די וועלט איינער געווינט א קאורט, און דערנאך זאגט דער ריכטער גיי צו דין תורה?, איך נישט!

נאר וואס דען, מען האלט אינמיטן, מען איז אנגעקומען צו א וואנט וואס דער ריכטער וויל נישט רירן, זאגט דער ריכטער הער מיר אויס, אז דו ווילסט קענסטו שטיין ביים וואנט און דיר האקן דעם קאפ, איך זאג דיר אבער, גיי ארויס פון דעם דעד ענד און מאך א רעכטס, דארט אויף די רעכטע זייט האסטו א וועג ארויס, גיי צו דין תורה.

נו וואס איז יעצט, עטץ ווילסט באמת דין תורה, סאו וואס שרייסטו מיט אלבאני?

sybarit » 22/7/2010 22:34

איך בין נישט אינטערעסירט דא אריינצוגיין און וויכוחים ווער עס איז געגאנגען און קאורט, און ווער האט אזוי שטארק געוואלט גיין צו די"ת, נאר לאמיר גיין אז די גאנצע סאטמארע סכסוך גייט צו די"ת, מיינט עטס טאקע אז בי"ד וועט קומען יעצט און וויליאמסבורג און אלעס געבן פאר מהר"א,

לאמיר ענק מסביר זיין היינט צוטאגס איז מהרז"ל א פאקט, ער איז א מציאות וואס גייט אן, ער הט א חסידות פון טויזענעטער אנהענגער (לויט ענק שונאי מהר"א, אבער ס'איז נישט קיין נפק"מ) ער האט א ישיבה גדולה פון קרוב צו טויזנט בחורים, (אגב ווען הרב לאנדא פון ב"ב איז אריינגעקומען און ישיהב און מחנה דברי יואל, האט ער נישט געקענט צוזיך קומען פונעם ערהאבן בילד, מיינענדיגע אז מהרז"ל האט קוים מנין) עכ"פ נאכמאל מהרז"ל איז א פאקט,

און ווייטיר ווען די גייסט יעצט צו די"ת וועט די די"ת איין זאך פסק'נען יחלוקו, נישט נאר וויליאמסבורג, נאר אויף ב"פ און אויך קרית יואל, אא"וו, אלע אלע נכסים וואס טוט געהערן צו סאטמאר דארף מען צוטיילן, און דאס איז וואס די אנשי מהרז"ל האט גערן מסכים געווען גלייך פון אנהייב, נאר זיי האבן געוואלט אייביג אז קרית יואל זאל אויך אריינגיין און דעם, און היינט ווען מהרז"ל איז א פאקט וועלט בי"ד פונקט אזוי צוטיילן וויליאמסבורג, ווי זיי וועלן צוטיילן קרית יואל,

קמץ_בארד » 22/7/2010 22:46

נישטא אזא מין מושג, ווייל איך רוף דיך צו די"ת אין וומ"ב מעג איך דיך "אל לא דבר" רופן פאר קרית יואל, מ'מוז האבן עפעס א טענה אדער תביעה, ווער האט ציגענומען פון ענק קרית יואל? ווען האט דאס פאסירט, און ווער לאזט ענק נישט רופן אברהם ווידער און מאיר הירש צו די"ת? די זעלבע מיט בארא פארק,

אויב מ'זאל מיר טאקע אנעמען אז על לא דבר מעג מען צוריק תובע זיין, זאל מען אויך דן זיין מאנסי, זאל דארט אויך זיין א יחלוקו, אן קיין שום תביעה וטענה,

יענקעלע11 » 22/7/2010 22:48

נו אויב אזוי, וואס איז דער פראבלעם? לעטס גא טו דין תורה!
וואס דרייט איר ארום?, לאמיר גיין צו דין תורה און וואס דער בית דין 
וועט פסקענען וועלן מיר אלע אננעמען, וויליאמסבורג, בארא פארק,
קרוינהייטס, קרית יואל, מאנסי, ווייט לעיק, סוואן לעיק, מאנטיסעלא, 
וואדבערין, לאנדאן, בני ברק, אנטווערפאן, אוסטראליע, ירושלים, 
און ווי נישט?, וואס די רבנים וועלן פסקענען וועלן מיר אלע אנעמען,
מסכים? מיר זענען מסכים, האו אבאוט יו? 

