זייטיגע באמערקונגען פון ביידע לויות
איך בין געשטאנען נעבן א גרופע ארונישע יונגעלייט ביי די לויה אין וויליאמסבורג, במשך די הספדים זענען זיי א גאנצן צייט געווען פארנימען ארויסנעמען זייערע סעלפאנס צו ליינען טעקסט מעסעדשעס updates יעדער מינוט, זייער נישט מענטשליך.
נאכדעם ווען מען האט אנגעהויבן בייגלייטן האבן אלע ארוינים זיך אפגעשטעלט אויף בעדפארד ביי די באס ענטרענס צו ויואל משה, ווי דער עס. יו. וי. פונעם רא"ט איז געווען געפארקט. און נישט געגאנגען ווייטער ביז איבערן הייווע מיטן עולם מלווים. עס איז געווען זייער קלאר אז זיי זענען געקומען בייגלייטן זייער פוהרער און נישט די נפטרת ע"ה
א חרפה און א בושה פאר אזא הספד.
מען האט געזען פונעם הספד אז ער איז געטריבן פון א "גילטי קאנטשעס" אז ער האט גערופן זיינע עלטערן אין קאורט! און אז ער איז די מאמע קיינמאל נישט געקומען באזוכן, (סאשע איז יא א יובל געקומען) און ער זוכט זיך צו פארענטפערן.
[quote]<div>אז רבי אהרן האט געפילט אז ער דארף זיך ארויס געבן מיט זיינע בכיות זאל עם וואויל באקומען,
במאמר המוסגר, וויל איך בעטן מ'זאל פרובירן ווי ווייט מעגליך נישט צו פארקיכן צו ווייט פונעם נושא ווייל עס איז זייער עלול אז מ'זאל מיר אנקומען ביז ר' אהרן'ס געבורטס, ווייל איין אבזערוואציע קען גרינג פירן צו א צווייטע.
יעצט אזוי, איך האלט אז דאס קענען ביידע צדדים עגריען אז ס'נישט קיין יושר צו דן זיין א פרעמדע משפחה אין זאגן אז ווען א קינד איז מספיד זיין אייגענע עלטערן פון איבער 80 יאר, איז עס "קראקעדיל טרערן" אין ער מאכט זיך, נישט קיין נפק"מ וויפיל נגיעות עס קען זיין ארום, פארגעסט נישט אז זי איז נישט געווארן זיין מאמע ווען די סאטמארע חאזעריי האט זיך אנגעהויבן, זי איז געווען זיין מאמע ווען רוב פון אונז האט מיטאמאל געוויסט ווער ר' אהרן אדער ר' זלמן לייב איז, ווען די מאמע האט זיי געפעמפערט, געטראגן אין חדר, געבאדן, געמאכט זייערע פיאות, געקישט, געהאדעוועט און געפלעקט, ביז די חתונה, און אזוי ווייטער די אלע יונגע יארן, קען מיר אונז נישט קומען, ווילד פרעמדע מענטשן און גיין זאגן אז ס'קראקדיל טרערן, ווייל און דיין פאליטישע קאפ האט די רביצין נאר עקזיסטירט די לעצטע 10 יאר,
אפגערעט צו סתם חוזק מאכן די וועג וויזוי ער וויינט, איז פשוט אומענטשליך און געמיין, קיינער גלייכט נישט צו וויינען אין פובליק, און ס'א הכרח, וואס מאכט זיך און ביטערע אומשטענדן,
המשך יבוא, איבער די עצם הספד, איך אייל מיך
איך מיין איר זאלט איבערלאזן דעם סברה פאר די אומראשינאלע עקסטרעמיסטן זאליס, און אומקערן די דעבאטע דא אויף שכל'דיגע שינעס,
אגב, איך פלאן שטארק ארומצירעדן וועגן דעם נושא פון ר' אהרן'ס נישט קומען באזוכן, אבער לע"ע וועל איך בלויז גיין מיט דעם הנחה אז אפי' לו יצויר ס'געווען א עוולה, איז זי פארט געווען זיין מאמע מעודו, און מיר זענען נישט ביכולת צו גיין זאגן אז יענער האט געהאט קראקאדיל טרערן ווען א קינד געזעגנט זיך פון א אייגן מאמע פון 50-60 יאר,
באלאנד
אין א זייטיגע באמערקונג
וומסב"ג האט זיך די לוי' געדארפט אנהייבן 6 און ס'האט זיך אנגעהויבן בערך 6:55
אין קרית יואל געדארפט זיין 9 און אנגעהויבן 9:35 (נאך לאנגע שעות אין די היצן נעבעך)
מ'העמיר בעז"ה צו אלעם אנקומען
יעצט פארשטייט איר שוין וואס די 'כיבוד אב ואם עד שידי מגעת' באדייט?
