היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » רז"ל: נישט געבן קיין ירושה פאר...

רז"ל: נישט געבן קיין ירושה פאר...

43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2808135

גוטזאגער » 12/7/2010 18:34

דאס שיינע פרצוף פון דעם נועם המדות און דעם למה נגרע'ניק האט זיך ארויסגעשטעלט מיטן די ריכטיגע פארבן און קאלירן.

ער האט געלאזט באפעלן פאר יוסף מרדכי בערקאוויטש און משה בן פראדעל אז ער לאזט נישט געבן פאר'ן רבי'ן פון די ירושה קיין שום זאך פון די חפצים, און ער וועט אים ווייזען וואס ער קען.

און אויב מ'וועט דיך רופן צו דין תורה האט יוסף  מרדכי געפרעגט:

כא כא כא, האט דער נועם המדות והנהגת התורה אויסגעשאסן אין געלעכטער:
אויב רופט מען מיך צו דין תורה, וועל איך גיין נאר צו מנשה'ן...

פרטים יבואו

מלך_מלכים » 12/7/2010 18:35

גוטזאגער, עס איז א שואכע ארבייט צו ברענגען אזעלעכע אינסייד אינפוי, אין שרייבן פרטים יבואו, אזא אויפדעקונג ברענגט מען תיקף מיט אלע פרטים.

גוטזאגער » 12/7/2010 19:00

מלך אביון,

1) דו זעהסט דא עפעס מיליטערישע סודות?

2) פרטים יבואו, ביי מיר איז דער פשט, אז נאך פרטים וועלכע וועלן זיך פונאנדערוויקלען איבער די נושא, וועלן אי"ה נאכפאלגן.

3) האסט עפעס אפציענטפערן אדער אפציווענדען וואס עס שטייט דא?

sybarit » 12/7/2010 19:29

אקעי גוטזאגער א שיינע מעשה, ביסט זיכער נישט דארט געווען האסט עס נאר געהערט פון איינעם וואס האט עס געהערט פון איינעם, קען זיין אז עס איז אמת, אבער איך האב געהרט די מעשה אביסל אנדערשט

סוי יעצט לאמיר פארציילן די מעשה אזוי ווי איך האב עס געהערט, נאך וואס די רביצין איז אוועק און מען האט דן געווען בבית מהרז"ל וואס צו טוהן וועגען די ירושה וויאזוי עס צו צוטיילן האט מהרז"ל געזאגט פאר משה גבאי אז עס קומט קלאר פאר יעדער ברודער צו עס איז מהר"א אדער ר' ליפא אדער ר' שלום אליעזר און אויך פאר זיך די זעלביגע חלק און ירושה, און איך וויל מקדים זיין אז ווען מען זאגט ירושה מיינט מען אלע אלע נכסים וואס האט געהערט פריוואט פארן ברך משה, אלעס וואס די ברך משה זעלבסט האט געאונט, דאס מיינט זיינע אנטיקן, זיינע ריעל עסטעיט, אא"וו אלע זיינע רעגולע נכסים, און אוודאי איז און דען יעצט נישט נכלל די גאנצע קהלה און רביסטעווע ווייל דאס איז שוין א אלטע מחלוקה נאך בחיים חיותו פונעם ברך משה, און יעצט איז נישט דער נושא צו ער האט יא געוואלט מהרז"ל צו נישט,און איך זאג נאכאמאל דאס איז בכלל נישט יעצט די נושא, די נושא איז פשוט אויף אלע נכסי פרטים פונעם ברך משה, צו זאגן קלארער אזוי ווי א יעדע ציווילער מענטש וואס זיין טאטע גייט פונעם עולם און מען צוטיילט די ירושה, די זעלביגע זאך איז דא,

און יעצט צוריק צום מעשה האט מען זיך אראפגעזעצט און שטוב פון מהרז"ל און מען האט דן געווען וואס צו טוהן, האט מען דארט געשמועסט אז און די פריוואטע נכסים פונעם ברך משה ווילאנג ער האט געלעבט איז אויך געווען די הויז און קרית יואל אויף איהעל קט, און ווי איך שטעל מיר פאר נאך אפאר זאכן וואס ליגט יעצט ביי מהר"א, און איך ווייס נישט וןואס עס טוט זיך מיט די הויז אויף יוז סטריט, אא"וו די הויז און ב"פ, עניוועי וויאזוי עס זאל נישט זיין איז דא נכסים , וואס ליגט ביים עלטערן ברודער, און ער האט געטענהט אז ווי לאנג די נכסים וואס ליגט ביי מהר"א קומט נישט אריין אינדערמיט איז נישטא וואס צו צוטיילן, וויל אויב וויל מען צוטיילן מוז מען אלעס צוטיילן, און דאס מיינט אויך די הויז אויף איהעל,
(די הויז אויף בעדפארד האט קיינמאל נישט געבלאנגט פריוואט פארן ברך משה, נאר עס איז פון אייביג אן געבלאנגט פאר קהל, משא"כ די הויז אויף איהעל, היינט ווייס איך נישט אויף וואו עס איז פארשריבן, אבער דאס איז קלאר אז עס איז געווען א נכס פרטי פון ברך משה, און מען האט דאס קיינמאל נישט צוטיילט מילא דארף דאס אויך אריננגיין און ירושה)

מילא גוטזאגער קום מיר נישט פארקויפן אז מהרז"ל וויל נישט צוטיילן די ירושה, ביזדערווייל איז ער מסכים נאר מען ווארט אז די הויז אויף איהעל קט, זאל אריינגיין און די נכסים וואס מען וועט צוטיילן,

איך ווארט נאר ווען ענק וועלן זאגן אז מהר"א איז געקומען און ער האט געזאגט אז ער איז גרייט אויפצוגעבן די הויז אויף איהעל, און מהרז"ל ציט ר' ליפא זענען אוועקגעלאפן, און זייט דעמאלטס האט מען פון זיי קיינמאל נישט געהערט

גוטזאגער » 12/7/2010 19:52

דן געווען ארויף דן געווען אראפ...
טשאדעלע באדעלע. און פוסטע שקרים און הויל גניבה.

דער שטריק האט דאך נישט געוואלט גיין צו דין תורה.
ער האט געשיקט אן הזמנה, און ווען מ'האט געענטפערט אז מ'וויל גיין. האט דער נועם המדות שנעל צוריקגעצויגן.


דאס איז איינס.

צווייטנס:
דאס הויז פון ברך משה אין קרית יואל איז נישט מער דעם ברך משה'ס ווי דאס הויז אין ווילי.

נאר דא קומט מען ווייטער צוריק צו דעם נועם המדות למה נגרע רעבע.

איך מעג, און דו נישט !

אינדפנדנט » 12/7/2010 20:19

סייבער אטאק, ביסטו א באהאלטענער אהרוני? ווייל מיט דיין טענה אז די וויליאמסבורגער הויז באלאנגט יא פאר קהל און די מאנראער הויז נישט טוסטו ביטער פארשעמען די זאליס.

דו ווייזט נאכאמאל ארויס וואספארא היפאקריטן זיי זענען.

גוטזאגער » 12/7/2010 20:31

סייבער איז גראדע נישט קיין היפאקריט.
ער טוט ערליך פארענטפערן די גניבה וגזילה שטיק פון זיין שטריק. ער האט אלע רעכטן.

sybarit » 12/7/2010 20:34

קודם כל גוטזאגער דאס וואס די רשייבסט וועגען די"ת אפשר זאגסטו מיר וויפיל מאל מען מהרז"ל איז אוועקגעלאפן, לויט ענק האלט מהרז"ל און איין לויפן, ער רופט און ער לויפט אוועק,

און דאס וואס די שרייבסט אז די הויז און קר"י איז נישט מער דעם ברך משה'ס ווי די הויס און וויליאמסבורג, ווייסטו אליינס אז די ביסט נישט גערעכט, ווייל עס איז קלאר אז די הויז און קר"י האט געבלאנגט פערעזענליך פארן ברך משה און ר' מענדל האט דאס אליינס איבערגעשריבן,

און יעצט ווייטער איך האב געטוהן אביסל האומווארק, און געהערט אז קודם כל די צוטיילן די ירושה האט גארנישט מיט מהרז"ל ס' האט מיט משה גבאי און  יוסף מרדכי בערקאוויטש, און דאס האט שוין די ברך משה צוטייל בחיים חיותו, נאך פאר ר' מענדל האט איבערגעשריבן די הויז אויף איהער קט, און דארט האט די ברך משה צוטיילט פאר יעדן איינעם גלייך, פאר אלע 4 זינען, (איך האב נישט געפרעגט וועגען די טעכטער) אבער אזוי ווי ר' מענדל האט איבערגעשריבן די הויז, האט די ברך משה געזאגט אז ווי לאנג די הויז ווער ניט צוריקגעשריבן אויף זיין נאמען,(אדער אפשר האט ער געוואלט אויף די נאמען פון ר' ליפא וואס די ברך משה האט פאר עם געגעבן און די ירשוה די הויז) וועט מהר"א נישט באקומען קיין שום חלק און ירושה, וויבאלד זיין זון האט איבערגעשריבן די דירה און קרית יואל, און דאס האט זייער גערעגט די ברך משה,

און יעצט גוטזאגער זאג מיר פונקטליך וואס איז דא נישט גוט, און פארוואס מהרז"ל איז דער וואס גיט נישט קיין ירושה, קודם כל האט עס גארנישט מיט עם עס איז דא אפטרופסים פאר די פארמעגן, און אויף די אפטרופסים קענסטו אויך נישט האבן קיין טענות ווייל זיי טוען די רצון פונעם ברך משה, די איינציגסטע טענה איז אויף ר' מענדל אז ער זאל צוריקשרייבן די הויז, איי טענהסטו די"ת, איך וויס נישט פונקטליך וואס דארט איז פארגעגאנגען, אבער ווי וקמט דא אריין די"ת ווען די ברך משה האט געשריבן אז ער האט נישט קיין חלק און ירושה, ווילאנג יד הויז ליגט אונטער די נאמען פון עצי חיים,

סוי נאכאמאל זאג מיר פונקטליך ווי מהרז"ל קומט דא אריין און בילד?

און ווייטער איבער די אפטרופסים ווילסטו טענהן אז די ברך משה איז שוין נישט געווען געזינט ווען ער האט געשריבן די ירושה, הער זיך איין זיי מעגן האבן א אנדערע מיינונג, און זיי מעגן האלטן אז ער איז יא געווען קלאר 100 פראצענט ווען ער האט עס געשריבן, ווי נישט ווי האבן זיי זיך מער אפגעגעבן מיטן ברך משה, איך לאז דיר האלטן אז דע ברך משה איז נישט געווען געזינט, אבער זיי טענהן אז ער איז יא געווען און די צוואה איז א געהריגע שטארקע צוואה, און מהר"א האט נישט קיין חלק ווילאנג די הויז און קר"י ווער נישט צוריקגעשריבן

גוטזאגער » 12/7/2010 20:44

2 מאל איז געווען רעדעס פון דין תורה, און ביידע מאל האט דער שטריק ארויסגעצויגן (ווען ער איז געווען דער תובע).

דאס ערשטע מאל ביים הויז.
דאס צווייטע מאל ביים פעמיליע קאורט.

האסט שוין געהערט אז א תובע ציט צוריק???

ביי א חלה דעקל, א תלמיד מובהק פון דזשיגאן הייסט דאס אז ער וויל באמת יא גיין, נאר יענער וויל נישט !

יעצט לגבי די אפטרופסות:
מהרז"ל האט געזאגט פאר יוסף מרדכי אז ער לאזט נישט געבן פאר'ן רבי'ן. פינטל.

יעצט לגבי די הויז:
דאס הויז איז געווען אויפן נאמען פון קהל יטב לב.
ווען די מסירות פון יאשקע משומד און באדישל האבן באדרעאט די קהילה האט מען עס איבערגעשריבן אויף קאנג עצי חיים.

און ווען דער געפאר פון מאשקע משומד איז אויפגעקומען, האט מען עס שנעל צוריקגעטוישט. שמעקט דיר נישט???

עס איז דעם רבינ'ס אייגענטוהם פונקט ווי די הויז אין ברוקלין. פינטל.



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 13/07/2010 00:02:36

sybarit » 12/7/2010 20:52

איך פארשטיי נישט אויב יוסף מרדכי איז אפטרופוס וויאזוי קעם מהרז"ל זאגן אז איך לאז דיר נישט, פארוואס פרעגט ער עם, ווי קומט דא מהרז"ל אריין און בילד,

און ווייטער איך גיי נישט דא יעצט טענה'ן איבערגעשריבן וועגען דעם אדער וועגען דעם,

איך וויל נאר וויסן איין זאך האט די ברך משה געשריבן אדער געזאגט, אז ווילאנג ר' מענדל שרייבן נישט צוריק איבער די הויז האט מהר"א נישט קיין חלק און די איבריגע ירושה,
יא אדער ניין

ס'איז מיר נישט אינטערעסאנט יעצט צו מהרז"ל איז אוועקגעגאנגען פון די"ת צו נישט, און אויך נישט צו די ברך משה איז נישט געווען געזינט,

איך וויל פשוט וויסן צו דאס איז געשריבן אדער געזאגט געווארן פון די ברך משה,

גוטזאגער » 12/7/2010 22:47

סיבאריט שרייבט:

איך פארשטיי נישט אויב יוסף מרדכי איז אפטרופוס וויאזוי קעם מהרז"ל זאגן אז איך לאז דיר נישט, פארוואס פרעגט ער עם, ווי קומט דא מהרז"ל אריין און בילד,

ער קומט טאקע נישט אריין דא. וויבאלד ער איז אן אכזר, און האט מבזה געווען זיין פאטער 10 יאר מסוף העולם ועד סופו, טוט ער עס יעצט נאכאמאל פארזעצן. ער מישט זיך אריין פאר רשעות!

_______________________________________

און ווייטער איך גיי נישט דא יעצט טענה'ן איבערגעשריבן וועגען דעם אדער וועגען דעם,

איך וויל נאר וויסן איין זאך האט די ברך משה געשריבן אדער געזאגט, אז ווילאנג ר' מענדל שרייבן נישט צוריק איבער די הויז האט מהר"א נישט קיין חלק און די איבריגע ירושה,
יא אדער ניין

דער ברך משה האט אונטערגעשריבן וואס די רוצחים האבן אים אונטערגעריקט.
און דער ברך משה אליינס האט גע'פסקט אז די צוואה פון ר' געציל בערגער איז גארנישט ווערד, כאטשיג ר' געציל אי געווען אין א פיל בעסערן געזונט צושטאנד. דאס האט דער ברך משה גע'פסק'ט פאר זיין זון ר' שלום בערגער אין תשמ"ב.

ס'איז מיר נישט אינטערעסאנט יעצט צו מהרז"ל איז אוועקגעגאנגען פון די"ת צו נישט, און אויך נישט צו די ברך משה איז נישט געווען געזינט,

אוודאי איז דיר נישט אינטרעסאנט צו רעדן פארוואס דיין שטריק איז אנטלאפן פון דין תורה 2 מאל.
כאטשיג ער איז דער תובע ! ווייל ער איז א באנדיט און אן אגענט פון משה בן פראדל.

