דער גאנצער שמועס דא לענ"ד איז סתם געקייט וואסער
מען קען זאגן כמה וכמה סיבות פארוואס דער רבי זאל נישט וועלן גיין צו די לוי', איך גיי אבער נישט זאגן קיין שום ספעצפישע סיבה, ווייל איך גלייב אז דער רבי אליין האט אויך נישט געזאגט צוליב דעם און דעם גיי איך נישט.
דער מציאות איז אבער אז אין יענע יארן האט עס כלל נישט אויסגערופן קיין שטורעם
די סיבה אליין אז ער האט פערזענליך זיך געקריגט מיטן רבין איז גענוג א גוטע סיבה, און איך האב פאר אייך נייעס אז רבינו שליט"א אליין אלס חתן בשבעת ימי המשתה האט אויך געמאלדן פאר זיין שווער ביי איין שבע ברכות ווי דער קלז"ב האט געדארפט צו זיין, אז טאמער קומט דער קלז"ב קומט נישט דער חתן.
אויב פאר היינט איז קיינעם נישט שווער אז אייגענע ברודער'ס קומען נישט צו שמחות, זאל זיין א קשיא אויף א געוועזענע שוואגער וואס ער איז אים גארנישט שולדיג געווען (גימפעלע שרייבט עפעס איך פארשטיי אבער נישט וואס)
ובנוסף לזה לענ"ד אויב עס איז געווען א החלטה פון שטוב מענטשן איז עס אויך נישט געווען דורכגעטראכט, און ווי גערעכט ברענגט עס גוט ארויס, די ביזי צייט וואס איז דאן געווען האט נישט געלאזט צופיל טשענסעס פאר יא, און יש מקום לומר ווי "גערעכט" אז בדיעבד האט דער ברך משה נאכדעם חרטה געהאט (איך ווייס נישט אויב ס'איז טאקע אזוי, אבער די השערה איז נישט אפגעפרעגט פאר ווער ס'האט אביסל געקענט דעם רבין)
דאס אז ר' משה ארי' און תולדות אהרן האבן געפילט פאר וויכטיג צו גיין, דאס דארפן מיר נישט פארענטפערן, דאס דארפן זייערע חסידים ענטפערן (אויב איז איינעם שווער) ווי אזוי זיי האבן געקענט גיין צו א לוי' פון אינעם וואס האט מבזה געווען א איד וואס זיי האבן זיך פאררעכנט ווי א תלמיד פון דעם איד (און כמדומה זענען זיי נישט געווען קיין קרובים פאר קלז"ב)
סוף דבר, ס'איז נישט קיין כבוד פאר קיינעם דורכצוקייען אלטע זאכן, ווען רוב פון אונז געדענק מיר ניטאמאל די שווערע יארן פון קלז"ב און סאטמאר בחיי רבינו יואל.