קמץ_בארד » 22/7/2010 23:01

יענקעלע11 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נו אויב אזוי, וואס איז דער פראבלעם? לעטס גא טו דין תורה!
וואס דרייט איר ארום?, לאמיר גיין צו דין תורה און וואס דער בית דין 
וועט פסקענען וועלן מיר אלע אננעמען, וויליאמסבורג, בארא פארק,
קרוינהייטס, קרית יואל, מאנסי, ווייט לעיק, סוואן לעיק, מאנטיסעלא, 
וואדבערין, לאנדאן, בני ברק, אנטווערפאן, אוסטראליע, ירושלים, 
און ווי נישט?, וואס די רבנים וועלן פסקענען וועלן מיר אלע אנעמען,
מסכים? מיר זענען מסכים, האו אבאוט יו? 


גוד פוינט, און מיט דעם דארף מען זיך האלטן

די זאליס צימישן דעם עולם, אז מ'קען פשוט דיזי ווערן פון זיי,

ווען אימער מ'רעט פון דין תורה קומען זיי אלס מיט קעלבערנע טענות אז זיי ווילן אויך דאס זיי ווילן אויך יענס, מזאל אויך דן זיין קרית יואל מ'זאל אויך דן זיין בארא פארק, ר' אהרן זאל אויך אונטערשרייבן, מ'זאל רעדן פון רבנות, מ'זאל נישט רעדן פון ברך משה, אביסל טינט פון דעם אביסל טינט פון יענעם, מ'זאל דעס מיט יענס, מיט זרח און מעכיל, מ'ווערט אזוי צימישט פון זיי אז מ'פארגעסט אינגאנצן אז עט די ענד אוו די דעי, הייבן זיין אן מיטאמאל צו וועלן גיין צי די"ת וועגן זייער פארשימלטע תהליכי הקהלה המצאה,

העלד » 22/7/2010 23:05

עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן וויאזוי די אהרונים האבן יארן געלעבט מיט א דומיון אז ר' אהרן איז א בן יחיד
און ער גייט זיין דער סאטמארער רבי בכל אתר ואתר און וויאזוי עס האט זיך נעבעך אויסגעלאזט.

וויליאמסבורג די קרוין און די שפיגעלע פון סאטמאר האבן די זאליס פארכאפט מיט אלע קהלישע בנינים
אלע בתי מדרשים און מוסדות התורה כוללים חדרים סקולס וואס האט נישט קיין גלייכן אין די גאנצע וועלט.

בארא פארק ווי ר' אהרן האט יעצט די מאכט זיצט מען ביי דין תורה און איינער ווייסט וויאזוי דאס וועט זיך אויסלאזן

ירושלים א גאר סימבאלישע פארט פון סאטמאר א הערליכע קהלה האבן די זאלוינים אינגאנצן פארכאפט
ווי ר' אהרן דנן קומט מיטאמאל אויף אין חלום צו פארווירקליכן דארט זיין אלטן חלום

לאנדאן זענען די זאליס און פולע קאנטראל אויף די קהלה, בית החיים, ת''ת, און מיידל שולע, כולל אברכים, אד''ג

מאנסי א הערליכע שטאטישע שוהל מיט שיינע גרויסע מוסדות מיט א גאר געלונגענעם רב א שטאלץ פאר איעדן סאטמארן חסיד, ר' אהרן האט דארט אויך נישט קיין דריסת הרגל.

מאנטריאל די סאטמארער קהלה בית המדרש מיידל סקול כולל קאנטרי האט ר' אהרן דארט זילטש.

בני ברק האבן די ארוינים געווינען רוב מענטשען און די זאליס האבן כיטריש באוויזען צו פארכאפן צייטווייליג  די בעלות פון די בנינים, און די אהרונים האבן נישט נישט קיין שום בעלות, אויף קיין שום בנין אין בני ברק ,זיי קענן זיך יעדע ליאדע מינט'קעלע זען אן א דאך איבערן קאפ, ר' אהרן ווען ער רעדט פון דעם נושא איז ער זייער נעבעך אנגעווייטאגט ווי מען האט איהם פיין צוגעפיקסט מיט זיין בני ברק נעבעך

די איינציגסטע פלאטץ און די וועלט, וואו די אהרונים האבן פארכאפט די בנינים און  כמעט העלפט פון די מענטשען איז און קרית יואל אבער ער האט שוין אויך נישט קאנטראל אויפן גאנצן שטעטל ווי פארצייטנס עס לערנען שוין דארט טויזענטער יא טויזענטער קינדערלעך אין אנדערע מוסדות התורה אויף וואס ר' אהרן האט נישט קיין שום קאנטראל.

מי יגלה עפר מעיניך ראחובער רב קוק וואס איז געשעהן מיט דיין הייליגע צוואה.