איך וויל פשוט וויסן צו דאס איז געשריבן אדער געזאגט געווארן פון די ברך משה,

ניין. ס'איז געשריבן און געזאגט דורך דעם רוצח משה פרידמאן, ער האט געדריקט א קנעפל !
פארשטייסט?

sybarit » 13/7/2010 00:02

גוטזאגער די סבה פארוואס איך האב נישט געוואלט רעדן צו די ברך משה איז יא געווען געזינט צו נישט איז ווייל אויב די וועסט בויען אויף די טענה אז די ברך משה איז שוין נישט געווען געזינט. אויב אזוי וואס קומסטו טענהן איבער די ירושה לדעתך איז די טענה א אלטע טענה איבער די גאנצע רביסטעווע און נישט נאר איבער די ירושה. אבער לויט די חסידי מהרז"ל איז די טענה אז די ברך משה איז נישט געווען געזינט נישט אקטועל. מילא איז די צוואה יא גוט מילא איז ווי לאנג די הויז אויף איהעל ווערט ניטש צוריקגעשריבם האט מהר"א נישט קיין חלק און די ירושה. און אויב די ווילסט דוקא אריינגייו איבער די נושא צו די ברך משה איז געווען געזינט צו נישט קען מען פון דעם אויך רעדן אבער נישט פון מיין בב די וועסט מוזן ווארטן ביז איך קום צוריק צו מיין קאמפיוטער און דאן וועל איך דיר געבן אביסל א 2טע קוק אויף וואס איז פארגעגאנגן פון תשנ"ט און ווייטער. ס"ה די טענה דא איז נישט איבער די ירושה די טענה איז איבערן געזינט פונעם ברך משה. אויב איז ער נישט געווען געזינט איז די טענה אויף די גאנצע רבנות פון מהרז"ל. און אויב איז ער יא געווען געזינט קומט נישט פאר מהר"א א חלק ווילאנג ער שרייבט נישט צוריק איבער די הויז און קר"י און איך וואס איך האב היבש מיטגעלעבט מיטן ברך משהן די לעצטע פאר יאר. וויל איך דיר זאגן אז ער האט זייער גוט געוויסט וואס עס טוט זיך. יא ער איז געווען א אלטער יוד. אבער ער האט געוויסט וואס ער טוט. און לדעתי איז זיין צוואה געהעריג ווערד. און נאכאמאל איך וועל דיר נאך פונקטליך שרייבן די 2טע זייט מטבע

היראים » 13/7/2010 00:42

sybarit
שוין לאנג נישט געזעהן אזעלכע שטותים געשריבן מיט אזא גראדרקייט
נאכדערצו אז דער ברך משה האט זאל גאר האבען  געזאגט ווער עס באקומט וואס אין די ירושה,
האסט אפשר א קאפי ווי ער שרייבט דאס?
אין אפי' יא, ווייסט אפשר פארוואס {לשיטתך} ער האט אפגעמאכט צו צוטיילן זיינע נכסים פונקט נאך די ''גניבה'' פין די הויז?
איך וויל נישט דא אריינגיין אין די מצב פין פין רביה''ק ז''ל יענע יארען ליידער, אבער איך וואלט דיר נישט געווינטשען אז אויף די עטלטערע יארען זאלען דיינע שוואכערע קינדער ארויסשלעפן א חתימה בנוגע דיין ירושה קעגן דיין מער געראטענע קינדער

אין לשיטתך אז ער איז געווען ביים פולן דעת ווי א געזינטער יונגער מענטש
פארוואס יעדעס מאל ווען ער האט זיך געטראפען מיט זיין אייניקעל הרה''ג ר' מענדל האט ער אים אויפגענומען בצהלות פנים פונט ווי אין די פריעדיגע יארען, אפי' שוין אין די נישט געזונטע יארען - נאך די ''גרויסע גניבה'' כלשונכם
ווער געדענקט נישט ביי די חתונה אין ב''פ ווען ער איז געגאנגען דערמאנען וועגן די בר מצוה פין זיין דאפעלטע אור אייניקעל ווי ער האט אים אויפגענומען מיט א לעכטיגע פנים, ותחי נפש צדיק.
אפי' ביי די רשעות ברוב עם ווען די 2 ברודער האבען נישט געלזאט די עלטסטע דאפעלטע אור אייניקעל באקומען אן עלי' אין ביהמ''ד שבת פאר די ב''מ, אין דער עולם האט געשריגען היסטעריש אויף די 2 ברודער אש משה פר''מ אין אריין אין כעס אין האט געשטויסען זקנים אין נערים מיט זיינע הונטערשטע פיס, אין ליפא האט זיך צוגעבויגען צו רבין' עטליכע מאל אז דער רבי זאל זאגען א ווארט, אין ער האט נעבעך נישט געוויסט וואס מען וויל פין אים ביז  ליפא האט זיך גענומען שרייען פארענט פין א ס''ת (מ'קען נאך אסאך רעדן פין די אלע רשעות)
וואס דארפט איר מער ווי ביי די קישור החיתון פין הרב יואל גלאנץ בביתו נאווה קודש (וואס דארף ווען אויך א באזונדערע אפהאנדלונג)

לאמיר דא קלארע מאכען טרוקענע פאקטען

די הויז אויף יוז סט' האט רביה''ק איבערגעבן פאר רבינו שליט''א, פאר 30-40 יאר ציריק, אין רבינו שליט''א האט פין דאן זיך אריינגצויגען אין די דירה אין געווארען רב אין קהל עצי חיים, אין גענומען רענט פין די אויבערשטע דירה.

די הויז אין ב''פ, ווייס איך נישט, אבער ס'קען זיין אז ער האט דאס אויך אוועקגעגבן

די דירה אין פלארידע, ווייס איך אויך נישט

די דירה אין ק''י ''האט קהל אין ק''י געבויט'', אין אויב געדענק איך גיט איז עס געווען לכתחילה אויף קהל'ס נאמען ביז די מסירות פין די וואלדמאן - מארגענשטערן קליקע, וואס דאן האט מען איבערגעשריבן אויף קהל עצי חיים, אין ווען די סכנה איז פאראיבער אין ס'איז אונטערגעקומען א נייע סכנה ווען מ'האט געגעהן ווי אפרעיזאל קומט אפשאצען די הויז בשליחות פין די גנבים, האט מען עס צירוקגעלייגט אויף קהל'ס נאמען
וואס דארפט איר מער ווי דעם, אז די 2 קינדער מיט משה פרי''מ האבען דאך געשיקט א הזמנה, אין זענען אנטלויפן פין בי''ד פאר די דיון האט זיך אנגעהויבן..... פארוואס?

די דירה אין וומ''ס ''האט די זעלבע דין ווי אין ק''י, אין אויב איז מען דן די דירה אין ק''י דארף מען דן זיין די דירה אין וומ''ס אין די טרעילערס און קווינס קעמפ

און וואס די פארברעצירסט וועגן נאך נכסים וואס רבינו שליט''א האט, איז נאך א פרעכע שקר,
רבינו שליט''א האלט נישט ביי זיך קיין שום חפצי ירושה,
עס איז אפי' געווען א בן בית ביי רביה''ק בעל ברך משה ז''ל וועלכע איז געקומען איבערבעטן רבינו שליט''א נאך די פטורה פין רביה''ק בב''מ ז''ל פארן מעלים עין זיין פין אלע רשעות הסתה אין רציחה אין האט געברענגט פאר רבינו שליט''א עטליכע חפצים וועלכע איז אים געלונגען צו שאפען אין רבינו שליט''א האט אים געזאגט אז להלכה אז ער נעמט דאס איז עס גניבה בידו, עס זענען דא 4 שותפים, אין די אנדערע 3 דארפן אויפגעבן זייער שותפות (והדברים ידועים)

אין קיץ לדברי רוח,
קיינער וועט נישט אפקויפן כאילו רביה''ק בעל ברך משה זאל אויף די עלטערע יארען זאגען דיינע געבעקסן
אין יעדע חפץ וואס די 2 ברודער וועלן זיך באנוצען אין באלאנגט צו די ירושה איז גזל בידם, און אויף אויב איז עס א חפץ של מצוה איז עס הבא בגזילה, אפגערעדט צו מ'וועט אים שיקען א הזמנה צו נישט

תוקן על ידי היראים ב- 13/07/2010 01:04:10

היראים » 13/7/2010 00:49

sybarit כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
און איך וואס איך האב היבש מיטגעלעבט מיטן ברך משהן די לעצטע פאר יאר. וויל איך דיר זאגן אז ער האט זייער גוט געוויסט וואס עס טוט זיך. יא ער איז געווען א אלטער יוד. אבער ער האט געוויסט וואס ער טוט. און לדעתי איז זיין צוואה געהעריג ווערד. און נאכאמאל איך וועל דיר נאך פונקטליך שרייבן די 2טע זייט מטבע


זאלי דו!
ווייסט אפשר פארוואס ער האט מער נישט געהאלטן קיין דרשות די לעצטע 15 יאר
געדענקסט אפשר ווי זיינע אייגענע קינדער האבען אים מבזה געווען פאר די גאנצע וועלט א' חי' שרה אין ביי זיין הכתרה
ווייל ער איז געווען געזינט?

פאר די זאלי'ס קענסטו קאכען אין באקען, אבער נישט פאר אינז,
מיר פלעגן זיך גיין געזעגענן (ווילאנג מ'האט אינז אריינגעלזאגט) אין זיך מצטער געווען מיטן רבין'ס מצב, נאך היבש פאר מ'האט פארקויפט אז ער האט געטויטש זיין מיינונג פין אלע יארען נישט צו געבן א רבנות שטעלע פאר רז''ל אין סאטמאר

איך וויל נישט פארקריכן פין די נושא (עס ווערט אביסל ארוםגערעדט דערפון אין קונטרס וואס איז ארויסגעקומען לאור די פאלטשע בריוו בנוגע סידו''ק אין ק''י)

sybarit » 13/7/2010 01:20

היראים די פארקריכסט נישט. דאס איז זייער א וויכטיגע פונקט און די נושא. און איך האב מסביר געווען אז ווען די קומסט מיט די טענה אז ער איז נישט געווען געזינט. איז דא אנדערע צדדים און דעם. און אגב זאג מיר נישט אז מהר"א האט געוואלט נעמען פון עם א חתימה אויף רב הצעיר ווען ער איז שוין נישט געווען ביי זיך. ווי האט ער אפילו געקענט טראכטן פון טון אזא זאך. עניוועי מיר האבן א אנדערע בילד און ווען איך וועל האבן צייט וועל איך ענק מיטטיילן

מבני_בניו » 13/7/2010 02:01

sybarit, געווענליך ווען מטענהט זיך מיט אזעלכע היסטארי פעלשערס ווי דו איז דא נאר איין ווארט: איך ווינטש דיר מיטן גאנצען הארץ דו זאלסט זיין פינקט אזוי געזינט דיין גאנץ לעבן ווי דער ברך משה זי"ע איז געווען אין יענע יארען....

היראים » 13/7/2010 02:39

sybarit כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
היראים די פארקריכסט נישט. דאס איז זייער א וויכטיגע פונקט און די נושא. און איך האב מסביר געווען אז ווען די קומסט מיט די טענה אז ער איז נישט געווען געזינט. איז דא אנדערע צדדים און דעם. און אגב זאג מיר נישט אז מהר"א האט געוואלט נעמען פון עם א חתימה אויף רב הצעיר ווען ער איז שוין נישט געווען ביי זיך. ווי האט ער אפילו געקענט טראכטן פון טון אזא זאך. עניוועי מיר האבן א אנדערע בילד און ווען איך וועל האבן צייט וועל איך ענק מיטטיילן



קודם די רב הצעיר האט קהל אים אויפגענומען, מיטן רבי'ןס פארדערונג אדער צושטומונג (כ'גיי נישט אריינגיין אין דעטאלען אין אלע חולוקי דעות)
אין די א''ג וומ''ס רבנות הענגן ענק אן אין רבי'ן ז''ל - טראץ וואס עס מאכט נישט קיין סענס

והעיקר
די וועסט ביי מיר מודה זיין (כ'האף אזוי, אז נישט ווער ווייסט וואס קומט נעקסט) אז די רצון פין רבי'ן בב''מ איז אלע יארען געווען אפען פאר יעדן, קיינער האט עס נישט געלייקענט, ער האט עס געזאגט צענדליגע מאל ברבים מיט שטאלץ אין קורת רוח.
אז ר' אהרן זאל זיין זיין פארטרעטער ווי אימער עס האט זיך אויסגעפעלט, דאס האט זיך נאך אנגעהויבן פין ווען ער האט איבערגענומען די כסא הנהגה  - אין נאך פריער אפי' , אין ער האט עס גיט מסביר געווען פאר הרה''ח ר' פרץ לעפקאוויטש לאוי''ט
אנגעהויבן פין די דרשות אא''וו האט איז ער געווען זיין סגן על כל דבר.
אזש ''אלע קינדער'' האבען זיך שוין ציגעוואינט דערצו, אין אלעס איז געווען על מי מניחות (חוץ דער בן השלישי וואס האט יא געהאט קנאה אבער ער האט קלאר געוויסט אז געים איז אווער, ער האט פארשפילט די יארען, ס'דערנאך, אין חוץ די פאר קינדערישע אויסדרוקען אין צעירים האט ער אייגערוהט)
פארוואס דאס איז געוווען דארף איך אויך קיינעם נישט מסביר זיין
נו, ווען קהל וויל דאס אויף די עלטערע יארען מאכען אפיציעל אין פארשטערקערן, ווי קומט דא אריין פארפירט? (אפשר זאגסטו אז מ'האט אים פארפירט אז ער זאל עסן פרישטוג?)
דאס אלע יארען געווען זיין רצון אין מ'מאכט עס נאר שטערקער.

אנדערש איז אבער ווען מ'קומט פארקויפן אז דא אויף די עלטערע יארען האט ער פליצלונג איבערנאכט געטוישט זיין מיינונוג אין נאך לאנגע יארען וואס ער האט געבויט אין אזוויפיל זיך געשפיגעלט מיט זיין זון דער גאון בתורה ויראה, אין אלע אנדערע קינדער נישט געלאזט אפי' נאנט קומען דערצו,
אין פליצלונג וויל ער גאר איבערגעבן די שטערקסטע רבנות פאסטען פארן בן השלישי
עפעס פונקט נאכדעם וואס דער גבאי וועלכע האט ליידער געהאט אזא שליטה אויף רבין' גוף, אין ר' אהרן וויל מער נישט אננעמן זיינע דעות
אין פינקט דעמאלטס וויל ער אים מער נישט קענען

אמת
איך בין משוגע פארען איבערקייען אז היינט איז מאנטוג
אבער אז ס'קומט אזעלכע נערישע שקרנים ווי דיר פעלט עס אויס צו זאגען





תוקן על ידי היראים ב- 13/07/2010 02:56:06

Lechtiger » 13/7/2010 02:44

היראים שרייבט אז דער 'גבאי' האט "פאלוירען" די שליטה אויף ר' אהרן. סאו ווער האט היינט די שליטה?


