היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ר' יוסף וואלדמאן נ"י בעט איבער דעם ברך משה זצ"ל

ר' יוסף וואלדמאן נ"י בעט איבער דעם ברך משה זצ"ל

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2808751

עכטער_חסיד » 14/7/2010 03:14

ווען וועלן מיר שוין קענען זען אזא בילד ווי דער סבלן הדור פון מאנראו וועט איבערבעטן זיין הייליגן טאטן זצ"ל ווי ר' יוסף וואלדמאן נ"י האט געטאן אן קיין בושה (און אן קיין געמאכטע קוויטשערייען און געוויינען...).
[בילד – נישט אפגעהיט]

סעננדר » 14/7/2010 03:58

"דער ברך משה טאנצט מיט מוסרים"

ראדני_קינג » 14/7/2010 06:20

איך האב געמיינט די גייסט פרעגן, .....יאסל וואלדמאן בעט איבער דעם ברך משה......ווען גייט ער איבערבעטן ר' אהרן?

אויב ער האט געקענט ווערן דעם ברך משה חסיד, קען ער אין שיינעם טאג ווערן ר' אהרן'ס חסיד, יו נעווער נאו, ס'ברויך נאר שטימען מיט זיינע שיגעונ'ן

עכטער_חסיד » 14/7/2010 06:29

ראדני, דו קענסט נישט קיין היסטערי. יאסל וואלדמאן איז געווען א חסיד פון ברך משה זי"ע פונקט ווי איצי ראזענבערג איז געווען. יאסל האט מיטגעהאלטן די ערשטע נסיעה קיין ארץ ישראל תמוז תשמ"ג, און איז געווען אקטיוו.

נאר וואס זאל איך טון אז דו ביזט קוים ארויס פון אונטער די ווינדלען, און דו ווייסט נעבעך נישט אז דער ברך משה האט געהאט חסידים אויך נישט נאר שונאים...

ראדני_קינג » 14/7/2010 06:31

זיי נישט אזוי ערענסט, מ'מעג אמאל נעמען א ווערטל אויך

theחדשות » 15/7/2010 22:54

ער האט געדארפט קוויטשען און וויינען. קוק אריין אין שו"ע און אין רמב"ם ווי אזוי מ'דארף עפ"י הלכה איבערבעטן איינעם. אויב ער האט געזאגט ברבים פאר מיליאנען גוים אז אונזער הייליגע רבי איז א כומעיני, עפ"ל (יא, איך שעם מיר נישט דאס צו זאגן). דארף ער עפ"י הלכה דאס זאגן ברבים, און נישט זיך שטעלן פאר א בילד דארט

sybarit » 15/7/2010 23:37

חזר נישט איבער די ארונישע ליגענט!

איך וועט אויף 10,000 דאלער אויב די ברענגסט מיר א לינק צו די 60 מיניטס ווי ר יוסף זאגט "ברבים פאר מיליאנען גוים אז אונזער הייליגע רבי איז א כומעיני"

משגיחים » 18/7/2010 19:35

5 מאל באקיקט 60 מיניטס קיין זכר פון כאמעיני איז נישט דא
די ארוישע ליגענטס הערט נישט אויף
60 MINUTES

משגיחים » 18/7/2010 19:48

די ארוינים פארשטייען נישט אן הלכה מפורשת!
"אין אומרים לבעל תשובה זכור מעשך הראשונים"

הלוואי זאל מען שוין זען די ארונים תשובה טון
וואס זיי האבן מבזה געווען רבינו זי"ע בסוף ימיו 

mandala » 18/7/2010 20:04

יוסל וואלדמאן איז א צדיק קעגן יאסי בראך , וואס ער האט אים פיזיש מצער געווען, און איך רעד שוין וואס דער בנו בכורו האט געטוען מיט אים, יוסל וואלדמאן קען זיך שטעלן אויפן קאפ 100 מאל האט ער נישט געקענט טוען אזאנס וואס דער בנו בכורו האט אים געטוען