טאטלע » 22/7/2010 23:09

SYBARIT

אויב ענק האבן אייביג נאר געוואלט מזאל זיך ציטיילן
אין לויט דיר וועט ב"ד עניוועי אזוי פסקענען
פארוואס זענט עטץ קיינמאל נישט געקימען צי ד"ת מיטען תריץ "תהליכי הקהלה" 

אמער ב"ד גייט דאך עניוועי פסקענען לטובת ענק דאס הייסט ציטיילן,
אין נישט נאר וומ"ס נאר אפילו ק"י בארא פארק מאנסי אויכעט
 וואס דאס ווילען דאך ענק אגאנצן צייט
קימט דאך אויס אז די ביסט אין אסאך א בעסערע פאזיציע ווי מיר 
סא געגאנגען וואס ווארט עטץ 

אפשר זענט עטץ נאך נישט געניג א געשענע פאקט ?


סיבאריט סגארנישט אזוי קיקט מען אויס ווען מגעווינט


תוקן על ידי טאטלע ב- 22/07/2010 23:31:26

גערעכטער1 » 22/7/2010 23:22

נעבעך!!! די זאליס וואס האבן כסדר געוויסט וואס דער קארט גייט פסקענען, ווארט ביז יוני דעם זיבעטן! נאוועמבער 13 גייט איר פארלירן דעם בית החיים וכו', און אזוי ווי זיי האבן אנגעהויבן צו כאפן פראסקעס פון די ריכטער, און מען האט זיי געשטעלט אין פלאץ, טוישט זיך דער ניגון, זיי ווייסן שוין פונקטליך וואס דער בית דין "גייט" פסקענען, זיי האבן שוין האלב קרית יואל און האלב בארא פארק, ויחלום שנית... נעבעך נעבעך...

היראים » 22/7/2010 23:37

[עס איז אינטרעסאנט אנצומערקן וויאזוי די אהרונים האבן יארן געלעבט מיט א דומיון אז ר' אהרן איז א בן יחיד
און ער גייט זיין דער סאטמארער רבי בכל אתר ואתר און וויאזוי עס האט זיך נעבעך אויסגעלאזט.
עס איז שוין גארנישט קיין דמיון צו דיין גרויס ווייטוג טראץ וואס מיט די בילדינגס איז עס נישט געלונגען איבעראל אבער מיט די חסידים ב''ה א שטארקע סוקסעס
אין די א''ג דמיון איז נישט אינזער דמיון דאס איז די חלום פין רביה''ק בעל ברך משה אלע יארען
וואס ווען נישט זיין שררה הוגעריגע זון פארוועם ער האט דווקא נישט געוואלט קיינמאל געבן קיין שטעלע אין סאטמאר וואלט זיך די מחלוקה נישט געהאט מיט וועם אנצוהייבן

וויליאמסבורג די קרוין און די שפיגעלע פון סאטמאר האבן די זאליס פארכאפט מיט אלע קהלישע בנינים
אלע בתי מדרשים און מוסדות התורה כוללים חדרים סקולס וואס האט נישט קיין גלייכן אין די גאנצע וועלט.
שוטה (מן הסתם ביזטו נישט געווען ביי נילת החג)
לאמיר לייגען די נייע ביהמ''ד אין א זייט - אז מ'איז מסבר לדין ווי פורקי עול וואס האסטו פין בנינים
דער שטריק דאווענט אין א ביהמ''ד וואס ער האט גענומען בכח הזרוע אין איז נאך עד היום מסרב פין זיך שטעלן צו די''ת
סוכות מאכט ער א לישב בסוכה אין א סוכה גזולה אא''וו,
וואס פאר א פנים האבען זיינע תפילות וכו'
אבער ביז אהער, יעצט איז ב''ה געקומען דער טאג ווען די ריכטער צו וועם ער האט זיך געוואנדען ליידער, האט אים געשיקט צו די''ת..... כאפ שטארק אן דיין שפיגעלע - ווייל האפענטליך וועט ער שוין נישט קענען מאכען דארט קיין לישב בסוכה.
אגב אז די רעדסט פין נישטו זיינס גלייכען, די מוסדות הק' אין קרית יואל האבען שוין לאנג איבערגעשיגען אלע ג'גנבעט בנינים אין וומ''ס, כאפ דיך ארויס אין ק''י באטראכט די איבער 10 פרעכטיגע בנינים וואס מ'האט געבויט בלויז די לעצטע 6-7 יאר