תוקן על ידי Lechtiger ב- 13/07/2010 02:44:52

sybarit » 13/7/2010 03:44

היראים איך האב זייער הנאה פון דיר די הייבסט אן ארויסצוברענגן מיין צד. לאמיר דיר פרעגן מאכט דען סענס אז די ברך משה וואס האט געהאט 4 קינדער און 2 פון דעם געלונגענע (לאמיר נישט יעצט אנהייבן אז מהרז"ל איז א ע"ה און איך זאג אויך נישט גארנישט אקעגן מהר"א) און פאר איינעם זאל ער איבערגעבן די גאנצע רביסטעווע. און די אנדערער זאל בלייבן מיט סיגוטע ביהמ"ד און ב"פ און שוין. די האלטסט אז ס'וואלט ווען געווען יושר פון א טאטע אזוי צו טון. טראכט אריין לאגיש. מהרז"ל וואלט געהאט ביי די 60 סאך ווייניגער ווי ר' יואל ט"ב ביי די 24 און פאר דעם האב איך א גאנצע הסבר אז די נאן סענס איז געווען ביז נ"ט. און פון דארט און ווייטער האט שוין אלעס פיין געהאט סענס. געפייניגט האט מען עם אז ער זאל גארנישט געבן פאר מהרז"ל. ווייל מען האט מורא געהאט אז ער וועט זיין א שטער פאר מהר"א. און נ"ט האט די ברך משה זיך אויפגעוועקט און געזען וואס דא גייט פאר האט ער געטון וואס ער דארף צו טון. (דאס איז נאר ראשי פרקים. די מעשה האט נאך אסאך פרטים. )

ראדני_קינג » 13/7/2010 04:48

סייבעריט,


אמשיל לך משל נאה, משל למה"ד, איר עפנט אויף א צייטונג און איר זעהט אין די בעק א קלעסיפייד וואס ליינט זיך ווי פאלגענד:

"א טאלאנטפולער פערזאן, געאייגנט צו זיין א אדמו"ר זיכט צו איבערנעמען א חלק פון סיי וועלכער חסידות וואס איז צו גרויס און איז וויליג אוועק צו געבן א חלק פאר א אנדערן אדמו"ר, ביטע רופט 718-384-0070, אויב מ'הייבט נישט אויף לאזט איבער א קלארע מעסעדש, מיט דאנק"

דער נמשל:
א אדמורו"ת קען מען נישט געבן פאר מער ווי איין קינד, חוץ אויב ס'דא מער ווי איין חסידות, די פאזיציע פון אדמו"ר איז נאר דא איינע פער חסידות, ס'נישט שייך זאל זיין מער ווי איין רבי פאר די זעלבע חסידות, און ס'מאכט נישט קיין טראפ סענס אז דער רבי האט מחליט געווען ציציברעכן זיין אייגן חסידות אלעס נאר ווייל נאך א קינד זאל אויך זיין א רבי, דאס איז פארקערט ווי דער שכל אנושי, מ'מאכט נישט קיין חסידות כדי צו סערווירן א רבי, מ'מאכט א רבי כדי צו סערווירן א חסידות

אנדערש איז אבער פערזענליכע ירושה, וואס איז נישט מער ווי נכסים וואס געהער מן הדין פאר אלע קינדער ציגלייך

וקל להבין

וואלןסח » 13/7/2010 05:42

סייבעריט

אן זיך צו אינדעטפיצירן אז דו האסט זיך נאנט געדרייט ביים רבין די לעצטע יארן, שיינט שטארק ארויס פון דיינע ווערטער אז דו געדענקסט נישט סאטמאר בתפארתה, און דו האסט נאר אנגענומען וואס מען האט דיר געהאקט אין קאפ און געפראגראמט.

דער ייטב לב האט געמאכט נאר איין זון ממלא מקום, און אזוי אויך דער קדושת יו"ט

איי וואס איז מיט די אנדערע זון, זיי זענען געווארן רבנים אין אנדערע שטעט

דער ברך משה האט קלאר געזאגט, בשנת תשמ"ז און אויך אין די מיטל נ' יארן פאר זיינע קינדער אז ער וויל נאר מהר"א זאל פירן די קהלה.

א איד האט געפרעגט דעם ברך משה אין די אנהייב מ' יארן ווען די רבי האט אוועקגעגעבן פאר רז"ל די סיגעטע ביהמ"ד אין ב"פ מיטן הויז, וואס איז ווערט געווען א הון רב, האט יענער געפרעגט דעם רבין פארוואס ער טוט עס, האט דער רבי געזאגט, איך וויל ער זאל זיין און בלייבן סיגעטער רב, ער זאל נישט האבן א סיבה פארוואס מקנא צו זיין דעם ברודער.

און איך מיין אז רז"ל פערזענליך האט נישט געהאט קיין איין שונא אין סאטמאר ביז תשנ"ה, פשוט ווייל ער האט קיינמאל גארנישט געטון, און איינער וואס טוט נישט (הן לטוב והן לרע) האט מען נישט פיינט.

איך מיין אז יעדער וועט מודה זיין, אז לאחר הסתלקות רבינו הברך משה, ווען מהר"א ווערט ממלא מקום, און רז"ל ערקלערט זיך אלס כ"ק אדמו"ר מסיגעט שליט"א וואלט עס אויך קיינעם נישט געשטערט, נאך מער, תלמידי וחסידי מהר"א וואלטן קלאר געגאנגען אויך צו אים א שטייגער ווי תלמידי וחסידי הברך משה פלעגן גיין צו ר' הערשעלע ספינקער, ס'איז נישט געווען קיין סתירה.

נאר וואס, כיון שנעשה מה שנעשה, נעשה מה שנעשה

און די איבריגע איז היסטאריע...

 

ואגב סייבעריט, לשיטתך פארשטיי איך באמת נישט דעם ברך משה , פארוואס האט ער נישט געגעבן א חלק פון סאטמאר פאר ליפא? אין מיין ער איז דאך אויך א זון, פארוואס האט ער אים נישט געגעבן מאנסי? בארא פארק? לאנדאן?

ראדני_קינג » 13/7/2010 17:48

וואלן, איר ברענגט ארויס א גאר וויכטיגער פונקט איבער די ירושה, וואס ברויך אביסל מער אויסגעשמועסט ווערן, דהיינו דער סיגעטער שול אין בארא פארק,

דער סיגעטער שול אין בארא פארק איז באותו זמן, לכאורה געווען די ווערדספולער פערזענליכער פארמעגן פון ברך משה, דער ביהמ"ד איז דעמאלטס געווען א רעלאטיווער נייער הערליכער ציגעלנע בנין, בערך 10 יאר אלט, און די שענסטע און טייערסטע געגנט און בארא פארק, ס'א שיינע סייז בנין, א גרויסער ביהמ"ד, א זאל אונטען, א גרויסער דירה אויבן, אט דער גאנצער רכוש האט ר' זלמן לייב באקומען פאר אלע זיינע געשוויסטער,

[חוץ יוז סט. וואס ר' אהרן האט טאקע באקומען פריער, אבער דער סיגעטער ב"פ שול איז זיכער געווען סאך א גרעסערע בנין און קהלה ווי דער וומ"ב סיגעטער שול.]

יעצט, והוא העיקר: אפשר איז דא אסאך וואס ווייסן נישט און געדענקען נישט, אבער דעמאלטס אין יענעם תקופה ווען דער ברך משה, אלס סאטמאר רבי, און די פריע מ' יארן, האט איבערגעגעבן זיין טייערסטע פארמעגן פאר ר' זלמן לייב'ן איז דער סיגעטער קהלה אין בארא פארק געווען פון די שענסטע אין שטערקסטע היימישע קהילות אין בארא פארק, דארט האבן געדאווענט, פילע שיינע תלמידי חכמים און כידוע אסאך בעלי בתישע מענטשן, איך געדענק אז מ'האט געהאט געשמיסט אז דער ביהמ"ד גייט אין אפאר יאר זיין צו קליין,

ר' זלמן לייב האט דא באקומען  בחנם א פערטיגע running business, ער האט נישט געדארפט גארנישט שוויצן פאר קונדן, און נארמאל וואלט יעדער געקלערט אז, מיט 53 שול מיט זיינע פראבלעמען וואלט ער געדארפט איבערשטייגן 53 און זיך בויען די גרעסטע סאטמארע טיפ קהלה אין בארא פארק, אזא גאטונג ווי ר' אלעזר הורוויץ וכדומה,

נאך א וויכטיגע זאך די סיגעטע קהלה איז געווען גענצליך זעלבסטשטענדיג פון די גרויסע קהל יטב לב, דאס מיינט אז ר' זלמן לייב איז אין גאנצן נישט געווען נכנע אונטער קיינעם, ער האט געהאט כמעט 20 יאר די געלעגנהייט זיך צי בויען א אייגענע הערליכע אימפעריע,

יעצט, בואו חשבון, וואס איז געווארן פון די שיינע סיגעטער קהלה נאה וחסידה, אין די קרוב צו 20 יאר וואס דער "גלונגענער" ר' זלמן לייב איז געווען דער רב הקהלה, רבותי, ער האט געמאכט א תל דערפון א חורבן, ער האט עס באנקראטירט! אויף אזוי ווייט אז בשנת תשנ"ט, קרוב צו 20 יאר שפעטער, איז ער געקומען וויינען צו זיין טאטע "טאטי, אהרן האט אלעס און איך גארנישט?!"

דו ביטאנג! גארנישט?! דו האסט דאך באקומען די שענסטע! נאך סאך פאר יעדער האט עפעס באקומען, ווער איז דיר שולדיג אז דו האסט עס אוועקגעפאטשקעט,

נארמאל וואלט ר' זלמן לייב בשנת תשס"ט, אויב ער איז ווען נאר א פערטל "געלונגען" ווי די זאליס פארקויפן, וואלט ער געדארפט זיין און א באקוועמע פאזיציע וואס עס וואלט נישט געווען קיין קלער ער זאל איבערלאזן די סיגעטער קהלה,

דאס מיינט אזוי, ר' זלמן לייב האט געהאט א טשענס זיך אויפציבויען א שיינע זעלבסטשטענדיגע חסידות, אן קיין שטער, אבער אזוי לאנג די הצלחה האט זיך געוואנדן אין זיינע אייגענע כשרונות, אן קיין מחלוקת, האט קיינער נישט געקוקט אויף זיין זייט, ווי נאר איז געקומען מיט א סלאגאן פון "אהבה מסתרת", ער גייט מתקן זיין די חטאים פון זיין טאטע, ער גייט זיין דער קאנקורענץ פון זיין עלטסטע ברודער, ער גייט אנמאכן די גרעסטע מחלוקה אין מאדערן היסטאריע, אה! פלוצלינג איז ער ביי די 50 יאר געווארן געלונגענער א "נועם המידות",

מיין עיקר פונקט וואס איך וויל ארויסברענגן איז וויזוי קען דער רז"ל האבן די העזה אין וויינען אז ער האט גארנישט באקומען, און די צייט וואס ער האט לכאורה באקומען די מערסטע פון יעדן, און ער האט עס פשוט אוועקגעפאטשקעט,

sybarit » 13/7/2010 17:48

וואלן ווי איך זעה האסטו זיך נאך געדרייט ביי די צייטן פון קדושת יו"ט און ייטב לב, איך וואלט מיט דיר געוואלט רעדן איך דארף אביסל אינפאו פון יענע צייטן, עניוועי איך האב נישט געגלייבט אז א יוד וואס האט דורך געלעבט די ביטערע 2טע וועלט קריג זאל נאך שרייבן דא אויף היידפארק,
עניוועי גענדיגט מיט די הלצות, און יעצט צום פונקט,

דאס איז קלאר אז סיי  ייטב לב און סיי קדושת יו"ט האט איבערגעלאזט סיגוט פאר איין קינד,פשוט ווייל עס איז נישט געווען קיין מציאות פון צוטיילן, ניין ס'האט נישט געהאט קיין מציאות צו נעמן סיגוט און צוטיילן און 2, פארגעס נישט סיגוט איז נישט געווען קיין קהלה, ס'איז געווען א שטאט און די ייטב לב און קדויו"ט זענען געווען א רב און א שטאט, און צוטיילן מיינט מאכן 2 באזינדערע בתי מדרשים און די שטאט, און די זעלביגע איז געווען ביי אלע אנדערע חסידות אינדערהיים, משא"כ היינטיגע צייטן ווען א רב אדער א רבי איז נישט איבער א שטאט, נאר איבער א קהלה און די סאטמארע קהלה האט ברענטשעס איבעראל,  איז שוין יא שייך צו צוטיילן, און וואס די ברך משה האט געוואלט ביז נ"ט איז אז מהר"א זאל זיין די סאטמארע רבי, די הויפט רבי פון סאטמאר, ער איז דאך די עלטסטע זין, קומט עם עס, אבער עס בלייבט שווער פארוואס האט מהרז"ל נישט געקענט באקומען מאנרוי, די 2טע גרעסטע ברענטש פון סאטמאר יא מהר"א ווען זיין די רבי, אבער מאנרוי קהלה קען געהערן פאר מהרז"ל אונטערן נשיאת פון מהר"א אדער כאטש די מאנסיער קהלה, עפעס און סאטמאר וואלט דאך געדארפט געהערן צו עם, אזוי ווי ר' מאטעלע'ס קינדער זענען צוטיילט, ס'איז קלאר אז ר' ישראלטשע וועט זיין רבי אבער יעדער זון האט א שיינע ברענטש,די זעלבע זאך דא מהר"א איז נשיא און מהרז"ל וואלט געווען קרית יואלער רב, אזוי ווי מהר"א איז געווען בחיים פונעם טאטן

נאר וואס איז יושר לאמיר גיין אז מהר"א וואלט געווען היינט די איינציגסטע רבי, וואס איז יושר אז מהרז"ל זאל ווען בלייבן סיגוטער רב, און ר' מענדל וואלט שוין געווען קרית יואלער רב, און ראש ישיבה, און מהר"א איידימער וואלטן געהאט שיינע בתי מדרשים און מאנרוי, און מהרז"ל וואלט אינגאנצן געווען סיגוטער רב, יא ס'קען זיין אז סיגוטער רב איז א שיינע טיטול, אבער ס"ה וואלט ער געווען ווייניגער ווי ר' יואל ט"ב בן מהר"א, די קענסט דאס פארשטיין,און באמת איז דאס וואס די ברך משה האט געאפפערט פאר מהר"א ווילסט אריינקומען און וויליאמסבורג קום זייער גערן, אבער לאז דעמאלטס קר"י פאר מהרז"ל, און ווער מהר"א וואלט דאן געפאלגט די טאטע וואלט ער זייער מעגליך היינט געווען די איינציגסטע סאטמאר רבי,

איי פארוואס איז עס ביז נ"ט נישט אזוי געווען איז די סבה אזוי, ווייל ווען מען קוקט די ברך משה'ס קינדער וועט מען זען אז מהר"א און מהרז"ל זענען די 2 געלונגענע קינדער, (שריי נישט אז מהרז"ל איז א פויער און א ע"ה, ווייל איך קען אויך שרייען אקעגן מהר"א, נישט דאס איז די נושא דא) פון ר' ליפא האט מען נישט מורא געהאט ווייל ער איז אינגאנצן נישט קיין רבישע שניט, און הרב שלום אליעזר האט מען אויך נישט מורא געהאט, משא"כ מהרז"ל איז יא געווען א דארן און אויגן סיי פאר מהר"א און סיי פאר די שטוב מענטשן וואס זענען און יענע יארן געווען זייער פרא מהר"א, ווייל ווי נישט ווי האט מען מורא געהאט פון עם אייביג, אז די ברך משה וועט זעהן און ער וועט עם געבן א גרויסע חלק פון סאטמאר, אזוי ווי אןיבן שוין דערמאנט, מילא האט מען פרובירט מיט אלע מיטלען אפצוקילן די ליבשאפט פונעם טאטן צו עם מכלומרשט מיט מעשיות אז חי' שרה איז א שונא אא"וו,  קענט עטס גלייבן אז די פאסטן און צעירים איז מען נישט געקומען צו מהרז"ל אנטראגן, נאר ער איז אליינס געגאנגען צו הרב יעקב נחמן שטויבער און שנארן א דזשאב, און אלץ די רבי'ס זין האט עם ר' נחמן גענומען פאר א מגי"ש און מכלומרשט איז ער געווען ראש ישיבה, וואס איז געווען א טיטל אן א מיטל, און דאס אלעס נישט ווייל ער האט נישט געטויגט נאר ווייל מען האט עם געוואלט דערווייטערן פונעם טאטן, און ביז נ"ז האט עס זייער גוט געארבייט,און דאס איז טאקע די סבה פארוואס מהרז"ל האט גארנישט געהאט ביז ווען ער איז געפארן קיין ירושלים )

