היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ווען איז די הקמת המציבה?

ווען איז די הקמת המציבה?

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2808155

yoeleboy » 12/7/2010 19:45

אזוי ווי איך געפין זיך איבערן זימער און א פארשטופטן קאנטרי ווי די צעטליך פון קהל קומען נישט אן ביז אהער סא אויב איינער קען דא ארויף שטעלן די צעטליך וואלט געווען א מוראדיגע טובה נישט נאר פאר מיר ביטע ארויפלייגן דא ווען די הקמת המציבה וועט פארקומען שכח!

אייזענבאך » 12/7/2010 19:56

די הקמת המציבה איז שוין געווען, די מעמד וועט זיין מארגן דריי אזייגער (אפגעשטיפט וועגן ר"ח[בילד – נישט אפגעהיט])

אייזענבאך » 12/7/2010 20:49

מ'פיקטשערט זיך מיט די נייע מציבה פונעם רעבעצין ע"ה
[בילד – נישט אפגעהיט]

שיףרבי » 12/7/2010 23:49

מארגן דינסטאג נאכ'ן הקמת המצבה וועט פארקומען גרויסארטיגע הספדים פאר די חשוב'ע רביצין ע"ה
א"ח כ"ק רבינו הברך משה זי"ע ואמה של מלכות וועלכע האט זוכה געווען צו שטיין צו הילף פאר'ן רבי'ן ז"ל פאר א משך פון 60 יאר, און האט זוכה געווען צו אזוינע שיינע דורות וואס יעדע מאמע וואונטש זיך בנים ובני בנים גדולי תורה ויראה מנהיגי כלל ישראל לשם ולתפארת. ת.נ.צ.ב.ה.
 

נפל » 13/7/2010 00:13

שיףרבי, די רעדסט כאילו זי פארדינט זיך עפעס. סך הכל האט זי געהאט מזל צו ווערן די ווייב פונם ברך משה, און מזל אז איר מאן איז געווארן ממלא מקום אין סאטמאר.

איך קען אסאך פון אירע הערליכע אייניקלעך ווי למשל הרב סיני און הרב אהרן בן הרב שלום אליעזר. הרב מענדל און הרב חיים הערש בן הרב אהרן ועוד...

פריש » 13/7/2010 00:15

שעם זיך נפל, די רעדסט ווי אן אהרויני

פריש » 13/7/2010 00:17

אהרויני ארויף אהרויני אראפ. פאקטן קענסטו נישט טוישן. ביי אונז אין טאהש זענען אויך נישט אלע אייניקלעך געלונגענע.

די פאקט אז דער הר"ר איז א אייניקל פון רבין מאכט אים שוין א ת"ח און א צדיק?

זאנוויל » 13/7/2010 00:45

וויסט איינער ווער האט אויסגעשטעלט די נוסח המציבה?

פינחס_יואל » 13/7/2010 04:21

הרה"ג כתבא רבה ר' מרדכי אהרן זאבעל בהרה"ג ר שלמה ר"מ בישיבה גדולה ק"י דער זעלבער האט געמאכט די נוסח אויף רביה"ק בעל ברך משה זי"ע

ברוינפן » 13/7/2010 06:08

הרה"ג בן הרה"ג? צוויי וואוילע מענטשן גראדע אבער לאז ארויס די טיטלען

yuchw » 13/7/2010 13:24

ביים ברך משה זי"ע האט זאבעל נישט געמאכט דעם נוסח המצבה, עס איז אויל בלאף.

נפל » 13/7/2010 18:28

פריש, די פאקט אז יענער איז א "הרב ר" מאכט אים דאס נאך נישט א ת"ח, בהחלט נישט ולא זו בלבד נאר ווען מען שרייבט חו"פ (וד"ל) לאך איך, איך גלייב אז די לאכסט אויך ווען מען שרייבט אויף אים חו"פ. איך בין נישט פון די חסידים שוטים (איך גלייב אז די קענסט אליינס מעיד זיין דערויף). איך בין מסכים אז נישט אלע פון דעם רבי'נס אייניקלעך זענען געלונגען, און די זעלבע איז נוגע פאר סאטמאר אויך. קומען פארקויפן אויף הייד פארק און שרייבן "בנים ובני בנים גדולי תורה ויראה מנהיגי כלל ישראל לשם ולתפארת" איז סתם א ליצנות.

נעקי » 13/7/2010 19:19

ווי אזוי זאגט די וועלט? "דעמעדש איז דאן"

פריש » 13/7/2010 19:23

נעיק, ווי אזוי זאגט פארמעגליך? מיין טאטע לאזט מיר נישט רעדן מיט קליינע קעפ. איך פארשטיי אז די ביסט נישט דער איינציגסטער מיט א קליינע קאפ וואס קויפן אפ אלע ענקערע דמיונות. ליין נאכאמאל וואס איך האב געשריבן אין זיי מיר מסביר וואס דריקט דיר.

נפל, אויב אין טאהש פארשטייסטו אז א אייניקל וואס איז נישט דווקא איי איי איי ברירט נישט דעם רבי'נס גדלות, פארוואס רייסטו אינטער די סאטמארע רבצין וועגן אירע שוואכע אייניקלעך? דאס צייגט אויף א קליינע קאפ.

SatmarNews » 13/7/2010 19:23






[בילד – נישט אפגעהיט]



תוקן על ידי SatmarNews ב- 13/07/2010 19:32:29



תוקן על ידי SatmarNews ב- 13/07/2010 19:35:05

נעקי » 13/7/2010 19:25

די האסט פארגעהאלטן פאר "נפל" און דערנאך האסטו אליינס גענטפערט בשם "נפל"

נ.ב. טשעפען יענעם מאכט דיר פילן גוט?