 
בארא פארק ווי ר' אהרן האט יעצט די מאכט זיצט מען ביי דין תורה און איינער ווייסט וויאזוי דאס וועט זיך אויסלאזן
אין ווען מיר שטעלן זיך ווען נישט צו די''ת אזווי ענק אין וומ''ס....
למעשה באלאנגט עס יעצט ביי די ארונים, ווען די פרעגסט וואס עס וועט זיך אויסלאזען פרעג עס אויך אין וומ''ס

ירושלים א גאר סימבאלישע פארט פון סאטמאר א הערליכע קהלה האבן די זאלוינים אינגאנצן פארכאפט
ווי ר' אהרן דנן קומט מיטאמאל אויף אין חלום צו פארווירקליכן דארט זיין אלטן חלום
אז די זאלי'ס האבען עס מוז עס זיין א סימבאלישע פאקט
אין זאלסט בעסער נישט וויסען וואס פאר א שיין שטיקעל בכמות ובאיכות די ארונים האבען דארט אראפגעציפט

לאנדאן זענען די זאליס און פולע קאנטראל אויף די קהלה, בית החיים, ת''ת, און מיידל שולע, כולל אברכים, אד''ג
אזוי די ביהמ''ד הגדול אין לאנדאן איז... ענקער נייע מיידל שולע האלט שוין ביי וועלכע קלאס... ווי איז ענקער ביה''ח אין לאנדאן? ווי אלט איז ענקער כולל אין לאנדאן?
באקען פאקטען קען יעדער! אבער במילתא דעבידאל לגלי' דארף מען שוין זיין א זאלי'ס


מאנסי א הערליכע שטאטישע שוהל מיט שיינע גרויסע מוסדות מיט א גאר געלונגענעם רב א שטאלץ פאר איעדן סאטמארן חסיד, ר' אהרן האט דארט אויך נישט קיין דריסת הרגל.
ווייל די זאלי'ס האבען יא מער א ווארט דארט ווי די ארונים
ווען ר' אהרן וואלט נישט געהאט קיין שול אין מאנסי וואלט אים ר' חיים יושע אויך אריינגלאזט...

מאנטריאל די סאטמארער קהלה בית המדרש מיידל סקול כולל קאנטרי האט ר' אהרן דארט זילטש.
והא ראי' אז ענק קענען ניטעמאל ארויפלייגן א לוח המודעת באקס אין ביהמ''ד...
דאס אז די ארונים האבען צוגעקויפט נאך א קאנטרי אין ישיבה האבען אין ס''ה געפענט נאך א ווינקעל אין סאטמאר מאנטריאל ווי דארט איז השחתה-מחלוקת ריין אבער זיי געבן נישט אויף קיין שום בנין לע''ע
אל אפכם וחמתכם

בני ברק האבן די ארוינים געווינען רוב מענטשען און די זאליס האבן כיטריש באוויזען צו פארכאפן צייטווייליג  די בעלות פון די בנינים, און די אהרונים האבן נישט נישט קיין שום בעלות, אויף קיין שום בנין אין בני ברק ,זיי קענן זיך יעדע ליאדע מינט'קעלע זען אן א דאך איבערן קאפ, ר' אהרן ווען ער רעדט פון דעם נושא איז ער זייער נעבעך אנגעווייטאגט ווי מען האט איהם פיין צוגעפיקסט מיט זיין בני ברק נעבעך
יא! קיינער האט נישט ג'חלום'ט אז ס'וועט קומען א טאג וואס ר' זלמן לייב טייטלבוים וועט תובע זיין די מוסדות אין ציוניסטישען בג''ץ ה''י, אין זייערע א''ג דיינים וועלן אפיציעל מחפה זיין אויף די מחללי ש''ש
יא, ענק זענען אנגעקומען ערגעץ.
אבער פריי דיך דארט אויך נישט די די''ת דארט הייבט זיך אן בקרוב, ס'איז ענק טאקע געלונגען צו שלעפן ירושלמ'ער רב אפאר יאר, אבער ביז דאן.