און נאך שטערקער איז די קושיא, ווען מהר"א וואלט געווען די גאר געלונגענער מענטש, און ער וואלט געברענגט כבוד און טרום פאר סאטמאר,, און ער וואלט ווען געהאט א ישיבה וואס וואלט אפגעקלינגען אלץ איינע פון די בעסטע ישיבות און דער וועלט, וואלסטו מיר נאך געקענט ענטפערן אז וויבאלד ס'איז אלעס אזוי גוט געפארן האט די ברך משה עס נישט געוואלט שטערן, אבער ביזדערווייל איז עס נישט אזוי געווען, איך גיי נישט יעצט אריין צו  ער איז יא געווען גערעכט צו נישט, נאר איך רעד פון מציאות, סאטמאר אונטער די הנהגה פון מהר"א האט באקומען אסאך שונאים, די ישיבה האט געהאט זייער נישט א גוטע נאמען, אא"וו מילא איז שווער פארוואס נעמסטו נישט דיין 2טע זין זאל צוהעלפן, אדער מיט די קהלה, אדער מיט די ישיבה, פארוואס גיסטו עם נישט קיין שאנס, און מיט די אויבן דערמאנטע באשרייבונג איז שוין אלעס פארענטפערט, מען האט מורא געהאט פון מהרז"ל, מילא האט מען עם דערווייטערט פונעם טאטן, און מען האט אלץ אוועקגעמאכט פארן טאטן מילא איז עס ניטאמאל בייגעפאלן פארן ברך משה, און אפילו אויב ס'איז יא בייגעפאלן האט מען עס נישט געלאזט קומען לידי מעשה,

און וואס איז שפעטער געווארן אז די ברך משה  האט זיך געטוישט, וועל איך ענק פארציילן, יא משה גבאי האט קלאר געהאט א יד און די טוישונג פון די ברך משה, אבער וואס האט ער געטוהן, וועל איך ענק זאגן, ער האט נאר געפענט די טיר פאר מענטשן וואס זענען געווען אנגעווייטאגט אויף די הנהגה פון סאטמאר פון אינמיטן די מ'םס ביז נ"ט  און זיי געלאזט אריינגיין רעדן צום ברך משה'ן וואס איז געווען שלעכט ביז יעצט, און אויך עם לאזן הערן אז ער האט א זין מהרז"ל וואס איז קען זייער פיל צוגעבן פאר סאטמאר, און  נאכאמאל נישט מען האט געוואלט פון מהר"א אוועקנעמן די רביסטעווע,  נאר מען האט געוואלט גרויסמאכן מהרז"ל,  (די סבה פון משה גבאי קען זיין איז געווען ווייל ער האט געוויס וואס די דיעקשאן פון מהר"א וועט זיין און ער האט געוויסט אז ער וועט ארורודערן און דאס וועט עם קלענער מאכן, אבבער די ברך משה האט דאס נישט געהאט און פלאן, און ווען מהר"א רודערט ווען נישט ארום וואלט עס לכאורה אויך נישט צושטאנד געקומען אז מהרז,ל זאל זיין רבי איבער האלב סאטמאר, ער וואלט נאר געווען רב, אדער אוןו וויליאמסבורג אדער און קר"י)

און דאס איז זייער א פשוטע און לאגישע טעם, די ברך משה האט קיינמאל נישט שפעטער פיינט געהאט מהר"א ער האט נישט ליב געהאט זיינע שטיקעס וואס ער מאכט, ער האט אסאך געוויסט, ווייל ער האט געוואלט וויסן, און יא די ברך משה איז די לעצטע יארן געווען א אלטער יוד, און ער האט געקענט פארגעסן, אבער נישט וויסן וואס טוט זיך איז קלאר נישט אמת, איך האב קיינמאל נישט געהערט אז ער זאל מיינען אז מהר"א איז מהרז"ל אדער פארקערט, ער האט זייער גוט געוויסט וואס טוט זיך, און ער האט נאר געטון די נארמאלע זאך, נישט נארמאל איז געווען ווען ער האט דערוויטער מהרז"ל אבער נאך נ"ט האט ער נאר געטון וואס א נארמאלע טאטע טוט פאר זיין זין, און ער האט נישט געהאט און פלאן צו צוטיילן סאטמאר, ער האט געהאט און פלאן אז מהרז"ל זאל זיין אונטער מהר"א, נאר ער האט געוואלט אז מהרז"ל זאל אויך זיין עפעס און סאטמאר, נישט נאר סיגוטער רב, און דאס האט ער קלאר געזאגט פאר מהר"א, די ווילסט קומען קיין וויליאמסבורג דעמאלטס לאז מהרז"ל און קר"י, און דעמאלטס האט ער נאכנישט גערעדט פון רביסטעווע, ווייל ווילאנג ער האט געלעבט האט ער נישט געוואלט רעדן פון זיינע קינדער וועלן עם איבערנעמען, ער האט פשוט געוואלט אז מהרז"ל זאל האבן אזוי ווי הרב חחים יושע און מאנסי, און הרב בעריש און ב"פ און הרב דוד מייזליש און מאנטריאל, ער איז סוכ"ס א זין מעג ער האבן אביסל מער, ווי נישט ווי אז הרב וואזנער איז מאנסיער רב, מעג ער אלץ ברך משה זון אדער וויליאמסבורגער רב אדער קר"י רב,

און צום ענד די סבה פארוואס עס איז געוואר צוטיילט איז ווייל מהר"א האט נישט קאפארירט, און דאס האט געמאכט די  צוטיילונג ווייל דאס האט שוין אויפגערעגט די ברך משה,

און וועגן די ירושה די ברך משה האט שוין איבערגעשריבן די ירושה נאך פאר ר' מענדל האט אוועקגענומען די הויז, און יא עס איז אמת אז די קר"י האט קודם געהערט פאר די קהלה, און מען האט עס שפעטער איבערגעשריבן אויף עצי חייפ ב"פ, אבער די ברך משה האט צוטיילט די ירשוה האט ער געשריבן פאר מהר"א די הויז אויף היוז סט, פאר ר' ליפא די הויז און קר"י אויף איהעל קט, און פאר מהרז"ל זיין הוזי אויף בעדפארד, און פאר הרב לום אליעזר א הויז און ב"פ, און דערנאך ווען ר' מענדל האט איבערגעשריבן די הויז אויף עצי חיים ווימסב"ג האט די ברך משה זיך אויפגערעגט און געזאגט אז ווי לאנג ס'ווערט נישט צוריקדעשריבן אויף עצי חיים ב"פ באקומט נישט מהר"א זיין חלק און ירושה,

און דאס וואס די שרייבסט וועגן די"ת איז געווען אז נאכן איבערשרייבן האט משה גבאי גערופן ר'  מענדל צו די"ת מיט א כח הרשאה פונעם ברך משה, האט דוד עקשטיין געטענהט אז ער וויל אליינסגיין אויספרעגן די ברך משה, האט משה גבאי געטענהט אז ביי מיר האט ארבי א הייליגע אפטטיטש, און סתם אזןי אריינגיין צום רבין און עם אויספרעגן בין איך ישט מסכים, און ענדערשט לאז איך אפ די קעיס, און נישט ווייל ער האט מורא געהאט, ווייל לויט ענק וואלט ער דאן אויך געקענט איינרעדן די ברך משה אז ער זאל זאגן אז ער האט עם געגעבן די כח צוריק צו מאנען די הויז



טאטלע » 13/7/2010 18:03

סיבאריט

אז די ווילסט פארענטפערן די גזילה פין מהרז"ל מיזטו נאך נישט אויפקימען מיט א שקר גס אז די הויז אין איהעל קארט איז דעם רעבין ז"ל פרייוואטע אייגענטום

אין דערצייט וואס קהל האט געבויט דעם הויז אין ציגעבויט צים הויז

ווען משרייבט איבער א הויז ציליעב לעגאלע סיבה פין איין קאנגערעישאן צים צוויטען ווערט עס נישט אויס מיינס

אז מהרז"ל וויל נישט ציטיילען די ירושה JOST DONT DO IT

ער דארף זיך נישט פארעטפערן פאר קיינעם

די זאליס קערן נישט זיי האבן די גאנצע תורה דארט ווי איך האב עם

אויב קען מען וויי טיען אהרענען איז אלע אוסורים אין די תורה אטאמאטיש מותר

די ארונים וויסען דעם אמת אין אין זיי גייען נישט קויפן דיינע שטותם אין שקרים

די פרעמדע גאס

ווער עס האלט מיט מהרז"ל וועט עני וועי בלייבן

ווער נישט איז דאך עני וועי נישט


אין גאט אין הימעל קען מען נישט פאפען

 

ממילא סיבאריט טייערע דיין ארבייט איז לריק ארויסגעווארפענע

וואלןסח » 13/7/2010 18:35

איי איי סייבעריט, איך בין געווען מסופק צו די ביסט א בני יואל פון די אהבה מוסתרת, אבער דו ביסט פשוט אויפגעוואקסן על ברכי רז"ל

יעצט קוקט אויס אז דו ביסט פשוט אויפגעוואקסן על ברכיו.

נו הער אמאל אויס וואס א איד וואס איז א טראפ עלטער פון דיר האט צו זאגן.

נישט קיין נפק"מ ווי אלט איך בין, ס'איז פונקט גענוג אז ווען רז"ל איז געווארן רב אין וומסב"ג האב איך שוין געהאלטן נאך די חתונה, און וויפיל איך האב נישט מיטגעהאלטן פערזענליך האב איך געהערט פון אנשים נאמנים וואס האבן עס מיטגעהאלטן.

יעצט פאר אלעם א שאלה:

דו האלטסט אז דער תולדות אהרן רבי ז"ל האט געוואלט אז זיין קהלה זאל ווערן צוטיילט ווי עס קוקט היינט אויס?

דו האלטסט אז דער ספינקער רבי ז"ל האט געוואלט אז זיין קהלה זאל ווערן צוטיילט ווי עס קוקט היינט אויס?

איך ווייס נישט, איך ווייס אבער יא וואס איך האב געהערט כמ"פ פון רבינו הברך משה "איך וויל צוריק געבן סאטמאר פארן פעטער אזוי ווי איך האב פון אים באקומען" דאס מיינט נישט צוטיילן.

אוי איך האב פארגעסן, דו האלטסט אויך אז דער רבי האט נישט געוואלט צוטיילן.

פיין מסכים.

יעצט לאז מיר דיר פרעגן א שאלה, דער רבי האט געמאכט התמנות פאר כמעט אלע זיינע קינדער שוין אזוי פרי ווי אין די אנהייב מ' יארן (פאר תשמ"ה) ר' בעריש אין בארא פארק, ר' שלום אליעזר אויף 15 עוו. (תשמ"ב) ר' דוד מייזליש אין מאנטרעאל (תשמ"ב), ר' זלמן לייב אין סיגעט ב"פ (תשמ"ג).

נאך אלעם האט ער אין תשמ"ה געמאכט דעם רבין פאר רב אין קרית יואל, איז געבליבן נאר ר' חיים יושע און ר' ליפא אן א התמנות, ר' חיים יושע איז געווען גאר יונג, (וי"א אז ער האט נישט געוואלט נעמען א רבנות פאסטן ווי לאנג ער האט נישט קיין קינדער, כך שמעתי בשנת תשנ"ד, אבער נישט קאנפירמד).

תשמ"ה פאר דער רבי האט ממנה געווען דעם רבין שליט"א, זענען געקומען אידן צום רבין ובתוכם ר' הערשל פאלקאוויטש, און געבעטן דער רבי זאל ענדערש שיקן ר' זלמן לייב, וועגן די רבי איז א איידעם אין וויזניץ, האט דער רבי געזאגט פאר די אידן "יודע צדיק נפש בהמתו" איך קען מיינע קינדער.

ר' זלמן לייב איז געווארן ראש ישיבה לצעירים נאך אין יאר תשמ"ה (ווען מען האט בכלל געעפנט דעם מושג פון ישיבה לצעירים) ער האט נישט געדארפט שנארן פאר א דזשאב, ער האט געהייסן ראש ישיבה און ר' נחמן דער מנהל. (און דאס איז געקומען נאכדעם וואס ער האט נעבעך געמוזט פארשפארן די סיגעטער ישיבה)

במשך די יארן האבן די ראשי קהלה געוואלט אריינשטעלן רז"ל אין וויליאמסבורג ער זאל זיין א רב אין א ביהמ"ד א שטייגער ווי רז"ל פילאפף אין זופניק און ר' יחזקאל ט"ב אין קליימער, די רבי האט קיינמאל נישט מסכים געווען.

בריאותו פון רבין איז איינמאל שוואכער געווארן תשמ"ז, נאכדעם נאכאמאל תשנ"ג (אחר פטירת בתו) און אויף גאר א גרויסן פארנעם תשנ"ו, און פון דארט איז עס געווארן ליידער פוחת והולך.

אייגענע אקציעס פון בחורים איז בעיקר געווען אין די יארן פון תשמ"ט ביז תשנ"ה, די שטורמישע יארן אין סאטמאר, דערנאך איז כמעט נישט געווען, אפשר אמאל אמאל דורך יחידים, איך געדענק נישט, אדרבה ווייז מיר אן עפעס, פון תשנ"ה און ווייטער איז די ישיבה געשטיגן ב"ה, מען האט פרובירט אסאך פעולות לטובה, ווייל ווי נישט ווי איז ביטער שווער צו פירן א ישיבה מיט 18 יעריגע בחורים, וקווינס יוכיח, נישט ווייל ס'איז קווינס, נאר וויי ס'איז 18 יעריגע בחורים, תשנ"ה האט מען אריינגעשטעלט ר"מ זילבערשטיין, אלעס אין א קייט פון פעולות צוריקצושטעלן די ישיבה אויף די רעלסן.

אין א זייטיגע נאטיץ דארף באמערקט ווערן, אז די ישיבה בחורים מיט זייערע אקציעס אין די יארן פון תשמ"ט תשנ"ה זענען גארנישט געווען ערגער ווי די בחורים מיט זייערע אקציעס אין תשכ"ז תשל"ט, דער חילוק איז נאר געווען קעגן וועם מען האט געטון די אקציעס.

יעצט, פון תשנ"ה ביז תש"ס האט זיך גארנישט דראמאטיש געטוישט אין די ישיבה, ס'איז געווען עוורידזש פיין, מען איז געקומען פון איבעראל, ס'האט אין יענע יארן געהאלטן שוין ביי קרוב צו 800 בחורים.

ממילא האב איך דא א פאר קשיות.

קודם וועלכע מענטשן זענען געווארן פריש אנגעווייטאגט פון תשנ"ה און ווייטער אז משה גבאי האט זיי געדארפט עפענען די טיר, און אויב האט ער געעפענט די טיר, פארוואס האט ער פאר אנדערע פארשפארט די טיר, אדרבה זאל די רבי אויסהערן יעדן און אליין באשליסן וואס ער האט צו טון.

אויב האט מען געוואלט אז רז"ל זאל נישט זיין מער ווי ר' חיים יושע אדער ר' בעריש, פארוואס האט מען אים געשיקט קיין ירושלים און דערנאך צוריקגעברענגט קיין וומסב"ג, מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר?

ס'איז זייער נישט פארשטענדליך וואס דו שרייבסט איבער לה"ר וואס מען זאל האבן געברענגט צום רבין אויף רז"ל, ער האט נישט געהאט קיין שונאים, ס'איז קיינעם נישט אנגעגאנגען וואס ער טוט, והראי' די אלע חוצפה'דיגע אקציעס פון גיין טאנצן נאך זיינע חתונות מיט זיינע שוואגערס עקסטער אין א זאל, האט נאר איין מענטש אויפגערעגט, דאס איז זיין ברודער ליפא, און ער האט אים פארדעם אראפגעווארן די שטריימל ביים באגלייטן אין יאר תשנ"ב בפני כל עם ועדה.