|
זיכער האלט איך אז מיין פארטיי האט שוין אמאל געטאן עפעס ראנג, למשל דאס שטעכט מיר באמת זייער אז מאיז מכנה שם אלע בני יואל ודומיהם אלס "קרעציג" און "ווערמדיג", און מיינע אויגן איז דאס א היטלערישע אויסדריק ווי ער האט אפגעזיגלט אלע אידן אלס פאראזיטן, איך האלט דאס איז איינע פון די הויפט סיבות וויי ווי דאנט געט עלאנג, אז מ'קען אזעלעכע גיפט אריינלייגן און אידישע קינדער בני אברהם יצחק ויעקב,
יעצט איז דיין טורן, קענט איר אפשר זאגן עפעס וואס אייער פארטיי טוט ראנג?
די פאקט איז נאר אז אויב זעסטו נישט קיין עוולות אין די ארוינישע רשעים און אויב איינער קען נאך בכלל מיטגיין מיט זייער פארטיי איז דאס נישט אנדערש ווי ער לייגט אריין זיין קאפ אין דער ערד און מאכט זיך בלינד צו די מציאות
אין יעדע פלאץ קען מען טרעפן עוולות מיט פעלערן, עס איז אבער גענוג גיט ווען מען פרובירט כאטשיג צו גיין אויפ'ן נערמאלן גראדן ליניע און מען האלט זיך ביי די ערליכע גרעניצן אנדערש ווי די ארוינים וואס האבן א נחלה בלי מצרים אן קיין שום גרעניץ פון מענטשליכקייט שכל און אידישקייט
הייסט אזוי, קודם זאל איך טוישן מיין אלידשענס צו א זאלי, דערנאך וועל איך ווערן א נארמאלער מענטש און אויס בת היענה און ווערדפול צו דעבאטירן,
הלואי וואלט איך געקענט שרייבן, ווי שיין ער האט מספיד געווען די מאמע, און ווי בכבוד'דיג ער האט זיך אויפגעפירט. ער איז פארט דעם רבינ'ס א קינד.
פארענטפערט?
פארוואס ער איז געפארן וואקאציע ווען זיין מאמע איז געווען קריטיקל, איז אסאך א גרעסערע קשיא.