די איינציגסטע פלאטץ און די וועלט, וואו די אהרונים האבן פארכאפט די בנינים און  כמעט העלפט פון די מענטשען איז און קרית יואל אבער ער האט שוין אויך נישט קאנטראל אויפן גאנצן שטעטל ווי פארצייטנס עס לערנען שוין דארט טויזענטער יא טויזענטער קינדערלעך אין אנדערע מוסדות התורה אויף וואס ר' אהרן האט נישט קיין שום קאנטראל.
נעבעך נאר האלב, וועגן דעם איז טאקע מענדל שווימער מעיאר
וועגן דעם איז די זאלי שול אזוי גרויס ווי א 2 דריטעל פאליש פין די גרויסע שול...
וועגן דעם לערנען יונגלעך אין האלב פין די מיידלעך אין איין בילדינג אויף לארקין ראוד (די איבריגע מיידלעך לערנען אין טרעילערס אין א געבארגטע שטח)

מי יגלה עפר מעיניך ראחובער רב קוק וואס איז געשעהן מיט דיין הייליגע צוואה
טיפיקעל זאלי'ס: דער סאטמאר מאנטשעסטער רב ''א קוק'' (ביזט לכאורה א תלמיד פין מ שטערן) פארן איבערזגאגען וואס רביה''ק האט אים געהייסן.

ווען איך בין ווען א לוזער רעדט איך ווען אויך ווי דיר.

theחדשות » 22/7/2010 23:45

איך מיין אז עס די האעכסטע צייט צו דאנקן די נייע טים וועלכע נעמט קעיר פון די קאורט קעיס און די דין תורה'ס. דאס איז ברוך מרדכי ג. פון ב"פ. און די דוד עקשטיין'ס ליגעל טעים (ווי אברהם יושע ג.)ץ

זייט זיי האבן עס איבערגענומען, האבן מיר איין זיג נאכן צווייטן ב"ה וכן ירבו. די גאנצע אידיע פון די ראסס שול איז זייערס. און איך ווייס פון גאר א קראנטע מקור, אז עס קומט נאך. עס איז נישט פארטיג דא. זיי גרייטן צו נאך א געזינטע זעץ.

היראים » 22/7/2010 23:49

דאס איז זינט רביה''ק בעל ברך משה איז ארויף בגנזי מרומים
זאל ער ווייטער זיין א גיטע מליץ יושר

וואלןסח » 22/7/2010 23:51

ווילאמסבורג די שפיגעלע פון סאטמאר?

קאן זיין

עטץ האט עס בכח הזרוע ארויסגעכאפט (די בנינים) די ווייסט וואס פאסירט מיט א שפיגעלע ווען מען הענדלט עס נישט קערפול? עס צוברעכט זיך, און דערנאך ווען ס'איז צובראכן קוק אריין דערין וואס זעסטו, שפאלטענעס פון אלע זייטן.

 

דאס איז גענוי וואס איז געווארן מיט וויליאמסבורג

וואלןסח » 22/7/2010 23:54

באקומען אין אישי

 

איך האב נישט קיין רשות כתיבה ביטע ענטפער אים

 

1) ראשית דו לעבסט אין א גרויסער טעות,  זייט וויסענד אז דער ציל פון די ארונים איז לגמרי נישט אז עטס זאלטסט נישט קענען האבן א חסידות פונקט ווי אונז, דאס וואס דו לייגסט אן אלס ארוינישע אפמאך אז איר זענט בלויז שונאי מהר"א דאס איז אינגאנצען נישט אונזער אפמאך , פונקט פארקערט מיר וואלטן זיך געפרייט ווען איר זאלט זיין נארמאלע מענטשן און לעבן פאר זיך און אויפהערן אינטערברענגען יעדן דבר טוב וואס מהר"א וויל איינפירן ביי זיינע חסידים, יא עס באדערט אונז אייער וואוקס אלס פארטיי וואס איר יסוד איז אונז צו שטערן און מחנך זיין דורות אז די אהרונים זענען א קליפה וואס עמלק איז הייליג אקעגן זיי אבער ווער פארגינט ענק נישט צו פירן א שלוםדיגע חסידות ווי פאפא (אנטשאלדיגט פארן ניצן אזא קליינע דוגמא ווייל ליידער אנצוצייגן אויף א גרעסערע חסידות איז כמעט נישט שייך וויל איבעראל איז דער בעל דבר אויך בנמצא אנצוזייען מחלוקת)

 

און זאלט איר קיינעם נישט פאפן אז אייער ציל איז צו האבן א מנהיג רוחני ווייל אויב אזוי וואו זענט איר גאנץ חודש תשרי וואו זענט איר ביידע רוחניותדיגע פארברענג וואס האט נישט דעם פיקטשער פראפאגאנדע פון די אמאליגע נעילת החג טישן

 

און דאס איז א קלארער פאקט אז ענקער פארבינדאנג אינאיינעם איז בלויז א שטעקן קעגן די סטרא אחרא לשטתכם, דעריבער פארקויף נישט קיין באלאניס אז מרעדט דא פון מהרזל'ס ישיבה און מוסדות אלס אייגענע חסידות אייגענטאם,