נישט געווען נאך א איד אין גאנץ סאטמאר וואס ס'זאל דאס שטערן, די גאנצע זאך איז נאר געקומען אויפן אויבערפלאך ווען ער האט זיך פרובירט אהער צו שטעלן אלס דער מומחה אין כיבוד אב ואם.


דו שרייבסט:

און אלץ די רבי'ס זין האט עם ר' נחמן גענומען פאר א מגי"ש און מכלומרשט איז ער געווען ראש ישיבה, וואס איז געווען א טיטל אן א מיטל, און דאס אלעס נישט ווייל ער האט נישט געטויגט נאר ווייל מען האט עם געוואלט דערווייטערן פונעם טאטן.

זיי דיך מסביר, ווייל מען האט אים געוואלט דערווייטערן פון טאטן איז ער געווען ראש ישיבה א טיטל אן א מיטל, מיט וואס איז ער געווארן מיט דעם דערווייטערט, ער איז דאך ווייטער געווען א גאנצע וואך אין וומסב"ג, ס'איז עפעס נישט פארשטענדליך וואס דו שרייבסט.

און נאכאמאל, ס'איז נאריש צו זאגן מיט א ברירות אז ווען ער בלייבט סיגעטער רב וואלט ער גארנישט געהאט (כלשונך ווייניגער ווי דעם רבינ'ס יואלי, כאילו ער האט עפעס א מלוכה, ער האט זיך א ביהמ"ד'ל און פארטיג) קראלי רבי האט זיך געגרינדעט א ביהמ"ד פאר זיך, האט ער עפעס ווייניגער ווי ר' אביש? ווייניגער ווי ר' אייזיק?, ולשיטתך אז ער טויג?, און איך זאג דיר אפילו לשיטתי אז ער טויג נישט, קודם ער וואלט זיך געקענט צולערנען, איך האלט נישט אז ער איז סתם א דאמבעל, ער האט פשוט נישט געהאלטן ביים ארבעטן ווייל ער האט נישט געהאלטן אז ער גייט אמאל עפעס ווערן, אבער ס'איז דא גענוג שיינע רבי'ס היינטיגע צייטן וואס זענען אסאך ווייניגער ווי אים.

און ווי געשריבן אויבן, אסאך חסידי מהר"א וואלטן געגאנגען צו אים, סיי צו זיינע טישן, און אפילו זיך קוויטלען ביי אים, פארוואס נישט? דעם הייליגן רבינ'ס א קינד?

נאר וואס, די קופה של שרצים האבן קלאר געזאגט אז זיי ברענגן אים אהער ווייל מען גייט צוטיילן סאטמאר, דעמאלטס ווען דו ביסט ארומגעלאפן און געשפילט קעטש אינדרויסן פון ביהמ"ד מיט קינדער פון דיין יארגאנג, האט משה גבאי קלאר געזאגט די ווערטער סיי פאר ר' משה שעהר ז"ל, און יבלחט"א פאר ר' הירצקא צוויבל און נאך, מען האט נישט געדארפט זיין צו קלוג צו זען וואס עס גייט פאר, און ממילא נעשה מה שנעשה

בקיצור, איך האב אסאך מאריך געווען, איך דארף גיין עפעס ארבעטן אויך, תן לחכם ויחכם עוד

sybarit » 13/7/2010 19:00

קודם וואלן די האסט געזאגט זייער א גוטע טענה צום סוף אז מען דארף גיין ארבייטן, און איך דארף די זעלביגע אויך טוהן,

עניוועי איך בין נישט געקומען דא דיר איבערמאכן, און ס'איז קלאר אז זיך טענה'ן איבער דעם איז ניטאמאל די פלאץ דא אויף היידפארק, ווייל מען וועט קיינמאל נישט פארטיג ווערן, איך האב נאר געוואלט ארויסברענגן פאר ענק די 2טע זייט, און מסביר זיין וואס די אנדערע קוק איז, און איך האב זייער הנאה אז די האסט עס פארשטאנען, איך האב נישט געווארט אז די זאלסט צו מיר מודה זיין, ריך האב נאר געוואלט אז די זאלסט פארשטיין,  און גיין יעצט ענטפערן וועט  נישט נעמען קיין ענד,

איך וויל נאר ענפערן אפאר קלייניקייטן דאס וואס ראדני טענה'ט אז ער וואלט פון סיגוט געקענט מאכן א העליכע קהלה, איך קען דיר נישט ענטפערן ווייל איך ווייס נישט, איך וויס נאר משלים פון אנדערע בתי מדרשים מיט געלונגענע רבנים און זיך, אבער וויבאלד זיי האנדלען מיט אלטע באטשיס, איז זייער שווער צו מאכן דערפון א זאך,

און דאס וואס וואלן האט אראפגעברענגט תו"א, האלט איך אז די אלטע תו"א רבי וואט נישט אנגעגאנגן אויב הרב שמואל יעקב איז און אר"י און הרב דוד איז און אמעריקא, און נאכמער ס'איז נישט גלייך ווייל תו"א איז נאר געווען איינס אזוי ווי און סיגוט, טאקע נישט קיין שטאט אבער ס'איז נאר געווען איין קהלה, און די זעלבע איז מיט ספינקא, משא"כ סאטמאר,

און נאך איך האב פריער דערמאנט אז מהר"א וואלט געקעט זיין רבי נאר מהרז"ל האט די ברך משה געוואלט אז ער זאל האבן א גרויסע חלק און סאטמאר, נישט רבי, אבער כאטש רב אדער ראש ישיבה האט ער יא געוואלט

עניוועי ס'איז דא צדדים לכאן ולכאן, און מען וועט ישט פארטיגן, און איך גלייב נישט אז איך וועל איינעם איבערמאכן, נאר וואס איך וויל זאגן אז ס'איז דא 2 צדדים, און  ס'איז דא אנדערע בליק אויכעט,

היראים » 13/7/2010 20:15

סייבריד
איך האב הנאה פין יעדע תגובה דיין'ס
האסט געראדע א גיטע פעדער, אין פראבירסט מיט דעם צו פאברעצירן זיסע פאקטען, אקעגן א מציאות וואס יעדער געדענקט - נוסח פארמעגליך
דיין פראבלעם איז איז יעדער געדענקט די אלע זאכען אין קיינער גייט נישט טוישען קיין מציאות ביי זיך אין מוח ווייל איינער זאגט אים דיינע אויגען אין אויערן האבען נישט געארבעט יענע יארען, ס''ה ווייזטו וואס פאר א פעלטשער אין שקרנים איר זענט, אין איך מיין אז ס'איז א שאד

איך האב נישט קיין צייט צו שרייבן צו פיל, אביסל וועל איך יא ענטפרן


sybarit כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
היראים איך האב זייער הנאה פון דיר די הייבסט אן ארויסצוברענגן מיין צד. לאמיר דיר פרעגן מאכט דען סענס אז די ברך משה וואס האט געהאט 4 קינדער און 2 פון דעם געלונגענע (לאמיר נישט יעצט אנהייבן אז מהרז"ל איז א ע"ה און איך זאג אויך נישט גארנישט אקעגן מהר"א) און פאר איינעם זאל ער איבערגעבן די גאנצע רביסטעווע. און די אנדערער זאל בלייבן מיט סיגוטע ביהמ"ד און ב"פ און שוין. די האלטסט אז ס'וואלט ווען געווען יושר פון א טאטע אזוי צו טון. טראכט אריין לאגיש. מהרז"ל וואלט געהאט ביי די 60 סאך ווייניגער ווי ר' יואל ט"ב ביי די 24 און פאר דעם האב איך א גאנצע הסבר אז די נאן סענס איז געווען ביז נ"ט. און פון דארט און ווייטער האט שוין אלעס פיין געהאט סענס. געפייניגט האט מען עם אז ער זאל גארנישט געבן פאר מהרז"ל. ווייל מען האט מורא געהאט אז ער וועט זיין א שטער פאר מהר"א. און נ"ט האט די ברך משה זיך אויפגעוועקט און געזען וואס דא גייט פאר האט ער געטון וואס ער דארף צו טון. (דאס איז נאר ראשי פרקים. די מעשה האט נאך אסאך פרטים. )


ווי מ'האט דיר שוין געזאגט עס מאכט טאקע נישט קיין סענס צו געבן אלעס פאר איין קינד, תינח ירושה
אבער אדמו''רת האט שוין ראדני קינג זייער גיט ארויסגברענגט די נ''מ

ועל כולם לאמיך יא אריינגיין אין די עצם גאונות, עס איז פאר קיינעם נישט קיין סוד, די יונגע יארען פין ר' אהרן אין די יונגע יארען פין ר' זלמן לייב, אין פאר די וואס געדענקן עס פארשטייען זייער גיט פארוואס ער האט אים קיינמאל נישט געוואלט געבן א ערסטע פאסטן אין ''סאטמאר'', פינקט ווי פאר די אנדערע קינדער אין איידימער, אין פאר ר' אהרן יא דווקא געוואלט געבן אלעס.

די עקסטרעמע הערצה פאר ר' אהרן האט זיך נישט אנגעהויבן וועט ער איז געווארען סאטמערע רבי, פרעג די יודן אין סיגוט ווי ער פלעגט זיך מיט אים טשאקענען מיט אים, אין שוין דאן פארטרויטן ביי יעדע זאך ווי עס האט זיך אויסגעפעלט
אין שפעטער - נאכען אינבערנעמן די הנהגה אין סאטמאר עפענטליך אויסגעדרוקט די סיבה דערפון פאר ר' פרץ לעפקאוויטש, צילייגענדיג קלארע ווערטער וואס פרעגן אפ אלע שטותים

און אפשר זאגסטו ווער האט אראפגעהאלטען דעם ברך משה פין אויפנמען ר' זלמן לייב ביז די שוואכע יארען?
פארוואס ווייסט מען נישט אז ר' זלמן לייב זאל האבען געפירט עפעס א מערכה מיט איינעם דערוועגן?
האט אים איינער געשטערט פין רעדן צו זיין טאטע?


sybarit » 13/7/2010 21:28

היראים קודם כל שקויעך פאר די קאמפלימענט וואס די גיבסט מיר איבער מיין עצם שרייבן,

און יעצט ענטפערן בקיצור, דאס וואס די זאגסא אז אדמורת האט יא א זון זו געבן נאר פאר איינער, דאס בין איך נישט מחולק, איך שרייב נאר פארוואס ער וואלט נישט באקומען די 2טע פאזיציע און סאטמאר אונטער מהר"א, ווי אויבן דערמאנט למשל קרית יואלע רב,

און אויב ווילסטו אנהייבן מיט די גאונות פון מהר"א און עם הארצות פון מהרז"ל, און די שטארקע עקסטרעמע הערצה וואס די טאטע האט געהאט צו עם, און ער האט געוואלט נאר ער, און נישט קיין אנדערער,
דאס איז וואס איך האב געזאגט,
יא מתחלה האט די ברך משה טאקע נאר געוואלט מהר"א, און ער איז געווען פארגלייבט און עם אויף זייער א עקסטרעמע אופן, אבער נאכדעם וואס מען האט געפענט די טירן, און מען האט אריינגעלאזט אנדערע זאגן קריטיק אויף מהר"א, און וויאזוי ער האט געפירט די סאטמארע חסידות, און מיט וויפיל מענטשן מען האט זיך צוקריגט, און פון די אנדערע זייט האט מען געלאזט מענטשן זאגן מעלות אויף מהרז"ל ווי געלונגען ער איז און ירושלים, און ווי א געוואלדיגע הערצה די עולם האט דארט צו עם, און די ברך משה האט איינגעזעהן און מהרז"ל כח, האט זיך אויפגעהערט די שטארקע הערצה וואס ער האט געהאט נאר צו מהר"א, און פארשטערקערט זיין סימפאטאטיע צו מהרז"ל און ער האט דאן געטוהן דאס וואס איז געטוהן געווארן,

היראים » 13/7/2010 21:32

מיינע תגובות זענען שוין פארראכטען אנטשולדיג פאר אומאנגענמליכקייט
טרעפט דאס אויף די 3,טע פיעזש פונעם אשכול


תוקן על ידי היראים ב- 13/07/2010 22:10:22

היראים » 13/7/2010 21:34



תוקן על ידי היראים ב- 13/07/2010 22:08:28

רבי_יונה » 13/7/2010 21:35

איין קליינע נקודה - די זאליס פרובירען צו פארענטפערן מיט אלע כוחות פארוואס רבינו שליט"א טאר קיין ירושה נישט באקומען, זיי באקן פרישע ווארעמע ליגענט מעשיות, די הויז אין קרית יואל, די ברך משה האט נישט געוואלט, וכו'.

אבער דאס איז דאך זיכער אז ר' שלום אליעזר איז דאך גארנישט שולדיג אין זייער אלע געבאקענע ליגענט מעשיות, טא לאמיר הערן די ליגענט פארוואס ר' שלום אליעזר באקומט נישט ירושה.

היראים » 13/7/2010 21:41

סייבריד שרייבט
היינטיגע צייטן ווען א רב אדער א רבי איז נישט איבער א שטאט, נאר איבער א קהלה און די סאטמארע קהלה האט ברענטשעס איבעראל,  איז שוין יא שייך צו צוטיילן, און וואס די ברך משה האט געוואלט ביז נ"ט איז אז מהר"א זאל זיין די סאטמארע רבי, די הויפט רבי פון סאטמאר, ער איז דאך די עלטסטע זין, קומט עם עס, אבער עס בלייבט שווער פארוואס האט מהרז"ל נישט געקענט באקומען מאנרוי, די 2טע גרעסטע ברענטש פון סאטמאר יא מהר"א ווען זיין די רבי, אבער מאנרוי קהלה קען געהערן פאר מהרז"ל אונטערן נשיאת פון מהר"א אדער כאטש די מאנסיער קהלה, עפעס און סאטמאר וואלט דאך געדארפט געהערן צו עם, אזוי ווי ר' מאטעלע'ס קינדער זענען צוטיילט, ס'איז קלאר אז ר' ישראלטשע וועט זיין רבי אבער יעדער זון האט א שיינע ברענטש,די זעלבע זאך דא מהר"א איז נשיא און מהרז"ל וואלט געווען קרית יואלער רב, אזוי ווי מהר"א איז געווען בחיים פונעם טאטן
נאר וואס איז יושר לאמיר גיין אז מהר"א וואלט געווען היינט די איינציגסטע רבי, וואס איז יושר אז מהרז"ל זאל ווען בלייבן סיגוטער רב, און ר' מענדל וואלט שוין געווען קרית יואלער רב, און ראש ישיבה, און מהר"א איידימער וואלטן געהאט שיינע בתי מדרשים און מאנרוי, און מהרז"ל וואלט אינגאנצן געווען סיגוטער רב, יא ס'קען זיין אז סיגוטער רב איז א שיינע טיטול, אבער ס"ה וואלט ער געווען ווייניגער ווי ר' יואל ט"ב בן מהר"א, די קענסט דאס פארשטיין,און באמת איז דאס וואס די ברך משה האט געאפפערט פאר מהר"א ווילסט אריינקומען און וויליאמסבורג קום זייער גערן, אבער לאז דעמאלטס קר"י פאר מהרז"ל, און ווער מהר"א וואלט דאן געפאלגט די טאטע וואלט ער זייער מעגליך היינט געווען די איינציגסטע סאטמאר רבי,
ווייל ער האט געקענט גיט זיינע קינדער
אין האט קלאר אים נישט געוואלט געבן א פאזיציע אין סאטמאר, ער האט אייביג דוקא געוואלט ווי ער האט זיך אויסגעדרוקט מער ווי איין מאל איז זיין רצון איז אז ר' אהרן זאל אלעס איבערנמען
כלש''ק: הוא ולא אחר

אין ער האט נישט געוואלט עס זאל געשעהן אין סאטמאר דאס וואס איז געשעהן מיט סיגוט ב''פ

