היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » נוק אאוט - ר' מ.ד. נידערמאן - שליח פון אובאמא - וועגן די חפי...

נוק אאוט - ר' מ.ד. נידערמאן - שליח פון אובאמא - וועגן די חפי...

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2807994

גערעכט » 12/7/2010 10:52

נוק אאוט - ר' מ.ד. נידערמאן - שליח פון אובאמא - וועגן די חפירות אין א"י
וויא עס שטעלט זיך ארויס, האט פרעזידענט אובאמא, גענומען א שטעלונג צווישן די ארוינים מיט די זאליס.

וויא באקאנט האט פרעזידענט אובאמא דערהערט די ווייגעשריי פון אחב"י - אין ארץ ישראל, וואס איז לעצטנס פארוויקלט מיט עטליכע מערכות פון עקירת הדת - איבערהויפט די מערכה אנטקעגן חיטוטי שכבי - וואס איז לעצטענס געווארן א מכת מדינה אין ארץ ישראל.

ותעל שוועתינו, פרעזידנט אובאמא - האט געהערט די ווייגעשריי, אין מנהטן - וויא אויכעט אין וואשינגטאן, און האט מחליט געוועהן - אז - לא עת לחשות - עס קען ווייטער נישט אזוי אנגיין.

ווען פרעזידענט אובאמא האט פארגעהאלטן דעם ר"מ הציונים - בנימין נתניהו שר"י, הייתכן כזאת וויא ערלויבט ער זיך אזאנס, וויא לאזט ער דאס צו - האט נתניהו געלייקנט שטיין און ביין, און געשריגן חי וקיים, אז עס רעדסט זיך נישט בכלל פון אידישע קברים.

אובאמא - אזוי וויא אובאמא, לאזט זיך נישט שפייען אין קאשע, האט מחליט געוועהן, אז ער גייט אויספארשן די זאך, ער וועט אראפ שיקן א שליח מיוחד, וואס וועט בודק זיין לעומק די זאך.

האט זיך אנגעפאנגען א שארפען וויכוח צווישן דעם סטייט דעפארטמענט, און דעם ווייס הויז, צו זאל מען שיקען א שליח פון די זאליס - אדער פון די ארוינים, זה אומר לכאן, וזה אומר לכאן, סוף האט דער פרעזידענט אליינס מכריע געוועהן בעד די זאליס - ונימוקיו עמו.

[בילד – נישט אפגעהיט]

גערעכט » 12/7/2010 10:52

[בילד – נישט אפגעהיט]

לאפלאש » 12/7/2010 16:00

דו בוסט ממש א געבוירענער לץ, ניין?

גערעכט » 12/7/2010 17:11

שקר

שיףרבי » 12/7/2010 18:29

אפשר רעדט מען פונעם שלטון אין KJ

גערעכט » 12/7/2010 20:36

ווען וועט מען שוין פארשטיין, אז נאריש - האט אויך א שיעור

יוסףמאיר » 13/7/2010 19:39

גערעכט דערמאכט מיך פון די חברה וואס האבען צוויי ניקים אין איינער שמועסט מיטן אנדערן

ער ווארפט ליצנות פאשקווילען פון ר' משה דוד דערנאך קומט ער אהער חוזק צו מאכען

גערעכט » 13/7/2010 20:07

וועגן צוויי ניקס - דארף איך לכאורה נישט ענפערן

איך מאך בפירוש נישט ליצנות פון ר' משה דוד, איך האב דא געברענגט, א עמטליכן מודעה, וואס איז געקלעבט געווארן אויף די ווענט אין ארץ ישראל, געחאתמעט פון 3 ארגאניזאציעס.
 
וואס איך וויל דא אראפמאהלן איז: וויא די בהמה'ישע עסקנים אין א"י, מאכן זיך נאריש, און טראכטן נישט קיין איין מינוט, וויא אזוי זיי וועלן אויסקוקן צוויי מינוט נאכדעם וואס דער מודעה וועט איינגען און די גאסן

רשכבהגולם » 13/7/2010 20:14

אז די ווילסט קענסטו מאכן נאך א ניק מאיר יוסף