אין אנדערן פורום "כל הנערים כולו" האט דער אהרונישער ניק "אדמיראל" געעפענט אן אשכול "האט דער ברך משה געטון ריכטיג ביים קלויזנבורגער לוי". ער שרייבט דאס פאלגענדע: מען געט א קוקט וואס דא האט זיך אפגעשפילט ביי די שבעה איז ממש אומגעלויביך פאר צוויי יאר צוריק ווען האדמו"ר מהר"א האט זיך געטראפן מיט צאנזער פין ארץ ישראל האבן עס די זאליס מיט קלויזנבארגער פין אמעריקע שרעקליך פארדאמט יעדער איינער פאר זייער אייגענע אינטערסן דורך געגאנגען צוויי יאר אין יעדער איינער פין ביידע סאטמאר אין פין ביידע צאנזער האבן מודה געווען אין האדמו"ר מהר"א שטארקע שריט פאר שלום אזש יעצט ביי די שבעה האבן זיך יעדער רבי געטראפן מיט אלע רבי'ס ווען דער ברך משה איז געווען אין ארץ ישראל תשנ"ד אין דער קלויזנבארגער איז דעמאלס אוועק מען קוקט יעצט צוריק האלט מען ער האט געמאכט די ריכטיגע שריט מיטן נישט גיין צי די לווי' פין א געוועזענע שוואגער וואס ער האט געהאט מיט זיין שוועסטער ניין קינדער אלע אוועק אויף קידוש השם אדער איז געווען א שרעקליכע פעלער וואס מען זאגט אז עזריאל גליק איז שולדיג דערין אין נישט פארגעסן הרה"ק ר' משה ארי פריינד מיטן תולדות אהרן רבי זענען יא געגאנגען צי די לווי' וואס האלט דער עולם ? עס ווערט דארט א דעבאטע "ווער עס איז שולדיג דערין", און וועמען באשולדיגן זיי? יא, איר האט צוגעטראפן הרה"ח ר' עזריאל גליק שליט"א. איך וויל נישט אריינגיין אין דעם עצם חוזק אז 16 יאר שפעטער האבן די אהרונים זיך דערמאנט אז עס איז געווען א פעלער, און אז ר' עזריאל איז שולדיג דערין. למעשה איז עס געווען רבינו בעל ברך משה זי"ע אליינס וואס האט באשלאסן אזוי צו טאן. דער קלויזנבורגער רבי זצ"ל מיט זיינע קינדער האבן קיין שום שייכות נישט געהאט מיטן רבי'ן און זיין משפחה, אזוי ווייט אז ווען דעם רבי'נס שוועסטער פון לאס אנזשעלעס הרבנית חנה ע"ה אשת הגה"צ מאחוזה זצ"ל (די טאכטער פון הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע דער שווער בזיוו"ר פון קלויזנבורגער רבין) איז נפטר געווארן זענען זיי בכלל נישט געקומען אדער געקאלט מנחם אבל זיין. דאס איז געווען בימי הסליחות תשנ"ב. עטליכע חדשים דערויף, שבט תשנ"ג, ווען רבינו בעל ברך משה זי"ע איז ל"ע געזעסן שבעה נאך זיין טאכטער הרבנית חי' ע"ה, זענען זיי נישט געקומען און נישט געקאלט מנחם אבל זיין. "דאס" איז געווען א גרויסער פאקט ביים באשליסן אז דער רבי זצ"ל איז נישט מחוייב צו פארן קיין נתני' צו די לוי'. און א פלא איז, אז דער סבלן הדור פון מאנראו האט דעמאחסט נישט פארפירט אז דער טאטע מוז גיין קיין קלויזנבורג, דעמאלסט האט ער נאכנישט גע'חלומ'ט אז ער וועט מוזן לויפן אויף אלע פיר קיין נתני' צום היינטיגן קלויזנבורגער רבין כדי צו באקומען אביסל אטענשן. צום שלוס: הרה"ק רבי הערשעלע ספינקער זי"ע ווען ער האט געהערט אז דער רבי הברך משה זי"ע איז נישט געווען ביי די לוי' האט זיך אנגערופן פאר באי ביתו אז דערמיט האט דער רב (כלשונו) פארטרעטן דעם פעטער דער רבי זי"ע, זיך אלייסנ, און סאטמאר! יא, דער ספינקער רבי זי"ע וועלכער איז ווי באקאנט געווען א שטיק סאטמאר, האט פארשטאנען אז רבינו הברך משה זי"ע האט נישט געטארט גיין צו די לוי'.
תוקן על ידי עכטער_חסיד ב- 14/07/2010 06:19:29