איי פארוואס איז עס ביז נ"ט נישט אזוי געווען איז די סבה אזוי, ווייל ווען מען קוקט די ברך משה'ס קינדער וועט מען זען אז מהר"א און מהרז"ל זענען די 2 געלונגענע קינדער, (שריי נישט אז מהרז"ל איז א פויער און א ע"ה, ווייל איך קען אויך שרייען אקעגן מהר"א, נישט דאס איז די נושא דא)
קענסט שרייען קעגן ר' אהרן, עס מאכט נישט אויס, עס טוישט נישט די מציאות, 
די סיבה פין ר' זלמן לייב'ס אויפפירינג אין די יונגע יארען איז א הויפט סיבה פארוואס זיין טאטע האט אים נישט געוואלט געבן א פאזיציע אין סאטמאר

 
פון ר' ליפא האט מען נישט מורא געהאט ווייל ער איז אינגאנצן נישט קיין רבישע שניט, און הרב שלום אליעזר האט מען אויך נישט מורא געהאט, משא"כ מהרז"ל איז יא געווען א דארן און אויגן סיי פאר מהר"א און סיי פאר די שטוב מענטשן וואס זענען און יענע יארן געווען זייער פרא מהר"א, ווייל ווי נישט ווי האט מען מורא געהאט פון עם אייביג, אז די ברך משה וועט זעהן און ער וועט עם געבן א גרויסע חלק פון סאטמאר, אזוי ווי אןיבן שוין דערמאנט, מילא האט מען פרובירט מיט אלע מיטלען אפצוקילן די ליבשאפט פונעם טאטן צו עם מכלומרשט מיט מעשיות אז חי' שרה איז א שונא אא"וו, 
אויב איז זי א שונא וועגן שפיץ, דארף דאך רעביצין סאשא זיין 3 מאל אזא שונא וועגן וויזניץ אין ליפא'ס ווייב וועגן אשכנזי
נאר וואס דען, זי האט גיט געוויסט ווי זי האלט מיטן שווער אין ''טאקע וועגן דעם געהאט אזא שנאה''

אין ווי שוין געשריבן 
צייג מיר אן, 1 שטוב מענטשן וואס האט געהעצט דעם ברך משה קעגן ר' זלמן לייב
זאג מיר איין הויז בחור / שטוב מענטש, איין עובדא, אא''וו עפעס ברענג מיר
ס'האט אפי' נישט אויסגעפעלט ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין הו''א ביים רבין' אים צו געבן סיי וואס פאר א פאזיציע במשך ''אלע געזונטע יארען''


קענט עטס גלייבן אז די פאסטן און צעירים איז מען נישט געקומען צו מהרז"ל אנטראגן, נאר ער איז אליינס געגאנגען צו הרב יעקב נחמן שטויבער און שנארן א דזשאב, און אלץ די רבי'ס זין האט עם ר' נחמן גענומען פאר א מגי"ש און מכלומרשט איז ער געווען ראש ישיבה, וואס איז געווען א טיטל אן א מיטל, און דאס אלעס נישט ווייל ער האט נישט געטויגט נאר ווייל מען האט עם געוואלט דערווייטערן פונעם טאטן,
וויאזוי דארף דאס דעווייטערען
די סיבה פארוואס ער האט געהאט די טיטול אן די מיטל ''פרעג נאר די בחורים וואס האבען געלערנס דעמאלטס אין צעירים''
ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין שום ערנסטקייט ארום זיך
אייביג פארנומען געווען מיט זיינע קארני זשאוקס ארוםגענומען מיט א קיפקע בחורים
כמעט יעדע דרשה האט ער געגעבן ר' נחמן זאל האלטען,
נו אוודאי איז עס געווארען א טיטול אין א מיטל
אוודאי האט ער געדארפט קומען צו ר' נחמן בעטן א פאזיציע ווייל פינקט ווי ר' נחמן איז נישט בייגעפאלען מיך צו נעמען פאר מגי''ש אז אים נישט בייגעפאלען צו נמען ר' זלמן ליייב פאר מגי''ש


און ביז נ"ז האט עס זייער גוט געארבייט,און דאס איז טאקע די סבה פארוואס מהרז"ל האט גארנישט געהאט ביז ווען ער איז געפארן קיין ירושלים )
און נאך שטערקער איז די קושיא, ווען מהר"א וואלט געווען די גאר געלונגענער מענטש, און ער וואלט געברענגט כבוד און טרום פאר סאטמאר,, און ער וואלט ווען געהאט א ישיבה וואס וואלט אפגעקלינגען אלץ איינע פון די בעסטע ישיבות און דער וועלט, וואלסטו מיר נאך געקענט ענטפערן אז וויבאלד ס'איז אלעס אזוי גוט געפארן האט די ברך משה עס נישט געוואלט שטערן, אבער ביזדערווייל איז עס נישט אזוי געווען, איך גיי נישט יעצט אריין צו  ער איז יא געווען גערעכט צו נישט, נאר איך רעד פון מציאות, סאטמאר אונטער די הנהגה פון מהר"א האט באקומען אסאך שונאים, די ישיבה האט געהאט זייער נישט א גוטע נאמען,
וואלען האט דיר שוין גענטפרט אויף דעם
אין דער ברך משה ז''ל האט גוט געוויסט פארוואס ער האט די אלע שונאים, ער איז געווען דעם טאטען'ס ציל ברעט – ווי דער ב''מ ז''ל אליין האט דאס ערווענט ברבים
אין בכלל דעמאלטס בשנת תשנ''ט האט מען שוין געהאלטן נאך אלעם די קהילה האט געוואקסען אין געבליהט קיינער האט נישט געקוקט מער אויף די אלע שונאים


אא"וו מילא איז שווער פארוואס נעמסטו נישט דיין 2טע זין זאל צוהעלפן, אדער מיט די קהלה, אדער מיט די ישיבה, פארוואס גיסטו עם נישט קיין שאנס,
אלא מאי
פיר אויס, האט ער מכלומרשט אריינגרוקט ר' זלמן לייב, אין איבערנאכט אים געמאכט שווערע טויזענטער שונאים.......... אלעס ווייל ר' אהרן האט אים לשיטתך געמאכט שונאים...........
(איר זעהט מיט וועם מיר שטייען אין ווארט?)



און מיט די אויבן דערמאנטע באשרייבונג איז שוין אלעס פארענטפערט, מען האט מורא געהאט פון מהרז"ל, מילא האט מען עם דערווייטערט פונעם טאטן, און מען האט אלץ אוועקגעמאכט פארן טאטן מילא איז עס ניטאמאל בייגעפאלן פארן ברך משה, און אפילו אויב ס'איז יא בייגעפאלן האט מען עס נישט געלאזט קומען לידי מעשה,
און וואס איז שפעטער געווארן אז די ברך משה  האט זיך געטוישט, וועל איך ענק פארציילן, יא משה גבאי האט קלאר געהאט א יד און די טוישונג פון די ברך משה, אבער וואס האט ער געטוהן, וועל איך ענק זאגן, ער האט נאר געפענט די טיר פאר מענטשן וואס זענען געווען אנגעווייטאגט אויף די הנהגה פון סאטמאר פון אינמיטן די מ'םס ביז נ"ט  און זיי געלאזט אריינגיין רעדן צום ברך משה'ן וואס איז געווען שלעכט ביז יעצט, און אויך עם לאזן הערן אז ער האט א זין מהרז"ל וואס איז קען זייער פיל צוגעבן פאר סאטמאר, און  נאכאמאל נישט מען האט געוואלט פון מהר"א אוועקנעמן די רביסטעווע,  נאר מען האט געוואלט גרויסמאכן מהרז"ל, 
דאן פארוואס ציגעשפארט פאר אלע ביז דעמאלסטדיגע חסידים?
דאן פארוואס ציגעשפארט פאר די קינדער אין אייניקלעך?
דאן פארוואס ציגעשפארט פאר זיין תלמיד מיט וועם פלעגט לערענען בחברותא?

אין ווער האט ציריקגעהאלטן יענע אלע מענטשן פין קומען צום ברך משה די אלע יארען ביז תשנ''ט?
האט מען אמאל ציגעשפארט די טיר פאר מארגעשטערן טענעבוים אד''ג? זענען זיי אמאל געווען אינטערסירט צו קומען?


(די סבה פון משה גבאי קען זיין איז געווען ווייל ער האט געוויס וואס די דיעקשאן פון מהר"א וועט זיין און ער האט געוויסט אז ער וועט ארורודערן און דאס וועט עם קלענער מאכן, אבבער די ברך משה האט דאס נישט געהאט און פלאן, און ווען מהר"א רודערט ווען נישט ארום וואלט עס לכאורה אויך נישט צושטאנד געקומען אז מהרז,ל זאל זיין רבי איבער האלב סאטמאר, ער וואלט נאר געווען רב, אדער אוןו וויליאמסבורג אדער און קר"י)
און דאס איז זייער א פשוטע און לאגישע טעם, די ברך משה האט קיינמאל נישט שפעטער פיינט געהאט מהר"א ער האט נישט ליב געהאט זיינע שטיקעס וואס ער מאכט, ער האט אסאך געוויסט, ווייל ער האט געוואלט וויסן,
נאך א מזל די זאגסט עס (יעדע שקרן ווארפט אריין עפעס אמת)
דאן פארוואס האט מען אים נישט אריינגלאזט?


און יא די ברך משה איז די לעצטע יארן געווען א אלטער יוד, און ער האט געקענט פארגעסן, אבער נישט וויסן וואס טוט זיך איז קלאר נישט אמת, איך האב קיינמאל נישט געהערט אז ער זאל מיינען אז מהר"א איז מהרז"ל אדער פארקערט, ער האט זייער גוט געוויסט וואס טוט זיך, און ער האט נאר געטון די נארמאלע זאך,
הלוואי הלוואי, ס'איז שווער צו רעדן דערפון, אבער זאגסט אפענע ליגענט, מ'קען נישט אויפשפילן אין מ'טאר נישט אויפשפילן משלים.
ער האט ווי א גרויסע חלק יודן אין די יארען געהאט פאשידענע זמנים אין זעלבן טאג
נישט אימזינטס האט ער שוין נישט גערעדט אין די עפענטליכקייט (נאר 2 מאל ווען די 2 ברודער האבען עפעס געוואלט פאר זייערט וועגן האבען זיי אים אויפגעשטעלט ליינען א צעטיל וואס אים ליידער מבזה געווען אין די גאנצע וואלט)


נישט נארמאל איז געווען ווען ער האט דערוויטער מהרז"ל אבער נאך נ"ט האט ער נאר געטון וואס א נארמאלע טאטע טוט פאר זיין זין,
דאן פארוואס האט ער געטוהן די ''נישט נארמאלע זאך בשעת זיינע געזינטע יארען''
אין די ''נארמאלע זאך'' איז אים הערשט בייגעפאלען אויף די עלטערע שוואכע יארען ווער ער {נאר} פארגעסן

 
און ער האט נישט געהאט און פלאן צו צוטיילן סאטמאר, ער האט געהאט און פלאן אז מהרז"ל זאל זיין אונטער מהר"א, נאר ער האט געוואלט אז מהרז"ל זאל אויך זיין עפעס און סאטמאר, נישט נאר סיגוטער רב, און דאס האט ער קלאר געזאגט פאר מהר"א,
ווען ער האט אים דאס געזאגט???

די ווילסט קומען קיין וויליאמסבורג דעמאלטס לאז מהרז"ל און קר"י, און דעמאלטס האט ער נאכנישט גערעדט פון רביסטעווע, ווייל ווילאנג ער האט געלעבט האט ער נישט געוואלט רעדן פון זיינע קינדער וועלן עם איבערנעמען,
איי ער האט עטליכע מאל יא גערעדט דערפון מיט א קלארע הוראה
לדוגמא ר' הירצקא צוויבל, אין ר' ישראל חיים הורוויץ וכו'


ער האט פשוט געוואלט אז מהרז"ל זאל האבן אזוי ווי הרב חחים יושע און מאנסי, און הרב בעריש און ב"פ און הרב דוד מייזליש און מאנטריאל, ער איז סוכ"ס א זין מעג ער האבן אביסל מער, ווי נישט ווי אז הרב וואזנער איז מאנסיער רב, מעג ער אלץ ברך משה זון אדער וויליאמסבורגער רב אדער קר"י רב,
דאן פארוואס האט ער אין די געזינטע יארען נישט געוואלט הערן דערפון?

און צום ענד די סבה פארוואס עס איז געוואר צוטיילט איז ווייל מהר"א האט נישט קאפארירט, און דאס האט געמאכט די  צוטיילונג ווייל דאס האט שוין אויפגערעגט די ברך משה,
נישטו ווער ס'זאל לאכען
פין די ערשטע מיניט האט שוין יעדער געזעהן אז משה מיט ר' זלמן לייב צילן אויף א טיילונג
אריינברענגן די מתנגדים וכו' אין כאפען די מאכט אויף די בנינים
דיין פראוו צו טוישען היסטאריע איז א שאד!



תוקן על ידי היראים ב- 13/07/2010 22:06:15

היראים » 13/7/2010 22:09

סייבריד שרייבט
און וועגן די ירושה די ברך משה האט שוין איבערגעשריבן די ירושה נאך פאר ר' מענדל האט אוועקגענומען די הויז, און יא עס איז אמת אז די קר"י האט קודם געהערט פאר די קהלה, און מען האט עס שפעטער איבערגעשריבן אויף עצי חייפ ב"פ, אבער די ברך משה האט צוטיילט די ירשוה האט ער געשריבן פאר מהר"א די הויז אויף היוז סט, פאר ר' ליפא די הויז און קר"י אויף איהעל קט, און פאר מהרז"ל זיין הוזי אויף בעדפארד, און פאר הרב לום אליעזר א הויז און ב"פ
,
די ביזט דאך פארנומען מיט מאכען סענס....
דאן וויאזוי קען זיין אז די וומ''ס הויז האט ער געגבן פאר ר' זלמן לייב, דאס מאכט סענס?
ביזט דאך מודה אז ער האט {לכתחילה} געוואלט אז ר' אהרן זאל זיין פולקאם מ''מ,
נו פארדעם באקומט ער א הויז וואס ער האט שוין לאנג באקומען אין ר' זלמן לייב באקומט ציגאב צו די הויז וואס ער האט שוין לאנג באקומען אין ב''פ באקומט ער אויך די הויז ווי די רבי וואינט...... (נעקסט טיים האלט בעסער קאפ, א שקרן דארף ניצן קאפ)

 
און דערנאך ווען ר' מענדל האט איבערגעשריבן די הויז אויף עצי חיים ווימסב"ג האט די ברך משה זיך אויפגערעגט און געזאגט אז ווי לאנג ס'ווערט נישט צוריקדעשריבן אויף עצי חיים ב"פ באקומט נישט מהר"א זיין חלק און ירושה,

דאן פארוואס האט איר נישט געלאזט אים גיין פרעגן פערזענליך וואס ער האלט?
אין פארוואס האט ער זיך אזוי געפרייט זיך צו טרעפן מיט אים, אין אויפגענומען בצהלות פנים - ווי שוין געשריבן בקיצור

און דאס וואס די שרייבסט וועגן די"ת איז געווען אז נאכן איבערשרייבן האט משה גבאי גערופן ר'  מענדל צו די"ת מיט א כח הרשאה פונעם ברך משה, האט דוד עקשטיין געטענהט אז ער וויל אליינסגיין אויספרעגן די ברך משה, האט משה גבאי געטענהט אז ביי מיר האט ארבי א הייליגע אפטטיטש, און סתם אזןי אריינגיין צום רבין און עם אויספרעגן בין איך ישט מסכים, און ענדערשט לאז איך אפ די קעיס, און נישט ווייל ער האט מורא געהאט, ווייל לויט ענק וואלט ער דאן אויך געקענט איינרעדן די ברך משה אז ער זאל זאגן אז ער האט עם געגעבן די כח צוריק צו מאנען די הויז