 

2) נאר אפי' ווען סזאל זיך האנדלען ווי אין באבוב אז סאיז פשוט צוויי חסידתן וואס איינער וויל דעם אלס מנהיג רוחני און איינער וויל דעם, איז עס א שאלה פון יחלוקו ווייל די מעמבערס האבן זיך צעטיילט, אבער דו פארשטייסט אלייין אז ווען סאטמאר קומט אריין אין באבוב איז נישטא קיין שאלה ווייל סאיז זיכער גניבה צוליב וואס ער איז קיין מעמבער קיינמאל נישט געווען (קען זיין אז באבוב איז בכלל אנדערש ווייל סאיז נישט א קהלה וואו סאטמאר נאר א חסידות, אבער לאמיר רעדן ווען יא)

 

ממילא אין סאטמאר זענען די אלע זאליס קיין מעמבערס קיינמאל נישט געווען יעדער האט געראט זיין אויסגעשפראכן ביהמ"ד וואו ער האט געפרעדיגט זיין חינוך קעגן די סאטמארער הנהגה, ממילא יעצט ווען זיי זענען ארויסגעקומען פון די מייז לעכער ווערט נישט ינעמס נכסים פון יארן אריינבויען געלט פלוצים דיינס, חוץ מזה איז אין סאטמאר דא שטאטוטן וועלכע לויטן פאר קהל ארויסצושטעלן פון די קהלה די מענטשן וואס צוברעכן די הנהגה, און אויב וועלן די זאליס נישט קענען אויפווייזן אין דין תורה

 

*אז דער רבי זאל האבן געטוישט קהל (א זאך וואס ניטאמאל אין קאורט האבן זיי געקענט אויפווייזן קלאר)

 

*און אז דער רבי זאל זיין העכער קהל אויף גשמיותדיגע אנלעגענהייטן

 

*און אז דער רבי זאל קענען טוישן א מיינונג נאך די 80 (א זאך וואס ער אליין האט גפסקט ביי ד בערגערס)

 

 *און אז די צוואה הקדושה פאר תלמידיו הנאמנים זענען פאלש

 

וועט עטס מוזן מישב זיין די גרויסע גניבה און מוזן צוריקלויפן אין אייערע לעכער!!!



תוקן על ידי וואלןסח ב- 22/07/2010 23:58:24

וואלןסח » 23/7/2010 00:32

נאך אין אישי פון זעלבן מענטש

שכוח
לייג ביטע צו
און בנוגע וואס דו זאגסט צו צעטיילן אין ק"י איז שוין אין כלל פון די גאנצע סוכסך, אבער באמת איז קרית יואל נאך פיל שטערקער צוליב וואס די גאנצע שטאט באלאנגט פאר קהל (וואו סאיז געווען מפורסם א קאפי פון אן אפליקעשאן אינעם קונטרס חומה בצורה בנוגע קידושין) ממילא זענען די מתנגדישע שוהלן אין א שאלה להלכה אפילו אויב סאיז מיט ענקער אייגענע נעמען און אייגענע בנינים,ווי עס האבן שוין גפסק'ט די פריערדיגע גדולים הגה"ק בעל מנחת יצחק גאב"ד העדה און הגה"ק הרמ"א פריינד ז"ל אלס ראב"ד און די גאנצע בד"ץ נאכן אויסהערן ביידע צדדים, אז די פרעמדע מוסדות אין ק"י זענען נגד התורה, ואין משיבין את הארי לאחר מיתה.

