בד"ה! הרבנית הצדיקת מסאטמאר - א"ח מרן הברך משה ז"ל
126 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2805999
יעצט קומט אן די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון די סאטמארער רעבעצין פעסיל לאה בת הרב אהרן ע"ה אשת חבר פון מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע וועלכע האט אויסגעהויעכט איר נשמה אין עלטער פון 85 יאר אינעם בית ישראל שפיטאל אין מאנהעטן.
די רעבעצין האט זיך ליידער געמוטשעט די לעצטע 10 יאר מיט פארשידענע מחלות, זי איז אריינגעברענגט געווארן אין שפיטאל מיט אפאר וואכן צוריק און זינט דאן האט זיך איר מצב כסדר פארערגערט ביז היינט מאנטאג מטו"מ כ"ג תמוז האט זי צוריקגעקערט איר נשמה ליוצרה במעמד פון אלע אירע קינדער און אייניקלעך.
פרטים איבער די לוי' וועט נאכפאלגן.
די רעבעצן ע''ה איז א טאכטער פון הגה''צ רבי אהרן טייטלבוים זצ''ל הי''ד וואלאווער רב
ווייסט איינער וויאזוי דער היינטיגער וואלאווער נירבאטור רב זענען קרובים?
ווי פריער באשטומט וועלן אויף ביידע פלעצער פארקומען די לוי'ס אויף די גאס פארענט פון שול.
Atfer Meeting in Hospital Rebbitzen will be Nikbor in Ohel Bies Hachaim Kiryas Yoel, on Left Side of Birach Moshe Zy"u.
יעדער איינער פארשטייט אז ביי אזא צייט פון די לוי' האט נישט קיין שום פשט צו מאכן סיי וואסארא רעש און טומל מען דארף אפגעבן געהעריג כבוד המת פאר די אשת חבר, און לאמיר טאקע האפן אז ס'וועט אלעס דורכגיין שטיל, און מען וועט נישט טשעפען אדער מבזה זיי קיינעם,
רבינו שליט"א וועט זיך אויך משתתף זיין ביי די לוי' אין קרית יואל
שווער צו גלייבן אז די אהרוינים וועלן לאזן די לווי' אריבערגיין רוהיג ווייל אפילו ביים ברך משה זעלבסט האבן די אהרוינים געמאכט איבערקערענישן. דארט איז אויך געווען אפגעשמועסט אז ביידע רבי'ס וועלן זיך באטייליגן אין ביידע שול'ן, אין וו"ב איז טאקע געווען רוהיג אבער אין מאנרא האבן די אהרוינים געטיילט מכות.
די טהרה ווערט געמאכט דורך די חברה קדישא פון קהל יטב לב וויליאמסבורג.
די לווי' גייט אריבערגייט מיטן גרענסטן מאס רוהיגקייט, די אהרוינים זענען שוין נישט די זעלבע וואס זיי זענען אמאל געווען, אפילו אהרן איז שוין היבש דערשלאגן קעגן וואס ער איז געווען 5 יאר צוריג על אליינס איז שוין נישט דער זעלבער.
יונה פראבירט נעבעך צו פארקויפן אז שלמה שמש פירט אן די טהרה. וואס דער שקרן ווייסט נישט איז אז נשים מאכן די טהרה...
מ'גרייט צי די ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
מ'שמועסט אז הירצקא צוויבעלס ווייב האט צוואה אז סאשע ווערט רעבעצין...
בשעת די פארהאנדלונגען איבער די מקום קבורה פאר די רעבעצין
האט רא"ט געוואלט מען זאל לייגען די מאמע לעבען די טאכטער ווייל אזו האט זי אלץ געוואלט... וד''ל
האט מען עם שיין געלאזט וויסען אז אויב די רעבעצען וועט נישט ליגען לעבען דעם ברך משה פארדעם געלט קען זי שוין ליגין אין די נייע בית החיים
עפעס דאן האט זיך פליצלינג אויפגעהערט די סטראשערייען אין מ'האט אנגעהויבן א נייע נוסח "ער איז אויך א קינד ער מעג אויך וויסן.....