א מין געטריישאפט.....
ער לאזט מאכען א גאנצע פייער, אין לשיטתך נעמט ער אפי' אוועק ירושה פין זיינע קינער
אבער דער 'געטרייער' גבאי לאזט נישט מיטשען דעם רבין פאר אזעלכע נערישקייטן....
כאילו ער האט נישט מורא געהאט אז די רבי וועט ענטפרן וואס ער האלט


sybarit » 13/7/2010 22:54

פיין איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי מען מאכט אז איך ברענג ארויף דיין טענה און נאכדעם ענטפערט מען, סוי לאמיר פרובירן צו ענטפערן בקיצור נמצרץ,

1) די שרייבסט אז ער האט נאר געוואלט מהר"א און ער האט נישט געוואלט אז עס זאל געשעהן מיט סאטמאר וואס איז געשעהן מיט סיגוט,
אבער וואס איך טענה איז: אז ווען מען האט געפענט די טיר נ"ט האט די ברך משה געהערט וואס מהר"א האט געמאכט מיט סאטמאר און וואס מהרז"ל איז מצליח און ירושלים, און וועגען דעם האט ער געטוהן וואס ס'איז געטוהן געווארן,

2) די שרייבסט אז איך קען שרייבן אקעגן מהר"א
אבער וואס איך ענטפער איז: אז און דעם האבן מיר גאנץ אנדערע מיינונגען, און דא איז נישט דער פלאץ צו האקן אקעגן מהר"א, און וועגן די יונגע יארן איז דא מאנכע וואס זאגן אזוי און מאנכע וואס זאגן אזוי,

3) און דאס וואס די שרייבסט אז סאשא וואלט געדארפט זיין מער שונא,
 אבער די מציאות איז אז חי' שרה האט נישט פיינט געהאט איר שווער, זי האט פיינט געהאט מהר"א און וועגן דעם איז געווען וואס איז געווען, און די סבה פ"וו זי האט זיך נישט גוט געשפירט ביים שווער אינדערהיים איז ווייל מען האט איר טערארזירט,
איי וועסטו פרעגן ווער האט טערארזירט מהרז"ל  וועל איך דיר ענטפערן מהר"א און די שטוב מענטשן,

4 ) איבער די קארני דזשאוקס וואס די האסט ערווענט
העי: מום שבך אל תאמר לחברך, ווער עס האט זיך ארומגעדרייט מיט די קארני דזשאוקס דארף איך דיר נישט זאגן, אויב ביסטו טאקע די עלטער וואס די לייגסט אראפ דארפסטו דאס גוט געדענקן,


און יא די סבה פארוואס ער האט נישט געהאט קיין כח און ישיבה ווייל די פאוער דעמאלטס האט געהאט די רבי'ס שטוב מענטשן און מהר"א, און זיי האבן זיכער געמאכט אז ער ווערט נישט צו גרויס,

5) די שרייבסט אז ער האט געהאט די טאטע'ס שונאים,
וויל איך דיר זאגן: ער האט נישט געהאט די טאטע'ס שונאים, ער האט געמאכט די טאטע האבן שונאים, אוודאי האט די ברך משה געהאט אייגענע שונאים, אבער  אזויפיל שונאים וואס די ברך משה האט געהאט, דאס אלעס האט עם מהר"א געברענגט, און נ"ט ווען מען האט געפענט די טירן האט ער עס שטארק באמערקט,

6) און דאס וואס די שרייבסט אז ער האט זיך געמאכט שונאים איבערנאכט,
וועל איך דיר זאגן: ער האט זך נעבאך איינגערעדט אז די עולם איז זיינע חסידים, ער האט נישט געוויסט וואס מהר"א האט שוין געטוהן מיט די חסידות, אז די עולם האלט שוין ניט פון עם נאר פון מהר"א, און אז זיין ווארט איז גארנישט ווערד, און הא ראי' אז די אמתע נאנט חסידים זענען געבליבן מיט עם, און אפילו די וואס האלטן מיט מהר"א זענען אבער ווילאנג ער האט געלעבט געבליבן מיט עם,
(קום מיר נישט פארקויפן ווער די נאטנטע זענען געווען, ווייל ענקערע נאנטע האב איך מיטגעהאלטן ווי זיי וארפן סידורים אויפן ברך משה)

7) פרעגסטו פארוואס מען האט צוגעשפארט די טירן פאר קינדער און אייניקלעך?
תי': ווייל זיי האבן זיך אויפגעפירט מיט חוצפה אקעגן זייער זיידן און רבי'ן, און מען האט נישט געפאלגט וואס ער האט געהייסן, און מען האט די רבי מבזה געווען ווי נאר מען האט געקענט,

8) פרעגסט פ"וו מען האט עם נישט אריינגעלאזט,
ענטפער: ווי לאנג ער איז געווען וואיל האט מען עם געהערי אריינגעלאזט, און ער איז א סאך מאל געקומען, דערמאן נאר צוריק די אנפאנג ס' יארן, און די סבה פארוואס שפעטער האט מען עם נישט אריינגעלאזט, איז ווייל ער איז געגאנגען און קאורט, און ער האט געטון נאך חוצפה, האט משה גבאי אלץ גבאי און געטרייע חסיד געשפירט אז ער טאר עם מער נישט אריינלאזן,
(ווי  נישט ווי ביי אדמורים איז אנדערשט ווי ראדני האט פריער געזאגט, די זעלבע זאך איז אויך ביי אדמורים אז די גבאי איז נענטער ווי א קינד,)

ביז 9 10 קען ציילן שיין
אבער איך מוז שוין אהיימגיין,

עניוועי טא מעיק עי לאנג סטארי שארט, איך בין דיר נישט געקומען דא דיר איבערמאכן, איך וויל נאר אז די זאלסט וויסן אז ס'איז דא אנדערע זייט אויכעט,, יא די קענסט ענטפערן, אבער איך קען אויף דעם אויך צוריקענטפערן און דא אויף היידפארק איז נישט קיין פלאץ צו געווינען, נאר א פלאץ זיך צו טענה'ן מילא זאג איך מיין טענה, און די מיט אלע דיינע תגובות האטסו מיר גארנישט געטוישט, און איך גלייב אז איך דיר אויך נישט, נאר איך האב אינאנצן געוואלט ארויסברענגן אונזער טענה, און שוין

Lechtiger » 13/7/2010 22:57

היראים. איך זעה האסט מתקן געווען. אלזא לאמיר פרעגען אויף דיין נייעם לשון.
שרייבסט: "נאכדעם וואס דער גבאי וועלכע האט ליידער געהאט אזא שליטה אויף רבין' גוף, אין ר' אהרן וויל מער נישט אננעמן זיינע דעות". טא וועמענס דעות נעמט ער היינט אן? 

sybarit » 13/7/2010 23:16

9) דאס וואס די שרייבסט וועגען די רבי'ס געזינט:
וועלעך דיר זאגן: יא 100 פראצענט די רבי איז געווען א אלטער יוד, און ער האט געקענט פארגעסן, און טאקע דאס איז די סבה פארוואס ער האט געקענט שמייכלען צו ר' מענדל און נישט פארגעהאלטן, און די זעלבע מיט מהר"א, אבער ער איז נישט געווען און אזא סטעידזש, אז ער זאל ממש נישט וויסן וואס מיט זיך טוט זיך, און אז משה גבאי וויל זאל ער וועגען דעם קענען איבערדרייען גאנץ סאטמאר, און אזוי ווי טון זיין זון מיט וועם ער האט זיך אזוי געטשאטשקעט,

10) פארוואס האט ער נישט געטון די נארמאלע זאך פאר מהרז"ל פריער,
אוי די קושיא רייסט פארוואס טאקע, די ענטפער פרעג מהר"א, איך האב עס שוין צופיל מאל געשריבן,

11) ווען האט ער עס געזאגט פאר מהר"א
סארי: איך האב מיר נישט גוט אויסגעדריקט, איך האב געמיינט צו זאגן אז ער האט קלאר געזאגט פאר מהר"א אז אויב וויל ער קען ער נעמען וויליאמסבורג און געבן פאר מהרז"ל קר"י, און אויב ער וואלט אזוי געטון וואלט זייער צעגליך ער וווען געווען די איינציגסט סאטמארע רבי,

12) גערעדט צו ר הירצקא און צו ר' ישראל חיים,
ענטפער: שוין א אלטע מחלוקה צו די מעשה איז אמת צו נישט,

13)נאכדעם פרעגסטו איבער די זעלבע קושיא וואס איך האב שוין אסאך מאל גענטפערט אויף דעם,

14) נישטא ווער ס'זאל לאכן פון די ערשטע מינוט האט מען שוין געזעהן אז מען פלאנט א צוטיילונג
האהא: פון די ארשטע מינוט האט מהר"א מיט זיינע חסידים זיך ארויסגעשטעלט מילא איז שוין טאקע פון די ערשטע מינוט געווארן א טיילונג, אבער וואלט ווען מהר,א געהאט יענע חוה"מ שכל און געשוויגן, אדער אפילו שםעטער וואלט ער פרובירט צוריקצודרייען די שטריק, וואלט ער סאך ווייניגער פארלוירן, און מהרז"ל וואלט געווען זייער מעגליך צו עם צוגעבינדן,

היראים » 13/7/2010 23:51

1) די שרייבסט אז ער האט נאר געוואלט מהר"א און ער האט נישט געוואלט אז עס זאל געשעהן מיט סאטמאר וואס איז געשעהן מיט סיגוט,
אבער וואס איך טענה איז: אז ווען מען האט געפענט די טיר נ"ט האט די ברך משה געהערט וואס מהר"א האט געמאכט מיט סאטמאר און וואס מהרז"ל איז מצליח און ירושלים, און וועגען דעם האט ער געטוהן וואס ס'איז געטוהן געווארן,

(קודם די ביזט דיך אליין סותר (די ערשטע מאל?), פריער שרייבסטו אז ער האט נאך אלס געוואלט אז ר' אהרן זאל זיין מ''מ נאר ר' זלמן לייב זאל אויך באקומען א פאזיציע אין דא שרייבסטו אז ער האט געוואלט טוישן ווייל ר' אהרן מאכט אים שונאים
והעיקר )
וועם גייסטו פארקויפן אז ר' זלמן לייב האט נישט געהאט קיין שונאים אין ירושלים, די שענסטע יודן פין סאטמאר לדוגמא ר' נחמן יאקאב זענען פין זיינע סאמע שונאים געווען
אין וויפיל שונאים קען מען זיך אנמאכן ווען מ'טוט נישט גארנישט אין א קהילה אין ביי יעדע שווערע זאך ברחניות אדער בגשמיות זאגט מען איך מיש מיך נישט
ער דארף ווען זיין א גרויסע מומחה פאר די ביסל שונאים וואס ער האט זיך יא געמאכט טראץ די קורצע צייט וואס ער איז דארט געווען רב

אין נאכמאל פארוואס ווען מ'האט געפענט די טיר פאר מענטשן וועלכע האבען קיינמאל נישט געוואלט קומען ביז דאן
האט מען עס ציגעשפארט פאר מענטשן וועלכע פעלגט טעגליך קומען, כולל קינדער אין אייניקלעך
אין נישט געלאזט דעם ברך משה קומען צו זייער שמחות



3) און דאס וואס די שרייבסט אז סאשא וואלט געדארפט זיין מער שונא,
 אבער די מציאות איז אז חי' שרה האט נישט פיינט געהאט איר שווער, זי האט פיינט געהאט מהר"א און וועגן דעם איז געווען וואס איז געווען, און די סבה פ"וו זי האט זיך נישט גוט געשפירט ביים שווער אינדערהיים איז ווייל מען האט איר טערארזירט,
איי וועסטו פרעגן ווער האט טערארזירט מהרז"ל  וועל איך דיר ענטפערן מהר"א און די שטוב מענטשן,
זאג מיר ביטע וואס האט איר ר' אהרן טעראזירט, סתם זינגען האסטו שוין געטוהן פריער אויך
אין פארוואס זאל ער איר טעראזירן

זי האט גיט געוויסט ווי זי האלט מיט איר שווער, דאס האט געברענט אין איר



און יא די סבה פארוואס ער האט נישט געהאט קיין כח און ישיבה ווייל די פאוער דעמאלטס האט געהאט די רבי'ס שטוב מענטשן און מהר"א, און זיי האבן זיכער געמאכט אז ער ווערט נישט צו גרויס,
סוי ר' נחמן שטויבער איז געווען פין די שטוב מענטשן אין ער האט אים צוגענומען יעדע דרשה...... אין געצווינגען זיך אויפצופירן ווי א בעיבי אין צעירים.
דו פראבירסט אראפצולייגען כאילו ס'געווען עפעס א אפיציעל מערכה קעגן ר' זלמן לייב - א שטייגער ווי קעגן ר' אהרן נאך תשנ''ח, אבער קיינער ווייסט נישט אז ר' זלמן לייב זאל זיין ווייניגער מכובד ווי ליפא אדער ר' שלום אליעזר - אויב עפעס האט ער געהאט א פאסטען אין ישיבה אין זיי נישט.


5) די שרייבסט אז ער האט געהאט די טאטע'ס שונאים,
וויל איך דיר זאגן: ער האט נישט געהאט די טאטע'ס שונאים, ער האט געמאכט די טאטע האבן שונאים, אוודאי האט די ברך משה געהאט אייגענע שונאים, אבער  אזויפיל שונאים וואס די ברך משה האט געהאט, דאס אלעס האט עם מהר"א געברענגט, און נ"ט ווען מען האט געפענט די טירן האט ער עס שטארק באמערקט,
זאג מיר סיי ווער פין די מענטשן זענען געקומען צום ברך משה זיך קוויטלען אין זענען נאר געווען ר' אהרן'ס שונאים?

אוודאי זענען זיי געווען גרייט צו מוותר זיין אין נישט קוקען אויף די חטאים (ח''ו) פין די ב''מ ווילאנג ער לעבט אז מ'געבט זיי שיינע מוצא'ס אין אלע זייטן אין מ'באכעט זיין גרעסטע 'באמבע' ר' אהרן, סייווי איז דער ב''מ שוין נישט געזינט געווען

וועלכע פין זייערע חטאים, איז ר' אהרן געווען מער שילדיג ווי דער ב''מ ז''ל, סקול דיסטריקט, טעוועלע, רעביצין??

6) און דאס וואס די שרייבסט אז ער האט זיך געמאכט שונאים איבערנאכט,
וועל איך דיר זאגן: ער האט זך נעבאך איינגערעדט אז די עולם איז זיינע חסידים, ער האט נישט געוויסט וואס מהר"א האט שוין געטוהן מיט די חסידות, אז די עולם האלט שוין ניט פון עם נאר פון מהר"א, און אז זיין ווארט איז גארנישט ווערד, און הא ראי' אז די אמתע נאנט חסידים זענען געבליבן מיט עם, און אפילו די וואס האלטן מיט מהר"א זענען אבער ווילאנג ער האט געלעבט געבליבן מיט עם,
(קום מיר נישט פארקויפן ווער די נאטנטע זענען געווען, ווייל ענקערע נאנטע האב איך מיטגעהאלטן ווי זיי וארפן סידורים אויפן ברך משה)
או וויי, יעצט קומט די קלימאקס

כ'גלייך ווען די שרייבסט אזוי, זאל יעדער זעהן מיט וואס פאר א בעקער די זאלי'ס זענען
אז מ'האט א פראבלעם מיט היסטאריע טוישט מען עס....

