דעם שבת איז נפטר געווארן אין קרית יואל הרבני החסיד ר' אליזער חיים טייטלבוים ע"ה מחשובי זקני סאטמאר אין עלטער פון 94 יאר.
דער נפטר וועט קומען לקבורה אינעם נייעם חלקה פונעם סאטמארער בית החיים אין קרית יואל.
די לוי וועט זיין אי"ה 12:30 פארענט פון ביהמ"ד זקנים
ווען די רשעים סלעש ארונים (א דאפעלטע לשון) האבן פארשלאסן די רעבעצינס ביהמ"ד איז ר' אליעזר חיים ע"ה ווי יעדע ערליכע איד געווארן זייער אויפגעברויזט און ציזאמגערופן זיינע קינדער און זיי געזאגט אז למען השם וויל ער ליגן אין די נייע חלקה המיוחד אך ורק לאנ"ש
געהערט פון אן אייניקל: ר' אליעזר חיים האט עטליכע וואכן צוריק צוזאמענגערופן אלע זיינע קינדער צו זיך אין שפיטאל, און זיי געזאגט אזוי (בערך): איך שפיר אז מיינע טעג זענען געציילטע, און איך ווייס אז איך האב א קינד אן ארוני. וויל איך ענק לאזן צוואה בעל פה, איך בין ביים קלארן דעת, און איך מרצוני הטוב געקויפט א חלקה אינעם נייעם בית החיים, און דארט וויל איך ליגן.