ארונישע סאפער גייט אויך אן ווי געפלאנט...........
SatmarText Menicha VeSimcha will serve tonight Supper as usual. די מיטה איז אצינד אנגעקומען צו ביתו נאוה קודש אויף 550 בעדפארד
די טייטעלבוים משפחה
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי גיטעראיד ב- 06/07/2010 01:33:42
די סטעיזש פאר די לוי פארענט פון ביהמ"ד הגדול
[בילד – נישט אפגעהיט]
די מיטה געפינט זיך יעצט בבית נאוה קודש, די לוי איז געפלאנט זיך אנציהייבן אום 7:00
וואס איז די סטעיזש, די לוי' גייט נישט זיין אינעווייניג?
די אייניקלעך גייען יעצט אדורעך איבערבעטן די רעבעצין
די לוי' וועט זיך אנהויבן בערך 7:30 אויף ראדני סט. פארענט פון בית המדרש הגדול.
דער גוי וויטריאל האלט שוין אפגעשפארט זייט 1 אזייגער ביי די מאנרא ווייסע שול
[בילד – נישט אפגעהיט]תוקן על ידי 123news ב- 06/07/2010 01:51:57
דער ארון יעצט אן געקומען בפני ביה"מ הגדול דקהל יטב לב ראדני
מערקט אויפן בילד, ער וויל זיכער מאכן אז די עולם זאל נישט שטיין פארענט פונעם ביהמ"ד דקהל יטב לב קר"י, מען בעט אונזער עולם זיך צי שטעלן דוקא דארט
תוקן על ידי אייזענבאך ב- 06/07/2010 01:58:52
די מודעה פון קהל יטב לב איבער די לווי'ה
[בילד – נישט אפגעהיט]
We ask all Anash to be nice to the aronim and show them the toilets when they ask where it is
די מודעת האבל פון קהל יטב לב סאטמאר ירושלים
[בילד – נישט אפגעהיט]
זענטער רב שליט"א האלט יעצט דעם הספד
א גרויסע עולם האט זיך פארזאמעלט פארענט פון ביהמ"ד הג' טראץ די זוממער צייט, די עולם וואקסט פון מינוט צו מינוט, בילדער וועלן נאכפאלגען
כ"ק מרן רבינו שליט"א זאגט יעצט דברי הספד
[בילד – נישט אפגעהיט]
דער סבלן-רא"ט הערט צו מיט סבלנות....
[בילד – נישט אפגעהיט]
זענטע רב שליט"א - פריער ביי זיין הספד
[בילד – נישט אפגעהיט]
נעקסט גייט זיין דער גרעסערן חלק פון די לוויה
ביים בית המדרש הגדול והמפואר הופער סט' ?
ר דוד מייזליש זאגט יעצט
[בילד – נישט אפגעהיט]תוקן על ידי אייזענבאך ב- 06/07/2010 02:37:44
אדמו"ר רב"צ מבאבוב איז זיך משתתף ביי די לוי'.
הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]
די בחורים פון ישיבה גדולה וועלעכע האבן נישט עספיעט אנציקומען צו די לוי אין וויליאמסבורג, זענען יעצט אנגעקומען אין קרית יואל
די ארון פארט יעצט ארויס קיין קר"י צו די לוי אויף גארפיעלד ראוד
תוקן על ידי אייזענבאך ב- 06/07/2010 02:49:19
די לויה אין וויליאמסבורג איז אדורך מיט גרויס ערנסטקייט און כבוד פאר די רביצין ע"ה
אזוי ווי עס פאסט זיך פאר מחברתו הטהורה פון כ"ק רבינו הגה"ק זי"ע
לאמיר האפן אז די אהרונים אין מאנרא וועלן האבן דעם מינימום נארמאלקייט זיך אויפצופירן מלכות'דיג
פאר ווער עס פארט יעצט פון וויליאמסבורג קיין ק"י זאל זיין גערישט אויף אסאך פאליס אויפן 4 אין NJ
דער עמוד פארן סבלן הרא"ט פאר די ווייסע שול איז שוין גרייט
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]תוקן על ידי 123news ב- 06/07/2010 03:17:43