היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » פרייליכע נייעס: סופר - גאלדבערגער דין תורה!

פרייליכע נייעס: סופר - גאלדבערגער דין תורה!

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2806678

לעבעדיגער » 7/7/2010 19:23

כלל ישראל בכלל, און תושבי קרית יואל בפרט, נעמען אויף מיט פרייד די בשורה אז די לאנג פארצויגענע סופר - גאלדבערגער סכסוך וועט ענדליך גיין צו דין תורה ביי א בית דין של חמש. די ערשטע זיצונג וועט זיין אי"ה דעם פרייטאג.

ווער עס ווייסט מער פרטים זאל ביטע מעלדן.

newyork1 » 7/7/2010 20:02

הרב לעבעדיגער שליט"א
חז"ל לערנען אונז שוין אויף פילע זאכן, וואס השתיקה יפה להם, און עס איז ביי מיר ברור אז דאס אויבענדערמאנטע איז נכלל אין דעם

ווייל אויב ווייסטו פון דעם מעגליכן זיצונג מארגן, ווייסטו אויך זיכער ווי גרויס די מעגליכקייט, אז דאס זאל נישט צושטאנד קומען, דעריבער אויב האסטו נישט קיין ספעציעלע אינטערעסע, אז די זיצונג זאל בטל ווערן, האסטו געמאכט א טעות, ווייל די מעלדונג דא, האט קלאר נישט ארויסגעהאלפן אז עס זאל יא צושטאנד קומען

חכמים הזהרו בדבריכם

ובכלל איז  היינט געווארן וויכטיגער צו ברעכן נייעס, ווי זיך צו רעכענען מיט די קאסקעווענצן, וואס מעלדן נייעס צו פרי קען ברענגן

מיט דאנק