בעצם איז ר' אהרן'ס הספד [אויסער דעם איינעם זאץ, אז מ'האט אים נישט אריינגעלאזט אין שטוב, וואס איך וועל באזונדער אויסשמועסן] געווען א געוואלדיגער הספד, באמת פאסיג פאר א רב ואדמו"ר, ווי א אדם גדול, כדרכו, זייער ארגינעל, אייגענע אינטערסאנטע רעיונות, אנגהויבן פונעם רעיון יש "אם" למסורת, נאכדעם ווי ער האט משלב געווען די פסוקים אשה "יראת" ה' היא תתהלל און "ראשית" חכמה יראת השם, מיטן רש"י אויפן פסוק מראש צורים אראנו ומגבעות אשרנו, זאגט רש"י אני מסתכל ב"ראשיתה", נאכדעם ווייטער בא הכתוב ויחסו אחר "אהרן", ווי ער האט מרמז געווען די אבות פונעם מאמע, וכדומה, וכדומה, בכלל זיין עצם וועג וויזוי ער האט גערעט ווי די בכיות האבן זיך אזוי ציביסלעך געהויבן, איז זייער מעורר הלב, ווייל עס קלינגט זייער נאטורליך, פארפאלן ר' אהרן טויג דערצו, און ער איז ידיעה אין די וועלט פאר דעם, אוואדי דער זאלי וועט עס קיינמאל נישט מודה זיין און קיינער ערווארט עס נישט, אבער ער איז ידועה אלס איינער וואס האט אלס גרייט אויף יעדן פאל זייער פאסיגע אייגענע רעיונות, ס'דערמאנט מיך זייער ווי די וועג וויזוי דער רבי ז"ל בעל דבר"י פלעגט זאגן דברי התעוררת, אויך אלס געהאט ארגינעלע אייגענע רעיונות, דברים נחמדים, געזאגט אלעס שטאט און מיט א שטיקל תניעה, און אויך די דמעות ובכיות איז אויך געגאנגען אויף דעם סגנון, יעצט צרייסט מיך נישט אז איך בין מדמה ר' אהרן צום רבי'ן, לגמרי נישט, איך רעד נאר פון דעם איינעם פרט דער סטיל וויזוי ר' אהרן זאגט דברי התעוררת,
אויב איך זאל צישטעלן ר' אהרן'ס הספד צו די איבריגע מספידים איז עס מיינע אויגן מיטמאל דומה, ר' אהרן'ס הספד איז און א קלאס פאר זיך, אין אלע הינזיכט, און תוכן, און סגנון, און התעוררת ס'איז אן אנדערע לעוועל אינגאנצן,
וואס יא, ר' ליפא'ס הספד איז אויך געווען זייער מעורר הלב, ווי א אמת'ער קינד וואס בענקט נאר א מאמע, איך בין זייער נתעורר געווארן פין זיין הספד, ר' זלמן לייב איז לכאורה געווען די שוואכסטע, איך ווייס נישט פארוואס, זייןר דרשה איז געווען איין לאנגע גלייכן טאן, זייער שלאפעדיג, זייער אומקלאר, צאמגעכאפט ווערטער, איך בין איהם נישט דן אז ער האט ח"ו זיך געמאכט, איך מאך נישט חוזק, קען זיין ער איז געווען אויסגעמיטשעט צו וואס, אבער למעשה איז עס געווען זייער שוואך,
המשך יבוא
אן אריינגיין אין זיינע פאליטישע מאטיוון.
קען זיין אז דער "סטייל" פון איבערזאגן די זעלבע ווערטער "טייערע מאמע, טייערע מאמע וכדומה" הונדערט מאל איז ביי דיר נושא חן, מיך גרוילט עס פשוט, ער קען רעדן 10 מינוט סלאגאנען, איבערזאגן די זעלבע זאך פופציג מאל און גארנישט האבן געזאגט!
זאלסט אויסקוועטשן זיינס א האלבע שעה'דיגע דרשה קען מען עס זאגט רואיגערהייט אין 5 מינוט.
דערנאך קומט צו זיין רעדן פון "זיך" אויף א גרויסן פארנעם וואס עקלט אויך אסאך מענטשן, און במציאות האב איך געזען אז סתם פרעמדע מענטשן זענען בכלל נישט "נתעורר געווארן" פון זיין הסבר, פארקערט עס האט ארויסגערופן א געלעכטער.
אמת, דער "יש אם למסורת" איז געווען א שיינע מליצה, אבער אפילו דאס האט צופיל מאל איבערגעזאגט.
|
רבינו שליט"א האט געזאגט א הספד פון הארץ בשעת ווען ר' אהרן האט געזאגט א הספד ווארט ביי ווארט פון א צעטיל, ווי דו זאגסט וואס פאסט פאר א מנהיג הדור.
