YNET באקאנט אלס "ידיעות אחרונות" איינע פון די גרעסטע פרייע מידיע קאמפעניס אין ארץ ישראל האט געמאלדן א "ברעיקינג" נייעס. אז פאליציי האט אריעסטירט 2 "חרדישע ישיבה" בחורים אין בן גריון ערעפארט פארן שווערצן דארג'ס.
די נייעס האט טאקע געבערעגט יעדעם אויפצוהייבן די אויגן ברעמען. אונזער בחדרי חרדים האט זיך נישט געפוילט און זיי זענען טאקע אנגעקומען צו שוידערליכע נייעס!
די 2 בחורים זענען שוין יארן צוריק ארויס לתרבות רעה, אויסגעטון דאס קאפל, לייגן נישט קיין תפילין, מחללי שבת וכו', זיי זענען מעמבער'ס אין א ארגאניזאציע וואס העלפט (ליידער) חסידישע בחורים אפצוגליטשן פון וועג (רח"ל). די בחורים זענען שוין יארן נישט קיין חרדים ואדרבה זיי העלפן נאך צו אנדערע בחורים אפצוגליטשן און ווי פארשטענדליך זענען זיי "נישט" קיין ישיבה בחורים.
עס האט זיך אנגעהויבן א טומעל דא אין בחדרי אז די "הנהלה" פון בחדרי זאל אריינגעבן א לאו סוט קעגן ידיעות אחרונות פארן באשמוצן די היימישע בכלל און די ישיבות בפרט. און דערמיט פארדינען נישט נאר זיך אנעמען פארן כבוד פון די חשובה בני הישיבות, נאר אויך אסאך פאבליסעטי פארן הנהלה פון בחדרי פארן אנפירן אזא קעיס.
YNET האט תיכף ומיד אראפגענומען דעם "גאנצען" נייעס, זיי קענען זיך נישט ארלויבן צו צייגן אז זיי ציטערן פארן לאו סוט, פארדעם קענען זיי נישט ארויסנעמען די ווערטער "חרדים" און "ישיבה" האבן זיי ליבערשט אויסגעמעקט דאס גאנצע...
ס'בלייב נאר איבער צו זען אויב די הנהלה פון בחדרי האט פרינט סקרינס און אויב זיי זענען נייגעריג אין די פאבליסעטי און געלט וואס אזא לאו סוט קען ברענגען