היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » פראטעסט אין אסטראליע דורך אחים לדעה ט' באב

פראטעסט אין אסטראליע דורך אחים לדעה ט' באב

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2809859

היראים » 16/7/2010 23:18

קומענדיגע ט' באב גייען אחים לדעה פין מעלבראן ארויספארען א לאנגע וועג צום פראטעסט קעגן די ציוניסטשיע קאסולאט
קעגן די גזירת ורדיפת הדת

מחיל אל חיל לקדש ש''ש

מודעות צום פראטעסט און אוסטרליע

 

♦♦♦

דיןתורה » 19/7/2010 01:54

זיי גייען פארען אזא ווייטע וועג פין 7 ביז 8 שעה אין א תענית?
אויב יא
איז דאס א שטיקל מסי''נ אשרי חלקם

אזא אקט וועט זיכער העלפן רעדיצין דעם גרויסען חרון אף

ראדני_קינג » 19/7/2010 02:12

פארוואס מוז עס טאקע זיין תשעה באב? מ'קען נישט א טאג פריער אדער שפעטער?

היראים » 22/7/2010 01:47

די לעצטע מיניט האט זיך עס געטוישט אין מ'האט געמאכט א קאר פיקעטינג ווי די קארס זענען ארומגעפארען א גאנצען טאג אינאיינעם
די קידוש ש''ש איז געווען זייער גרויס
די ארטיגע ציונים האבען עפענטליך געשאלטען אין געקריצט מיט די ציין
ויה''ר שיתקדש ש''ש על ידינו

בילדער אין באריכט פין בחצרות


נעכטען תשעה באב איז פארגעקומען א מאסן קאר פיקעטינג אין מעלברוין אויסטראליע ווי א גרויסער ציבור אנ"ש פון די שטאט האבן אויסגעדריקט דעם וויי געשריי פון יהדות הגולה אין ליכט פון די שרעקליכע גזירות חיטוטי שכבי וואס קומט פאר אין אור אלטען בית החיים אין שטאט יפו, און אין ליכט פון די געפערליכע רדיפת הדת און ארצינו הק'.


תשעה באב גלייך נאך חצות זענען אנגעקלעבט געווארן אלע קאר'ס מיט פלאקאטן וואס ברענגט ארויס דאס ווייטאג, און אז די מדינה הציונות פאטרעט נישט כלל ישראל.


פון ביהמ"ד איז מען ארויס געפארן ארום די שטאט מעלברוין סיטי אויף אלע גאסן, און ביי יעדע פאר גאסן האט מען זיך אפגעשטעל טיילען צעטלעך פון הסברה אויף וואס ס'גייט פאר און ארץ ישראל תחת דעם שלטון הרשע, קרוב צום שקיעת החמה ביים זמן תפילת מנחה זענען די פלאטע קאר'ן אנגעקומען צוריק צום ביהמ"ד, און מיט גרויס קידוש השם.



מאסן פיקעטינג אום תשעה באב אין אויסטראליע

♦♦♦