אבער פארוואס זיך טענה'ן אויף נארישקייטן, דו האסט זייער גוט געזאגט, ר' אהרן האט געזאגט א הספד ווי א גרויסע רבי וואס איז מספיד א אשה חשובה, און נישט ווי א קינד וואס איז מספיד א מאמע אזוי ווי די אנדערע מספידים, און יא, דעם איין זאץ וואס דו ווילסט דייקא נישט רעדן האט ער שוין יא גערעדט עפעס וועגן א מאמע צו א קינד האט ער געמוזט מישן פאליטיק.
זאגט מיר א אהרוני היינט אז ער פארשטייט באמת נישט זיין רבי'ן, וועם און וואס פרובירט ער דא צו פארקויפן, האלט ער למשל אז איך גלייב אים אז מ'האט אים נישט אריינגעלאזט?! זיין רעבעצין האט געהאט דארט א אפענע טיר, זיין ברודער שלום אליעזר האט געקענט קומען ווען אימער, פונקט ר' אהרן האט מען נישט אריינגעלאזט? אלא מאי איז ער סתם נישט געווען באקוועם אריינצוגיין אין דעם הויז, טא וואס פארקויפט ער מיר דא, זאל ער זיין שטיל און פארטיג.
|
['באמת שיין געווען די מלא תוכן'דיגע הספד פון די מאנראער נרדף,
בכלל מיטש איך מעך ארום יארן יארן וואס די טייטש פון יש אם למסורה איז, מילא "מסורה" איז דאך פשוט טייטש מסורה, אבער די ווארט יש אם ס'יז מיר ממש נישט אריין אין קאפ, ביז איך האב געהערט ביי די לויה ווי ער טייטשט אזוי קלאר יש אם "ס'איז דא א מאמע" איז מיר ממש קלאר געווארן, נאכער איז מיר אבער צוריק שווער געווארן, התינח יש אם למסורה ווייס איך שוין וואס איז טייטש אז ס'איז דא א מאמע פאר די מסורה, אבער רבוש"ע וואס איז טייטש יש אם למקרא, דער יש אם ווייס איך נישט, איך ברויך נישט קלערן לאנג, רוה"ק הופיע ער טייטש דאס אזוי שיין איר הערט וואס א חידוש, יש אם - די צווייטע - טייטשט אקוראט די זעלבע ווי די ערשטע,
דאס מיז מיר מודה זיין הייסט א תוכן'דיגע הספד, געהעריג עברי טייטש ווי אין כתה ד', וואס איז די קינדער דארפן נישט פארשטיין?
אזוי איז אנגענגעגאנגן די גאנצע תוכנדיגע היספד יעדע פוינט האט מען איבער געזאגט אויף יעדען שפראך אין לשון אין לענגוויטש כסגנון פוןנעם באוויסטן תוכנדיגע בעל דרשן,
אויף די חלק התעוררות איז ניטאמאל וואס צודינגען נחלי דמעות האט זיך געגאסן ווען ער האט געשריגען אין מייק וועעעעעעעע מ-א-מ-י, דער עולם האט נישט געוויסט צו דער קעניג געזעגנט זיך פון שטאט אדער גאר האווערד דיען האט געווינען אייאווע
|
קיינער צורייסט דיך נישט מ'קאטשעט זיך פאר גלעכטער ווי די דערמאנסט דיך פון רביה"'ק ווען די הערסט א הינט בילן....
