היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אנקעטע! וויפל יאר איז דא פון דעם חורבן הבית

אנקעטע! וויפל יאר איז דא פון דעם חורבן הבית

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2808140

הולך_לבגץ » 12/7/2010 18:53



איך וויל מאכן א אנקעטע וויפל שרייבער'ס דא ווייסן וויפל יאר איז שוין ליידער דא פון דעם ביטערען טאג פון חורבן בית מקדשינו

וויפל יאר ליידער ליידער מיר כלל ישראל וואלגערען זיך שוין בין האומות

אויב קען מען ענפערען ביטע

מלך_מלכים » 12/7/2010 18:58

וואס הייסט וויפיל? פון תשנ"ט

הולך_לבגץ » 12/7/2010 19:21


די שייגעץ און לץ וואס די ביסט און די 9 טעג מאכסטו לצנות פון די זאכן, איך רעד דא ערענסט פאר ווער ס'ווייסט נישט אז היינט האט זיך אנגעהויבן די 9 טעג וואס מען טרויערט אויפ'ן חורבן הבית אין ליידער היינט ווייסן שוין זייער ווייניג מענשטען וויפל יאר מע זיצט שוין און גלות צווישן די גויים דערפאר פרעג איך א פשוטע קשיא

ווייסט איינער דא וויפל יאר מיר זענען שוין און גלות און פאר'גוי'שט געווארן

תענוגנחת » 12/7/2010 19:24

2 4 9 1

ג' אלפים תתכ"ח - ה' אלפים תש"ע

א_לעמעלע » 19/7/2010 06:31

איך ברענג צוריק אהער די אשכול א טאג פאר תשעה באב, דער עולם זאל דא מגיב זיין איבער דעם ענין פון חורבן הבית, און אויסשמועסן איבער דעם ענין וואו אונז שטיי מיר אין גלות, די עיקר ווער ס'האט עפעס אינטערעסאנטע ארטיקלען בענין חורבן בית המקדש, אדער פון די היסטארישע חורבנות אין אייראפע, שפאניע, גזירות ת"ח ות"ת, וועלט קריג, אדער אינטערעסאנטע מעשות פון זמנים וואס זענען שווער אדורך אויף אידן, וואס מ'מעג און וואלט געווען אינטערעסאנט צו ליינען אויף ת"ב זאל מוחל זיין און מזכה זיין את הרבים מנהל, ביטע טוישן נאמען פונעם אשכול צו א מער פאסיגע נאמען כדי ס'זאל ציען דעם עולם מיט אינטערעסע מיט דאנק פון פאראויס והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה!

תוקן על ידי א_לעמעלע ב- 19/07/2010 06:39:47