דאס איז זייער שלעכטע נייעס! ווייל קווינס וועט פארלירן אסאך מער געלט ווי מאנרא.
דער עולם איז נאיוו און ווייסן נישט אז מ'רעדט פון ריזיגע געלטער. ס'רעדט זיך פון בערך $5000 פער תלמיד! עס הייבט זיך אן מיט ווייניגער ווי 5 אלפים פער תלמיד אבער ביז עטליכע יאר קומט דאס אן צו 5, עס איז קאמפלאצירט ווי אזוי ס'ארבעט. ס'גייט בערך ווי א שכר לימוד מעטשינג, די רעגירונג גיבט האלב פון וואס דער טאטע דארף געבן. ווען די ישיבה אויז מחייב יעדן טאטען מיט 10 אלפים פער יאר וועט די רעגירונג געבן 5
ווען מען רעדט פון קווינס ווי ס'לערנען עפעס איבער 700 תלמידים, ווען מען רעכענט אראפ די אויסלענדער בלייבט בערך 650 אמעריקאנע תלמידים מיינט דאס א פארלוסט פון בערך "דריי מיליון צוויי הונדערט און פופציג טויזענט דאלער" פער יאר.
ווען מען רעדט פון מאנרא ווי ס'לערנען קרוב צו 450 בחורים, ווען מען רעכענט אראפ די אויסלענדער בלייבט בערך 400 מיינט דאס סך הכל "צוויי מיליאן דאלאר" פער יאר.
די שמחה פון בראווער דערמאנט מיר צוויי מעשיות.
1 דער מלך האט געדארפט באצאלן פאר איינעם ווען ער האט נישט ליב געהאט, באצאלן האט ער געדארפט, אבער פארגינט דאס גוט לעבן האט ער נישט, האט אים געזאגט "קענסט זיך אויסוועלן וואס די ווילסט, אבער וואס די באקומסט וועט דיין שונא באקומען דאפלט". דער חכם טראכט נישט קיין צווי און רופט זיך אן "נעם מיר ארויס 1 אויג"...
2 אין די ליטווישע ישיבות אין ארץ ישראל איז איינגעפירט אז מען מאכט "עקטיוועטי'ס" פאר בחורים במשך דעם זומער בין הזמנים. איינע פון די עקטיוועטי'ס איז א "פענאל" ווי מען רופט צוזאמען 3 קעגנער און זיי טענה'ן זיך אויס אויף א סטעדש פארנט פון די בחורים. פאר בערך 2 יאר צוריק זומער איז אין איינע פון די פאנעל'ס געווען, גפני פון די ליטווישע דגל התורה פארטיי, ליצמאן פון די חסידישע אגודה פארטיי, און פאפענהיים וואס פארופט זיך (על דעת עצמו, בבחינת אבראהאם אין וו"ב) ווארט זאגער פון די עדה החרדית... ביים פאנעל האט פאפענהיים געהאקט קעגן אגודה און דגל, ליצמאן דער אגודיסט ענטפערט "זאגן נאר ווען איר דארפט הילף צו וועם קומט איר אויב נישט צו די אגודה?" און ער האט אנגעהויבן אויסרעכענען פאריגע וואך האבן ענק געבעטן דאס און צוויי וואכן צוריק יענס וכו', און יעצט האסטו די חוצפה פון קומען האקן קעגן אונז? פאפענהיים האט זיך נישט פארלוירן און רופט זיך אן "יא, אין דער אלטער היים איז מען אויך געגאנגען בעטן הילף ביים רשעות'דיגן פריץ... אויב דער פריץ קען העלפן גייט מען בעטן זיין הילף אפילו ער איז א רשע...