ב"ה
היות דער יום שריפת בית אלוקינו דערנענטערט זיך, דער טאג וואס דער ביהמ"ק איז חרוב געווארן צוליב שנאת חנם, בין איך דער אונטערגעשריבענער, מיך מקבל אז פון היינט חצות ביז א טאג נאך תשעה באב חצות, גיי איך נישט באזוכן קיין שום היידפארק פורום אדער סיי וועלכער וועב סייט וואס קען ענהאלטן לשון הרע, הלבנת פנים אדער מחלוקה,
איך ווייס אז די סארט וועב זייטלעך קען אסאך מאל זיין זייער עדיקטעט, אסאך מאל אויב ס'גייט דורך א שעה אומגעזען היידפארק שפריגנט מען פון די הויט אז אפשר האט מען פארפאסט א היסטארישע נייעס אדער אפשר דארף מען צוריק ענטפערן א גוטער אנטווארט וואס ליגט מיר אויפן צינג, צו מיין קעגענערס ארטיקל, וועל איך מיך אבער שטארקן איבער מיין געוויסן און איך וועל בלי נדר פאר די 48 שעה נישט קוקן אויף די וועב-זייטלעך
איך וועל איך פרובירן ווי ווייט מעגליך, אין די 48 שעה, אינדרויסן פון די ראמען פון היידפארק, נישט צו רעדן מיט קיינעם קיין שום עניני מחלוקת ופאליטיק,
איך האף אז דאס וועט זיין לזכות און דאס וועט זיין מיין חלק צו מקרב זיין די גאולה,
והימים האלו יתהפכו לימי שמחה בב"א.
ראדני קינג
רבותי! רופטס ענק אן ווארעם און מאכטס א קידוש השם! אויב איר האט מער ווי איין ניק ביטע שרייבט אייך אונטער מיט אלע אייערע ניקס כדי להרבות כבוד שמים!