איך הייב יעצט אן צו טראכטען אז די מענטשן וואס קומען כ''ו ניסן צום ציון זענען זאלי'ס פארשטעלט וווי ארונים
אין די זאלי'ס וואס פלעגן פין אים טרייבן לצנות זיי אין קווינס (מתיבתא ברך משה) און ביי זייערע שולן זענען ארונים פארשטעלט ווי זאלי'ס 

7) פרעגסטו פארוואס מען האט צוגעשפארט די טירן פאר קינדער און אייניקלעך?
תי': ווייל זיי האבן זיך אויפגעפירט מיט חוצפה אקעגן זייער זיידן און רבי'ן, און מען האט נישט געפאלגט וואס ער האט געהייסן, און מען האט די רבי מבזה געווען ווי נאר מען האט געקענט,
איין פראגע בעסער פין צווייטען
הייב אן די חוצפה פין ר' אהרן, די חוצה פין ר' אהרן'ס קינער, די חוצפה פין ר' שלום אליעזר אין זיינע קינדער, אין די חוצפה פין ר' בעריש אין זיינע קינדער, די חוצה פין די מאנטריאלע רעביצין מיט אירע קינדער
אינטערסאנט אז די געטרייסטע אייניקעלך זענען לשיטתך געווארען מחוצפים....

8) פרעגסט פ"וו מען האט עם נישט אריינגעלאזט,
ענטפער: ווי לאנג ער איז געווען וואיל האט מען עם געהערי אריינגעלאזט, און ער איז א סאך מאל געקומען, דערמאן נאר צוריק די אנפאנג ס' יארן, און די סבה פארוואס שפעטער האט מען עם נישט אריינגעלאזט, איז ווייל ער איז געגאנגען און קאורט, און ער האט געטון נאך חוצפה, האט משה גבאי אלץ גבאי און געטרייע חסיד געשפירט אז ער טאר עם מער נישט אריינלאזן,
(ווי  נישט ווי ביי אדמורים איז אנדערשט ווי ראדני האט פריער געזאגט, די זעלבע זאך איז אויך ביי אדמורים אז די גבאי איז נענטער ווי א קינד,)
שוטה (איידעל גערעדט)
אז דאס געווען נאר די גבאי איז א האלבע רשעות אבער ווען די צוויי ברודער ארבעטן אינאיינעם איז דאס שוין....
אויב איז די טאטע ברוגז אויף אים פארן גיין אין קארט פארוואס לאזטו אים נישט אריין, זאל ער אים אנשרייען...
פארוואס איז ער נישט ברוגז אויף ר' זלמן לייב פארן מסרב זיין לדי''ת (כ'רעדט דיין שפראך)

אין פארוואס האט מען נישט אריינגעלאזט זיינע נאנסטע מענטשן, וואס פלעגן אלע יארען קומען?
נאך מער, די ווייסט ווען מ'לאזט ווען אריין יעדן איינעם צו רעדן צום ב''מ, וואלטן מיר נישט געדארפט גיין אין קארט

אבער איך מוז שוין אהיימגיין,

עניוועי טא מעיק עי לאנג סטארי שארט, איך בין דיר נישט געקומען דא דיר איבערמאכן, איך וויל נאר אז די זאלסט וויסן אז ס'איז דא אנדערע זייט אויכעט,, יא די קענסט ענטפערן, אבער איך קען אויף דעם אויך צוריקענטפערן און דא אויף היידפארק איז נישט קיין פלאץ צו געווינען, נאר א פלאץ זיך צו טענה'ן מילא זאג איך מיין טענה, און די מיט אלע דיינע תגובות האטסו מיר גארנישט געטוישט, און איך גלייב אז איך דיר אויך נישט, נאר איך האב אינאנצן געוואלט ארויסברענגן אונזער טענה, און שוין
איך זעה אבער נישט פארוואס די דארפסט טוישען היסטערי כאילו מ'האט נישט געלאזט דעם ברך משה געבן פאר ר' זלמן לייב א פאזיציע אין סאטמאר וכו'
זאג פשוט וואס מארגעשטענרן אין וואלדמאן האבען ענק אויסגעלערנט נאך אין די מ' יארען: דער סיגוט'ער מיט רא''ט איז די קליפה אין מ'מעג עובר זיין על כל התורה כולה וועגן עת לעשות...




תוקן על ידי היראים ב- 14/07/2010 00:19:23

היראים » 14/7/2010 00:02

[quote]9) דאס וואס די שרייבסט וועגען די רבי'ס געזינט:
וועלעך דיר זאגן: יא 100 פראצענט די רבי איז געווען א אלטער יוד, און ער האט געקענט פארגעסן, און טאקע דאס איז די סבה פארוואס ער האט געקענט שמייכלען צו ר' מענדל און נישט פארגעהאלטן, און די זעלבע מיט מהר"א, אבער ער איז נישט געווען און אזא סטעידזש, אז ער זאל ממש נישט וויסן וואס מיט זיך טוט זיך, און אז משה גבאי וויל זאל ער וועגען דעם קענען איבערדרייען גאנץ סאטמאר, און אזוי ווי טון זיין זון מיט וועם ער האט זיך אזוי געטשאטשקעט,
ליידער האט ער יא געקענט, והא ראי' מ'האט עס געקענט טוהן
כ'וויל מיך נישט פארהערן מיטן מצב הבריאת פין רבי'ן ציליב פארשטענדליכע סיבות
די העלט רעקארדס זענען דא, אין איך וויל נישט טענה'ן וועגן דעם, ס'איז גענוג וויפיל מ'האט אליין געזעהן

ס''ה טענה'סטו אז ער איז געווען אויף אים ברוגז, די איינציגסטע ראי' וואס די קענסט האבען איז אז ער זאל אים אנשרייען ווען ער זעהט אים - א פאקט וואס איז נישט געשהן
סוי די דרייסט די דאטשיג לויט דיין באקוועמליכקייט
ער איז געווען געזינט אין שטארק אין געווען ברוגז אויף ר' אהרן איי ער געשטראלט ווען ער זיי געזעהן, אה! ער האט פארגעסן....


10) פארוואס האט ער נישט געטון די נארמאלע זאך פאר מהרז"ל פריער,
אוי די קושיא רייסט פארוואס טאקע, די ענטפער פרעג מהר"א, איך האב עס שוין צופיל מאל געשריבן,
יעדע ליגענט שרייבסטו איבער צען מאל
שרייב דאס ביטע אויך איבער ווייל איך ווייס נישט וואס די מיינסט


11) ווען האט ער עס געזאגט פאר מהר"א
סארי: איך האב מיר נישט גוט אויסגעדריקט, איך האב געמיינט צו זאגן אז ער האט קלאר געזאגט פאר מהר"א אז אויב וויל ער קען ער נעמען וויליאמסבורג און געבן פאר מהרז"ל קר"י, און אויב ער וואלט אזוי געטון וואלט זייער צעגליך ער וווען געווען די איינציגסט סאטמארע רבי,
סוי נאכמאל: ווען האט ער אים דאס געזאגט?

12) גערעדט צו ר הירצקא און צו ר' ישראל חיים,
ענטפער: שוין א אלטע מחלוקה צו די מעשה איז אמת צו נישט,
מיט דעם ניגון קען איך ווען אפפרעגן דיין גאנצע תגובה
דאס איז די מציאות וואס איז אייביג געווען ידועה לרבים, אין קיינער איז נישט געווען מסופק אין דעם ווי שוין געשריבן

ווייזט נאר נאכמאל ווען די לייקענסט די פאקט אז דער ב''מ ז''ל האט אפגעמאכט ווער זיין מ''מ זאל זיין וואס פאר א שקרן די ביזט.

13)נאכדעם פרעגסטו איבער די זעלבע קושיא וואס איך האב שוין אסאך מאל גענטפערט אויף דעם,
זיי מסביר

14) נישטא ווער ס'זאל לאכן פון די ערשטע מינוט האט מען שוין געזעהן אז מען פלאנט א צוטיילונג
האהא: פון די ארשטע מינוט האט מהר"א מיט זיינע חסידים זיך ארויסגעשטעלט מילא איז שוין טאקע פון די ערשטע מינוט געווארן א טיילונג, אבער וואלט ווען מהר,א געהאט יענע חוה"מ שכל און געשוויגן, אדער אפילו שםעטער וואלט ער פרובירט צוריקצודרייען די שטריק, וואלט ער סאך ווייניגער פארלוירן, און מהרז"ל וואלט געווען זייער מעגליך צו עם צוגעבינדן,
אה, סוי לויט דיין בעקעריי אז ר' זלמן לייב געווארען געווארען רב שוין חוה''מ....

תוקן על ידי היראים ב- 14/07/2010 00:23:52

טאטלע » 14/7/2010 01:33

 סעבאריט שרייבט

איבער די קארני דזשאוקס וואס די האסט ערווענט
העי: מום שבך אל תאמר לחברך, ווער עס האט זיך ארומגעדרייט מיט די קארני דזשאוקס דארף איך דיר נישט זאגן, אויב ביסטו טאקע די עלטער וואס די לייגסט אראפ דארפסטו דאס גוט געדענקן,


און יא די סבה פארוואס ער האט נישט געהאט קיין כח און ישיבה ווייל די פאוער דעמאלטס האט געהאט די רבי'ס שטוב מענטשן און מהר"א, און זיי האבן זיכער געמאכט אז ער ווערט נישט צו גרויס,


די מיינסט אפשר צי זאגן אז ער האט זיך אויפגעפירט אין צעירים ווי א בעיבי ,
גיזיצן מיט די פיס ארוף , גקיפקעט מיט בחורים שטותים אין הבלים
ארויסגעקימען אידן טאג פין זיין אפיס מיט א שיינע שינת צהרים פלעק מיט פרישע פייקעלעך 
געלאכט אגאנצן טאג ווי א זיבעלע אזאש איינמאל ווען ר נחמן שטויבער האט פארגעהאלטן די נשים אין קרית זופניק אז סאיז נישט קיין צניעות ארים צילאכן הויעך ווען עס דרייען זיך דא מענער
האט א פרוי זיך אנגעריפן   "אז סיגעטער רב מעג לאכן הויעך מעגן אונז אויכעט"

געזאגט א דרשה איינס צווי מאל א יאר
אויב האסטו עם געפרעגט עפעס אויסער די שיעור וואס ער האט פארגעלערנט האט ער מיט זיין ענוות חן געשיקט צי ר משה ראובן    (אין איך רעד פין זייער בעיסיק זאכן )


דאס אלעס האט ר אהרן מיט די שטיעב מענטשען אינטערגעשטעלט  ??????????????????????

WHAT A ZALEY    

וואלןסח » 14/7/2010 01:50

[quote]

אין קץ לדברי רוח, איך זע דאך שוין מיט וועם איך האב צו טון, איך וועל שרייבן עטליכע קורצע זאצן אויף וואס יעדער ווייסט, און די איבריגע וועל איך לאזן פאר אנדערע

 

אבער וואס איך טענה איז: אז ווען מען האט געפענט די טיר נ"ט האט די ברך משה געהערט וואס מהר"א האט געמאכט מיט סאטמאר און וואס מהרז"ל איז מצליח און ירושלים, און וועגען דעם האט ער געטוהן וואס ס'איז געטוהן געווארן,
געווען וואס האבן געהאלטן וי דיר, און געווען וואס האבן געהאלטן פונקט פארקערט, ווער ס'געדענקט יענע יארן ווי שיין זאכן זענען געווען מסודר מיט שיעורי תורה וכדו', נו פארוואס האט נישט יעדער געקענט אריין און זאגן וואס ער האלט און די רבי זאל אפמאכן?

 

אבער וואס איך ענטפער איז: אז און דעם האבן מיר גאנץ אנדערע מיינונגען, און דא איז נישט דער פלאץ צו האקן אקעגן מהר"א, און וועגן די יונגע יארן איז דא מאנכע וואס זאגן אזוי און מאנכע וואס זאגן אזוי,
יא יא, נוסח פארוועטס אויפן רבין ז"ל

 

איי וועסטו פרעגן ווער האט טערארזירט מהרז"ל  וועל איך דיר ענטפערן מהר"א און די שטוב מענטשן,
יא מהר"א האט טעראריזירט ווען ער האט אים געגעבן א דרשה פאר שבה"ג (מפי רט"ז גראס חתן ר ישראל פערל, היינט א זאלי)

ווען ער ברענגט פון אים א ווארט אין שערי אורה

ווען ר' וואלף גליק יו"ר ועד ספרי רבינו האט געזאגט פאר רז"ל (תשמ"ט) אז ער איז גרייט אים צו העלפן ארויסגעבן זיינע ספרים און רז"ל האט אים געזאגט אז ס'וועט אים נאר זיין א שטער וד"ל.


וועל איך דיר זאגן: ער האט זך נעבאך איינגערעדט אז די עולם איז זיינע חסידים, ער האט נישט געוויסט וואס מהר"א האט שוין געטוהן מיט די חסידות, אז די עולם האלט שוין ניט פון עם נאר פון מהר"א, און אז זיין ווארט איז גארנישט ווערד, און הא ראי' אז די אמתע נאנט חסידים זענען געבליבן מיט עם, און אפילו די וואס האלטן מיט מהר"א זענען אבער ווילאנג ער האט געלעבט געבליבן מיט עם,
(קום מיר נישט פארקויפן ווער די נאטנטע זענען געווען, ווייל ענקערע נאנטע האב איך מיטגעהאלטן ווי זיי וארפן סידורים אויפן ברך משה)

און די גרעסטע ראי' וואסערע חסידים זיי זענען מתיבתא ברך משה יוכיח, און די מחאות פאר די לוי' פארן רבין אז אין קוברין וכו'

 




[quote]

תוקן על ידי וואלןסח ב- 14/07/2010 01:51:40




תוקן על ידי וואלןסח ב- 14/07/2010 01:52:06

sybarit » 14/7/2010 02:08

איך זעה אז דא וועט מען נישט פארטיגן. מעשה זו יוכיח. אדער מעשה זו יוכיח. אדער ר' אהרן מיט די פעלץ ביי די בר מצוה און אר"י יוכיח.

היראים » 14/7/2010 02:47

סייבריט
ווען איך פראביר ווען צו באקען א פאקט אין ס'גייט נישט שרייב איך אויך אזוי

אבער געדענקטס
מ'האט ג'רודפ'ט ר' זלמן לייב אין וועגן דעם האט ער נישט געקענט באקומען א פאסטען מער ווי סיגוט ב''פ
עכט איז ר' זלמן לייב אייביג געווען א גאון
אין צעירים האט אים ר' נחמן שטויבער ג'רודפט
אין שטוב האבען אים די שטוב מענטשן ג'רודפט
זיין ווייב האט ר' אהרן ג'רודפט
אא''וו
ווען באקען א מעשה מאכט ווען היץ וואלט איך מיך דערשטיקט

היראים » 14/7/2010 20:19

איך וויל דיר צייליגען נאך פוינטס אויף דיינע געבעקסן

ר' זלמן לייב איז געפארען אויף ירושלים, איז שוין געווען א אקציע פין משה פרידמאן, אין פין דארט אז ער טאקע גלייך געקומען קיין וומ''ס צו נמען די שטענדער, כידוע


אין לויט דיין ווערסיע
איז נישט מעגליך צו פארשטיין וויאזוי עס קען זיין אז די אלע יודן וואס פלעגן אלס קומען צו ברך משה אין זענען געווען זיינע געטרייסטע חסידים ותלמידים האבען זיך אלע ציגעשטעלט צו ר' אהרן
אין די אלע וואס פלעגן אים אלס בארעדן אין באשמיצן זענען געגאנגען צו ר' זלמן לייב

נאר ווי געזאגט, האסט פראבירט
נעקסט טיים טראכט פאר דעם עס זאל מאכען אביסל סענס


תוקן על ידי היראים ב- 14/07/2010 20:21:50