SatmarNews » 13/7/2010 19:26




תוקן על ידי SatmarNews ב- 13/07/2010 19:34:10



תוקן על ידי SatmarNews ב- 13/07/2010 19:46:45

פריש » 13/7/2010 19:28

ליין איבער נאכאמאל וואס איך האב געשריבן. איך האב "נישט" גענטפערט בשם נפל, לכאורה האסטו געווארפן באנאנא שאלכט'ס ווען די רבי האט געלערענט ליינען...

איך האב איך באשולדיגט מיט אהרוינישיע קליין קאפיגקייט, דערנאך האב איך מחליט געווען אז ער איז אויך א היפאקריט. ווילאנג די מדובר איז ביי "אונז אין טאהש" איז אלעס OK ווען ס'רעדט זיך ביי יענעם אין סאטמאר איז דא א פראבלעם...

פריש » 13/7/2010 19:29

נ.ב. איך בעט דיר איבער, איך האב זיך אויפגערעגט. איך האב נישט געמיינט וויי צו טון.

נפל » 13/7/2010 19:32

פריש, פאר די בשולדיגטס יענעם מיטן ווארפן שאלאכט'ס בשעת'ן לערנען ליינען, דערמאן דיך אז די האסט געטון דאס זעלבע בשעתן לערנען שרייבן, ווייל עס איז זייער נישט קלאר וואס די מיינסט ארויסצוברענגען, פאר מיר האט אויך אויסגעזען די ערשטע מינוט אז די ווילסט מיר פארענטפערן.
צוריק צום ענין, די האסט א ערענסטע טעות, איך באשולדיג נישט די רבצין אין אירע שוואכע אייניקלעך, בכלל נישט. נאר איך האב חוזק געמאכט פון דעם חכם וואס שרייבט אז אלע אירע דורות זענען תלמידי חכמים און מרביצי תורה ווען איך קען עטליכע פון זיי וואס זענען סתם ליידיגייער.

SatmarNews » 13/7/2010 19:46

SatmarPictures Hakumes Hamatzeiva Of The Rebetzin A"H Will Be 4pm B'Bais HaChaim D'Khiluseiny In Kiryas Yoel http://twitpic.com/24yx5m

אייזענבאך » 13/7/2010 21:17

[בילד – נישט אפגעהיט]

1satmar » 13/7/2010 21:58

ALERT

 

א קלארע אנווייזונג-הדרכה!
פאר דעם עולם היינט ביי די הקמת מציבה
ווי פארשטענדליך און ווי די היסטארי האט שוין באוויזן
ניצן די ארוינישע חיות דעם הייליגן בית החיים אויף צי טערארעזירן יעדן.
אשר ע"כ ווערט יעדער געבעטן אז עס איז זייער וויכטיג
זיך נישט צו לאזן
פרוואקצירן פון די ארונים,
עס וועט זיין א כבוד פאר אונז אלע
ווען די וועלט וועט זען ווער עס זענען די חיות מטורפות
און נאר די שלוחי הר' א"ט זענען די
וואס זענען מבזה די קדושי עליון און די אלע וואס ריען במקום מנוחתם!
און קיינער זאל נישט הייבן קיין הענט!
אויסער אויב זיי וועלן אנהייבן מיט אלימות און שלאגן אדג.
דעמאלט האט אינז די תורה ומדינה דמלכיתא שוין מתיר געווען
פון הבא ל' ה' ל' און אין סעלף דיפענס.




תוקן על ידי 1satmar ב- 13/07/2010 22:24:10

רשכבהגולם » 13/7/2010 22:38

וויפיל אזייגער הייבט זיך עס אן?

SatmarNews » 13/7/2010 22:48

SatmarNies Rabbiny Shlita left WB few minutes ago with an escort on way to Kiryas Yoel for the Hakumos Matzeiva of the rebetzin u"h, arriving 4:00pm

SatmarNews » 13/7/2010 22:51

MesivtaH3 K.J. PUBLIC SAFETY is very wild thay standing by all enters to beis hachaim in pushing all buchrem from H1 who try to go in

אייזענבאך » 14/7/2010 00:17

ראוד בלאק אויף בארדיטשוב ראוד, פאר די על קברו (קרעדיט satmar rabby )
[בילד – נישט אפגעהיט]

אייזענבאך » 14/7/2010 00:18

די רבי שליט"א ביים ציון
[בילד – נישט אפגעהיט]

אייזענבאך » 14/7/2010 00:45

[בילד – נישט אפגעהיט]

אייזענבאך » 14/7/2010 00:48

מ'האט יעצט געענדיגט זאגן תהילים, יעצט לערנט מען די משניות כנהוג

SatmarNews » 14/7/2010 00:51

[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי SatmarNews ב- 14/07/2010 00:52:38



תוקן על ידי SatmarNews ב- 14/07/2010 00:53:37

SatmarNews » 14/7/2010 00:54

SatmarPictures Rabeiny Shlita At Hakumes Hamatzeiva For The Rebetzin A"H B'B"H D'Khiluseiny In KJ http://twitpic.com/2516jk


--------


SatmarPictures Part Of Oilem At Hakumes Hamatzeiva (On Last Pic See Also Zenta Ruv & Monsey Ruv Shlita) http://twitpic.com/2517hx

SatmarNews » 14/7/2010 00:56

[בילד – נישט אפגעהיט]

אייזענבאך » 14/7/2010 02:29

רבינו נשליט"א היינט ביי מנחה
[בילד – נישט אפגעהיט]