אין ליכט פון די פאזעטיווע אנטוויקלונגען צווישן די קעי דזשעי אלייענס אין די סטעיט פאליציי, האבן מיר געוואלט קלארשטעלן עטליכע פאקטן.
ווער עס ווייסט, און אויב וויל מען זיך איבערצייגען קען מאכן אביסל מער ריסוירדזש, אז די סטעיט פאליציי האלטן שוין מיט פון זייער קוק וואונקל פילצאליגע געשענישן וועלכע שפילן זיך אפ אינערהאלב קרית יואל, די הויכע באאמטע וועלכע זיצן אין אלבעני האבן שוין א לענגערע צייט אפענע אויערן און אפענע אויגען צו די פאזעטיווע באהאנדלונג פון די קרית יואל ווילעדזש, און פארשטייען זייער גוט אז ווען די קרית יואל פובליק סעיפטי טוט באהאנדלן עטליכע טראבל מעיקערס אויף א פארנעם וועלכע קען צומאל אויף א בילד אויסזעהן גרויזאם, מיינט עס נאכנישט אז הינדערטער פאמיליעס ווערן באקריוועדעט, מיט א קורצע צייט צוריק ווען די פרידליכע קרית יואל'ע איינוואוינער זעאנען באטראפן געווארן פון א פלייץ פון פאלעציאנטן וועלכע זענען אינטערגעשטעלט געווארן דורך עטליכע אומפאראנטווארטליכע מענטשן נאכן לייגען דרוק אויף א געוויסער אלט-געזעצענע סארדזשענט, האט דער ווילעדזש אוו קרית יואל - וועלכע האט זיך שוין מיט גרויס סייעתא דשמיא געספראוועט מיט גרעסערע פראבלעמען און מער קאמפלעצירטע פראבלעמען אין שטאט - אראנדזשירט א זיצונג מיט די הויעכע באאמטע אין אלבעני און נאך פארשידענע פאלעטישאנס וועלכע האבן פארשטאנען די פראבלעמען מיט וואס קרית יואל פלאגט זיך ארום וואו באקאנט איז דער סארדזשענט וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט צו ארבעטן איינזייטיג אנטקעגען די אינטערעסן פון קרית יואל צוליב פארשידענע סיבות וד"ל, געווען געצווינגען צו פארלאזן זיין בענקל און ער איז איבערן נאכט ערזעצט געווארן דורך א צווייטן פארשטענדליכער סארדזשענט יר"ה, פון אלבעני איז קלאר איבערגעגעבן געווארן בעל פה און אין א פריינטליכע שריפטליכע מעסעדזש וועלכע איז און זיינער צייט פובליצירט געווארן און דער ווילעדזש פובליקאציע הקריה, צום קרית יואל מעיאר ר' אברהם וויעדער ווי זיי געבן איבער אז סיי וועלכע פראבלעמען דער ווילעדזש פארמאגט דארף מען נישט לויפן צו די הויכעכע פענסטער ער האט געגעבן זיין פריוואטער נומער ווי ער שרייבט ארויס אינעם בריוו און ער וועט נעמען די ריכטיגע שריט.
דאס אז א כאפטע טראבל מעיקערס ווי די פאליציי רופן זיי, שטייען אינטער דעם נאמען פון קעי דזשעי אלייענס איז באקאנט ביי די הויעכע פענסטער אזש ביז אלבעני, ווען עס קומט אריין סיי וועלכע רוף אדער פראבלעם פון די גרופע וועלכע זענען אנטקעגען די ווילעדזש פירערשאפט ברענגט עס באלד ארויף אויפברויז ביי די באאמטע נאכן זיך אנליידן א יעדע שטיק צייט פון אומאחריות'דיגע 911 רופן, און זיי זעען קלאר אז מען רעדט דא פון א גרופע וועלכע וועלן ווי זיי קענען נאר זיך שלאגען און ארויסשטעלן קאנדידאטן אנטקעגען דער ווילעדזש בלויז צו מאכן א שטורעם ,און האב נאך אין די פארגאנגענהייט קיינמאל נישט געווינען קיין וואלן ווען זיי האבן ארויסגעשטעלט א קאנדידאט אנטקעגען...