א_לעמעלע » 23/7/2010 02:11

יעסוויקען הער מיך צו, איך האלט מיך נישט ביים טענה'ן מיט דיר אין אישי, אז די קענסט נישט שרייבן אויפן פארום ווייל די האסט דאס אנגעפירקלט מיט דיינע געמויזעכטס, לאז צורו יעדן איינעם! איך האב דיר שוין געשריבן אין אישי, איך זע אז ס'העלפט נישט לויט ווי איך הער בין איך נישט דער איינציגסטער וואס די האסט דיך גענומען אנשרייבן מיט דיינע רויטע גראפיטי אותיות.. איך לייג דא ארויף וואס יעדער זאל אים ענטפערן ווי נאר ער שיקט א קאלארפול מעסעזדש... ווען מ'שרייבט אים דאס בלייבט ער שטיל, נאך שטילער ווי די זאליס אין קווינס פארום לגבי דעם פסק פון קאורט פון ערב ת"ב: ענטפער מיר איין זאך, זאג מיר וואס די ווילסט יעצט, איך האלט נישט ביים אריינגיין מיט דיר אין א דיסקאשען וועגן דעם סאבזדשעקט! לויט ווי ס'קוקט מיר אויס האסטו נישט קיין טראפ נאליזדש אין די גאנצע ענין, איך וויל וויסן אויף וואס ענק ווארטן יעצט, די קאורט האט געשיקט צו דין תורה, פארוואס גייט מען אפיעלן??? זענט עטץ נישט געווען די וואס האבן געוואלט גיין צו דין תורה די לעצטע 10 יאר??? אדער זענט עטץ פשוטע היפאקריטס! און אויסגערופענע מחללי שם שמים!!!! איך וויל הערן פון דיר איין זאך, וואס איז פשט אז די טוסט זיך אויף אז מ'גייט גיין אפיעלן??? ווילט עטץ קומען צו דין תורה אדער נישט???? געגאנגען, די קאורט האט געשיקט צו דין תורה כאפט אייך צו... אזוי ווי די זדשאזדש אין בארא פארק האט מסדר געווען די ארונים.... אייכם?????? וואס גייט עטץ אפיעלן???? נישט דאס האט איר ערווארטעט פון די קאורט???

colorfull1 » 23/7/2010 03:41

btw besides the point i think in monroe the aronim have chazukeh no one was moiche but the aroinim said "planye gezalne hie" the firs second

FiveBoro » 23/7/2010 17:14

FiveBoro » 23/7/2010 20:02

איך ברענג אראפ די ארטיקל פון "ככר השבת" (די פריערדיגע לינק)
צוליב די עומק השכל וואס ליגט אין די צוויי בילדער וועלכע זיי האבן אויסגעקליבן פון די רביים, ודי למבין...



שופט בית-משפט העליון לסאטמר: "לכו לבית-הדין"

השופט בבית משפט העליון בארה"ב, מר ויקטור אלפיירי, סרב להכריע במחלוקת בין שני האחים האדמו"רים מסאטמר שליט"א, על בעלות בית החיים, בתי המדרש ועל רכוש הנאמד בכחצי מיליארד דולר. א´ פישר, בא כוחו של האדמו"ר רבי אהרן: "ניצחון מובהק לאדמו"ר" (ארה"ב)

יוסי נכטיגלי"ב באב תש"ע   09:27  23.07.10הדפסה
האדמו"רים מסאטמר (יוסי פרסיה, כיכר)
האדמו"רים מסאטמר (יוסי פרסיה, כיכר)
"אין מקומה של מחלוקת על בעלות של בית קברות יהודי בבית משפט אמריקאי", כך פסק השבוע שופט בית משפט העליון, ויקטור אלפיירי.

השופט הפנה את שני הצדדים הניצים - נציגי שני האחים האדמו"רים מסאטמר שליט"א - הרבנים אהרן ויקותיאל יהודה (המכונה זלמן), לבית-הדין.

השופט קבע כי שלושת הדיינים שעסקו בעבר בנושא - הרבנים זייטנרייך, באבאד וגראוס, יטפלו ויכריעו גם במחלוקת הנוכחית.

השופט ציין שמחלוקת האחים על ירושת אביהם מסתעפת ל-23 תביעות החובקות מגוון רחב של נושאים, מנדל"ן, בחירות, ישיבות ובתי כנסת.

ההערכה היא כי המחלוקת על הרכוש מסתכמת בכ-500 מיליון דולר.

אנדרו פישר, בא כוחו של האדמו"ר רבי אהרן הסביר שהתביעה הנוכחית על בעלות בית החיים אינה על הקרקע בלבד.

בית החיים הינו מקום מנוחתו של אבי שני האדמו"רים - ה"ברך משה" מסאטמר, רבי משה טייטלבוים זצ"ל.

המחלוקת על בעלות בית החיים התעוררה לפני כשנה, כאשר אחד מחסידיו של האדמו"ר רבי יקותיאל-יהודה נפטר. משפחתו חפרה עבורו חלקת קבר בסמוך לבית החיים, למרות שבית החיים הוא בבעלותו של האדמו"ר רבי אהרן, לפי החלוקה האוטומטית שנעשתה מיד לאחר הסתלקות האב.

מאז, ניסו שורת דיינים לפתור את המחלוקת ובתקופה האחרונה, כאמור, נעשתה גם פנייה לבית-המשפט בארה"ב.