Lechtiger » 18/7/2010 21:53

ווער ס'קען ר' יוסל'ן פערזענליך, איז די נייעס גארנישט קיין חידוש. ר' יוסף איז א צדיק אין ח"ו אים צוגלייכען צו י.ב, יעדער וואס אין קומט אין בארירונג מיט ר' יוסל ווייסט אז ער איז גאר א פריינטליכע אין צוגעלאזענע מענטש. ווייט ווייט פון א מענטש וואס טראגט מיט זיך שנאה. ווי ערווענט איז ר' יוסל נ"י געווען פון די ערשטע חסידים פונעם ברך משה אין געווען פון די עסקנים ביי די נסיעה קיין אר"י תשמ"ג. ווען ר' יוסף האט געטאן זיין פליכט אין זיך אנגענומען פאר באקריוודטע אידישע קינדער האט מען אים אראפגעמאלען רח"ל פאר א ... ר' יוסף וויסענדיג אז ער נעמט זיך אן פאר אידישע קינדער האט זיך גאנץ ווייניג דעשראקען. מ'קען זאגען בפה מלא אז ווען נישט אים וואלט מען נישט געקענט בלייבען וואוינען אין קר"י. היינט צוטאגס ווען יעדער קען זיך ארומדרייען אין שטעטל אן קיין מורא אין בערך 20 'אידישע' באסעס דרייען זיך ארום אויפיקען קינדערלעך איז שווער זיך פארצושטעלען וואס ס'איז אמאל געווען. דאס אלעס קענען מיר פארדאנקען הרה"ח ר' יוסף נ"י. ער האט נישט געפירט קיין פערזענליכע קאמף מיט קיינעם, אין אודאי נישט מיט'ן בר"מ. די אזוי גערופענע "חסידים" האבען עס אזוי מאנעווירט אז ס'זאל ארויסקומען א אום-כבוד פאר'ן בר"מ. ממילא איז קיין שום חידוש אז ר' יוסף איז ארויפגעגאנגען צום ציון פון בר"מ צו איבערבעטען כדת וכדין.

תוקן על ידי Lechtiger ב- 18/07/2010 22:41:34

ראדני_קינג » 18/7/2010 23:51

אויפן קעפל פון אשכול שטייט ר' יוסף וואלדמאן נ"י בעט איבער דעם ברך משה זצ"ל, ס"ה וואס איך זעה איז בלויז יאסל וואלדמאן פאטגראפירט זיך לעבן די מציבה, נו אויב דאס מיינט איבערבעטן, האט שוין ר' אהרן מיט אלע זיינע חסידים איבערגעבעטן דעם ברך משה צענליגע מאל

moishe12 » 19/7/2010 16:31

ראדני איך ווייס נישט צי ער איז אינטרעסירט עם איבער צי בעטען אדער נישט אבער דאס איז אמאל זיכער זיין שטיין דארט איז מער א צייכן פין איבער בעטין פין וואס רא"ט האט איבערגעבעטין דעם הייליגען קאשוי רב ביי זיין לויה זיצענדיג אין זיין שיינע קעדילעק

וואלןסח » 19/7/2010 16:46

בנוסף וואס רבינו שליט"א האט געהאלטן א דרשה ברבים אים מפייס צו זיין

Lechtiger » 19/7/2010 19:09

ראדני דו ווילסט אז דער בילד זאל רעדן? ווי זעהסטו אז דאס איז "בלויז יאסל וואלדמאן פאטגראפירט זיך לעבן די מציבה" ? דער וואס האט גענומען דאס בילד שרייבט אז ר' יוסל האט איבערגעבעטען,

שיףרבי » 19/7/2010 19:11

משמועסט אז קומענדידן זונטאג וועט ער נאכאמאל גייט אויף 60 מינוטס איבערצובעטן באותו מקום.

moishe12 » 19/7/2010 21:07

 וואלן וואס רעדסטי
 א נייע הלכה ווי אזוי איבער צי בעטין א מענטש ?
קיק אריין אין מטה אפרים ווי ער ברענגט אראפ ווי אזוי מען דארף איבערבעטין איינעם
בכלל נישט מיט קיין דרשה
נישט מיט קיין גיין צי לויה'ס
איין זאך גיין צי יענעמס קבר מיט א מנין אדער מיט דריי דאס האט שוין יוסל וואלדמאן געטין אין דיין רא"ט נישט

חזקה » 20/7/2010 07:50

פארדער בילד אליינס וואלט ר' יוסל וואלדמאן געדארפט איבערבעטן דעם ברך משה, ווען איינער מיינט עס אמת'דיג לאזט ער זיך נישט פאטאגראפירן, דאס אליינס איז א בושה און חרפה...

moishe12 » 20/7/2010 07:53

 ניין נישט גערעכט ר' חזקה
 ער האט זיך געמיזט שטעלין פאר א בילד אז די ארוינים זאלען דאס נישט קענען פארלייקענען