דאס אז די סטעיט פאליציי האבן זיך אראפגעזעצט מיט די קעי דזשעי אלייענס איז נישט קיין דורכברוך, סיי ווער, סיי וועלכע ארגאניזאציע עס וויל קען מאכן אן אפוינטמענט ביי די סטעיט פאליציי מיט אביסל שתדלנות און זיי וועלן נארמאלערהייט קיינעם אפזאגען...מעגליך אז אין די איצטיגער פאל ביי די קעי דזשעי אלייענס איז געווען שווערער צוליב זייער שווארצן רעקארד, ווי די פאליציי האלטן זיי און איין רופן "טראבל-מעיקארס"...
דאס אז זיי זענען אויפגענומען געווארן אלס לעיזאנס, איז נישט קיין שום דורכברוך, און מיר וועלן אייך מגלה סוד זיין אז און סיי וועלכע געגענט קען ווער עס וויל זיך איינגעבן צו דינען אלס א ליעזאן פאר א גרופע, און נארמאלערהייט ווען מען אים אקצעפטירן...
און אצינד אביסל קלאר מאכן פאר די וואס ווייסן נישט: קרית יואל פובליק סעיפטי איז א אנערקענטע דעפארטמענט, און די סטעיט פאליציי זוכט אויף אלע פראנטן זיי צו געבן וואס מער שטיצע צוליב דעם וואס זיי זענען שוין מיד פון די אלע געוואלדטאטן וועלכע קומען פאר כסדר, און זיי קענען באשטיין צו פטור ווערן אביסל פון די קאפ-ווייטאג וואס עס טוט זיי פאראורזאכן.. און לאזן פובליק סעיפטי זיף פארן מיט די אנשיקענישן.
דעריבער איז גוט צו וויסן פאר ווער עס האט געוואלט וויסן מער אינפאראציע איבער דער זיצונג אז קרית יואל פובליק סעיפטי בלייבט ווייטער אין קראפט, און מיט א יעדע פעולה וואס ווערט געטוהן מצד דער זעלבער גרופע טוט זיי נאר מער פארשטערקערן דער כוח און קראפט פון פובליק סעיפטי, ר' משה לייב וויטריאל איז קיינמאל נישט באגאנגען קיינע גרייזן קעגען קיין שום תושב, ער האט שטענדיג געארבעט לעגאל, ער איז נישט נאר פארנומען מיט די סארט קינדישע אינצידענטן ער איז פארנומען מיט פארשידענע דזשיילד אביוס קעיסעס און האט שוין אין די פארגאנגענהייט געראטעוועט עטליכע עלטערן וועלכע האבן זיך פארפלאנטערט און טאקע מאנכע פון אט דער גרופע... און חזרט אייך נאכאמאל איין: אז מען רעדט דא פון א מאכטפולן ווילעדזש הינדערטער סערוויסעס, און די פאליציי און די געזעץ אינפארסירער אזש ביז וואשינגטאן פארשטייען אז די וועלט איז באשאנקן מיט פארשידענע קעגענזייטיגע גרופעס און עס מאכט זיך צוזאמשטויסן כסדר, און סיי ווער עס וועט טוהן עפעס אנטקעגען דאס געזעץ, אדער וועט טוהן פעולות וועלכע שטערט דאס ארדענונג, צו איז עס אינדערויסן פון קרית יואל אדער אין קרית יואל נישט קיין חילוק פון וועלכע צד וועט שפירן די קאנסקעווענצן צו דורך די סטעיט פאליציי, צו דורך די קרית יואל פובליק סעיפטי... פובליק סעיפטי קען נישט טאן וואס זיי ווילן, עס איז נישט אין זייערע האנט, זיי קענען בלויז טוהן אויף וואס זיי זענען געשטעלט...צו פארזיכערן דער ווילעדזש בעזר השם, און צו די זעלבע צייטי איז אינטערסאנט צו וויסן אז פובליק סעיפטי האט א כוח צו זאגען פאר די סטעיט פאליציי זאלן פארלאזן ס'שטעטל, אבער זיי וועלן עס נישט טוהן נארמאל צוליב דעם וואס זיי נויטיגען זיך "דערווייל" און זייער הילף, און אויף געווענליכע סעצענעס ווען די סטעיטט פאליציי קומען קיין קרית יואל וועלן זיי גארנישט טוהן ווילאנג ר' משה לייב וויטריאל וועט זיי פאראארדענען צו נעמען שריט.
פאלגט נאך ווייטערדיגע אנטוויקלונגען איבער די פארשריט און אויסברייטערונג פון די קרית יואל פובליק סעיפטי!
ווארט מיט שפאנונג!