וועגען די אייגענארטיגע רעיונות, דעס איז דאך מתוק מדבש, אבער דאס איז נאר וועםן ער זאגט עס אנעם צעטיל, א שטייגער די אויסגעפיצטע פרויען נאך די חתונה ביי די שארטקאטס, עפרא לפומיה וכו' וכו' וכו'
אבער די פארגעשריבענע צענזורירטע גמרה שיעור, דעס קען נישט אנגערופן רעיונות,
בכלל די תניעה וואס די ביזט זיך אזוי מתענג מיינסטע אוואדאי די שברים תרועה'ס, איך פארשטיי דיין טעיסט, על טעם ורעם אין להתוכח, די דמעות זענען נאר געווען ליודעי חן איך קען נישט קאמענטירן אויף דעם
די גלייבסט טאקע אז די גייסט יעצט אהער קומען, זיך נעמען רעדן ווי א מעסיגער פארשטאנדיגער אהרוני, אין מסביר זיין מיט ארונישע "פאקטן".. הסברים פארוואס ר' אהרן איז נישט געווען קעריוז אין צודרייט ביים רעדן פון זיינע 10 יאר עגמת נפש אין צער ביים הספד פון א מאמע'ס לוויה,
ר' ראדני, די וועסט נישט טוישן קיינעמס מיינונג אויף דיין רבי'ן, ווארום, מיר האבן גאנץ אנדערע "פאקטן" סייווי, וואס וועט נישט קענען טראגן דיין בנין וואס די ווילסט דא בויען צו פארענפערן ר' אהרן דא.
ווי למשל איין פאקט ווי מ'טייל מיר זיך שוין, אין טאקע נאך פאר די הייבסט אן דיין הסבר, איז צו מ'האט עם יא אריינגעלאזט אין ער האט געקענט קומען ווען ער האט געוואלט אדער נישט, וואס דיין שמועס דא איז אסאך תולה אין וועלעכע "פאקט" מ'נעמט אן, אין מיר האבן אנדערע פאקטן ווי אייך..
כבוד הניק אייזנבאך, פאר איך גיי ווייטער שפיר איך פאר וויכטיג אייך צו מגלה זיין, אז איר האט מיך אינגאנצן נישט גוט פארשטאנען מיט וואס איך האב גאזאגט בנוגע "ווערמיג" און "קרעציג", כאילו איך האב גאר אינזין געהאט דעם ברך משה, לגמרי נישט, ס'אויף קיין רגע נישט אריבער מיין מח, כוונתי איז בלויז געווען אז ס'באדערט מיך אז עד היום הזה זענען דא אסאך אינעם ארונישן לאגער וואס קוקן אן די בני יואל אלס סאב-יומענס רח"ל, כאילו זיי זענען עפעס אנדערע סארט באשעפענישן, איך האלט אז אזעלעכע מחשבות איז שרעקליך, שרעקליך, ווען ביידע צדדים וואלטן אויסגעריסן די גיפטיגע מחשבות, we would of gotten along a while ago, והשתא דאתיין להכי, אז איך האב ארויסגעברענגן א עוולה פון מיין פארטיי, איז דיין רייע, איך וועל עס מאכן גרינגער פאר דיר איך וועל דיר נישט בעטן צו זאגן א נעגעטיווע זאך פון דיין פארטיי, איך ווייס דאס איז שווער פאר א מענטש, זאג מיר כאטש איין פאזיטיווע זאך וואס די קענסט זאגן אויף ר' אהרן, עפעס, קוק, דו האסט ערווארט פון מיר אז איך זאל גיין אזוי ווייט און מודה זיין אז ר' אהרן איז א "רשע" און עפעס ווייניגער ווי דעם בין איך א בת היענה, מיין איך אז איך מעג פארלאנגען פון א גרינגע זאך ווי בלויז זאגן איין פאזיטיווע זאך אויף ר' אהרן, אנדערש וועל איך לויט "דיינע" סטאנדערטס דיך מוזן אפזיגלן אלס א בת היענה,
|
זיבעלע
אז דו האסט נאך קיינמאל נישט געהערט רעדן פון דעם מאך נאך נישט ליצנות, סיי אין חיד"א סיי אין של"ה הק' און אין נאך ספרים שטעלט מען זיך אויף דעם לשון יש אם, און פארוואס בנין אב איז א לשון פון א טאטע, מען רעדט דערפון
|
איינער האט מיר היינט נאכגעזאגט א גוט ווארט פונעם מנחת אלעזר
דער מנחת אלעזר האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויף איינעם און געזאגט ער איז "א כלב"
האט מען אים געפרעגט, ס'איז נישט שיין אזוי צו רעדן
האט ער געזאגט "זיין מעג ער, זאגן טאר מען נישט"