אלא שהשופט, למרות שאינו יהודי, סרב לפסוק בנושא. "מחלוקת על עניין יהודי כל-כך לא יכולה להיות מוכרעת בבית-משפט עליון", הסביר לנציגי שני הפלגים.

פישר טוען שפסק הדין של השופט הינו ניצחון לפלג החסידים של רבי אהרן.

דיןתורה » 25/7/2010 21:23

גלייבט מיר כ'האב נישט געגלייבט וואס איך זעה
איך האף אז דאס איז נישט מער ווי א נערישע שרייבער פין היידפארק
אבער ליינט אפ די תגובה
פין צד מהרזל''ס פארום

[quote]
על פי הלכה איז נישט דא קיין שום חיוב מיט דיר גיין צו דין תורה, זיי האבן גערופן אריינגעשלעפט די גאנצע סאטמארע סכסוך אין געריכט, זיי זענען געגאנגען דורך ערכאות איבערשרייבן פראפערטי'ס, על פי הלכה מיז מען נישט גיין צו דין תורה מיט די שקצים, דאס איז איין זאך על פי דין

2) לפנים משורת הדין זאל מען יא גיין מיט זיי צו דין תורה??? די תשובה אויף דעם איז אז די איינציגסטע ציל פון די ארוינים איז צו מאכן קאפ ווייטאג און איבערדרייענישן... זיי מיינען נישט קיין דין תורה, זיי שפילן זיך ארום מיט די תורה לויט ווי עס לוינט זיך זיי, ממילא איז די תשובה קלאר "
מיט אזעלכע חברה וואס זוכן נישט די דין תורה נאר דיני דערכאות און זוכן נאר צו מאכן חרבנות מיטן לבוש פון דין תורה טאר מען מיט זיי זיך נישט שטעלן צו דין תורה"

חוץ דעם האט שוין דער ראש הקהל כמה פעמים קלאר געמאכט אז די בנינים אין קרית יואל האט וויליאמסבורג געבויעט און אז מען גייט צו דין תורה איבער וויליאמסבורג דארף די זעלבע דין תורה דן זיין איבער קרית יואל אויך, ער האט שוין כמה פעמים דאס פארגעשלאגן פאר די ארוינים אבער זיי האבן דאס אלעמאל אפגעווארפן.... אויף דעם אופן ווילן זיי שוין נישט גיין צו דין תורה...
[/quote]



א מין גערעדכטס ה''י
איך מיין לויט דעם איז קיינער נישט פארזיכערט מען קען נאך יעדן טאג צונעמען אייער הויז אין ווען איך וועל שיקען א הזמנה וועט מען מיך ענטפרן די א''ד ווערטער
כאילו צד מהר''א האט נישט געשיקט קיין הזמנות פאר צד מהרז''ל נאר עפעס אריין אין קארט אין קיינמאל נישט געבעטן די קארט ביז היינט אז זיי ווילן ענדערש א דין תורה

אין וועגן קרית יואל זאגט צד מהר''א קלאר אויב איז דא א תביעה קעגן קרית יואל זענען גרייט זיך צו שטעלן צו דין תורה
עס קען זיין אז וויליאמסבורג האט געבויט קרית יואל אבער זיי טענה'ן אז וויליאמסבורג איז אויך נישט דיין'ס די ווילסט נאר נישט קומען צו דין תורה ה''י

עס גלייבט זיך שווער אין איז לכאורה א נערישע שרייבער זיי זענען פארט אידן אין ווען עס קומט שוין צו אזא פאל אז דער שופט הייסט גיין צו דין תורה וועט א יוד מזרע אברהם יצחק ויעקב נישט האבען די חוצפה צו ממשיך זיין דוקא אין ערכעות ר''ל


תוקן על ידי דיןתורה ב- 25/07/2010 21:24:03

פשווארסק » 26/7/2010 20:49

נייעס * id="doc_801813926673953" name="doc_801813926673953" height="600" width="100%" type="application/x-shockwave-flash" data="http://d1.scribdassets.com/ScribdViewer.swf" style="outline:none;" > <*

פשווארסק » 26/7/2010 20:58

תהליכי קלאפ * id="doc_543116701638745" name="doc_543116701638745" height="600" width="100%" type="application/x-shockwave-flash" data="http://d1.scribdassets.com/ScribdViewer.swf" style="outline:none;" > <*

פשווארסק » 26/7/2010 20:59

א שטאפער * id="doc_716658925923554" name="doc_716658925923554" height="600" width="100%" type="application/x-shockwave-flash" data="http://d1.scribdassets.com/ScribdViewer.swf" style="outline:none;" > <*
בלאט: 1 2